עס קלינגט נאָך אין די אויערן און עס שווינדלען פֿאַר די אויגן די טאָג־טעגלעכע ידיעות פֿון ליביע, וווּ די רעבעלן האָבן זיך קעגנגעשטעלט דער דיקטאַטור פֿונעם בלוטיקן דיקטאַטאָר מואַמאַר קאַדאַפֿי; דער גאַנצער מערבֿ האָט אונטערגעכאַפּט דעם קאַמף און אויף אַלע אופֿנים געשטיצט די רעבעלן... דעם סוף פֿון קאַדאַפֿי האָבן אויך אַלע געהערט און געזען. אויס דיקטאַטור, וואָס ווײַטער?... און ווײַטער זײַנען אַלע ווי בלינד און שטום געוואָרן, מיט איין וואָרט — פֿאַרגעסן!
פֿון דעסטוועגן, אייניקע ידיעות שנײַדן זיך דורך, דורך דער געדיכטער נעץ פֿון אַנדערע טאָג־טעגלעכע געשעענישן, וואָס ס’איז שוין מיט זיי פֿאַרכאַפּט סײַ די וועלט און סײַ די מעדיאַ. וואָס הערט זיך טאַקע אין דער באַפֿרײַטער ליביע? לויט דער קנאַפּער אינפֿאָרמאַציע, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז טיילווײַז איז דאָס לאַנד אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ מיטל־עלטערלעכן צײַטגרוב. ליביע האָט זיך צעשפּאַלטן אַפֿילו נישט אויף דרײַ פּראָווינצן, ווי ס’איז געווען אין דער קאָלאָניאַלער תּקופֿה, נאָר אויף באַזונדערע קיניגלעכע שטעט, מיט אייגענע באַוואָפֿנטע גרענעצן, אָדער געגנטן, וואָס ווערן קאָנטראָלירט פֿון געוויסע שבֿטים.
די מיליטאַנטישע מחנות, אין שפּיץ מיט די נעכטיקע פֿעלד־קאָמאַנדירן, האָבן איבערגענומען די פֿונקציעס פֿון אַן אַרמיי; זיי זײַנען אויך די ריכטערס און זיי פֿירן אויס דעם אורטייל. קיין אַלגעמיינע געזעצן זײַנען נישטאָ — יעדער שבֿט לעבט לויט זײַנע אייגענע כּללים, וואָס דער הויפּט־כּלל איז: ווער ס’איז שטאַרקער, דער איז גערעכט. ווי ווײַט עס וועט אַזוי אָנגיין, איז שווער צו זאָגן. צוריק גערעדט, צי איז גרייט דער מערבֿ איצט זיך בכלל אַרײַנצומישן?
און דאָך איז דאָ אַ האָפֿענונג, אַז דער מערבֿ וועט עס טאָן און גאָר אין גיכן; נישט אַזוי צוליב אײַנשטעלן דאָרטן אַ דעמאָקראַטיע, ווי צוליב דער גרויסער נאַפֿט־פּראָבלעם, וואָס טרײַבט אים זיך אומצוקערן צו דעם ליבישן פּאָסט־קאַדאַפֿישן לאַנד.
פֿון דער צווייטער זײַט, ווײַזט די ליבישע איבערקערעניש, ווי צווייפֿלדיק ס׳איז דער אַרגומענט פֿון אַרויסצוהעלפֿן און פֿאַרטיידיקן די ציווילע געזעלשאַפֿט אין אַנדערע אַראַבישע לענדער. מיר זעען עס איצט אויפֿן בײַשפּיל פֿון סיריע. פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָך דעם ווי מ’האָט זיך אָפּגעבריט מיט ליביע, האַלט מען זיך שוין אָפּ פֿון "בלאָזן" אויף סיריע. און נישט נאָר דערפֿאַר, ווײַל רוסלאַנד און כינע שטימען קעגן דעם אינעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען".
סיריע און אויך די נוקלעאַרע פּראָבלעם פֿון איראַן, זײַנען געוואָרן אַן אָנשפּאַר־פּונקט פֿאַר אַזעלכע דיקטאַטאָרישע לענדער, ווי רוסלאַנד, כינע, צפֿון־קאָרעע, ווײַסרוסלאַנד, ווענעזועלאַ און אַנדערע. זינט ס’האָט געקראַכט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די וועלט האָט פֿאַרלוירן איר געאָפּאָליטישן גלײַכגעוויכט, האַלטן די אָפּגעזונדערטע שפּליטער־לענדער, וועלכע האָבן אַ נטיה צו אַ "פֿעסטער, מאַכטיקער פֿויסט" זיך ווידער "צונויפֿוואַקסן", ווי די אָפּגעהאַקטע קעפּ פֿון אַ דראַקאָן, און אײַנצושטעלן אַ נײַעם באַלאַנס. דער מיטעלער מיזרח מיט זײַן אומסטאַבילקייט און דער אוממעגלעכקייט עפּעס דאָרט צו פּראָגנאָזירן, געפֿינט זיך פּונקט אין דער מיט פֿון דער וועלט־הוידלקע, וואָס דער מערבֿ — פֿון איין זײַט, און די אַנטי־מערבֿדיקע כּוחות — פֿון דער צווייטער זײַט (דערווײַל נאָך נישט פֿאַראייניקט אין אַן אָפֿיציעלער קאָאַליציע), האַלטן בײַם צעהוידען.
דערבײַ מוז מען אין זינען האָבן, אַז עס וואַקס און ווערט אַלץ שטאַרקער אַ דריטער צד — דער מוסולמענישער פֿונדאַמענטאַליזם. זײַן עפּיצענטער געפֿינט זיך גראָד אינעם מיטעלן מיזרח, וואָס די ביידע צדדים שפּאַרן זיך אין אים אָן. דעם נײַעם דריטן כּוח פֿעלט נאָר איין זאַך —אַ נוקלעאַרע באָמבע, וואָס איראַן רײַסט זיך אַרויסצובאַקומען.
פֿון דעם, צי איראַן וועט עס יאָ דערגרייכן אָדער נישט, ווענדט זיך, צי די וועלט־הוידלקע וועט זיך ווײַטער הוידען, נישט געקוקט אויף די סתּירות פֿון ביידע זײַטן, אָדער צי אַלע וועלן בלײַבן אונטער איר באַגראָבן.