‫פֿון רעדאַקציע

אין די טעג פֿון ערבֿ־פּסח שטייט באַזונדערס בולט אויף פֿאַר די אויגן דער לעצטער פּונקט פֿון ייִדישן נע־ונד, די הײַנטיקע ייִדישע מדינה, ארץ־ישׂראל. דווקא דאָרט, נאָך צוויי טויזנט יאָר וואַנדערן איבער דער וועלט, צעזייט און צעשפּרייט, האָט זיך סוף־כּל־סוף צונויפֿגענומען דער קערן פֿון ייִדישן פֿאָלק: ייִדן פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער און ייִדן פֿון די מיזרח־ און אַראַבישע לענדער. אָט אין דעם שטעקט טאַקע דער גרויסער אונטערשייד צווישן יענע ייִדן, וואָס משה רבנו האָט זיי אַרויסגעפֿירט פֿון מצרים און נאָך פֿערציק יאָר זיך אַרומדרייען איבערן מידבר, געבראַכט צום צוגעזאָגטן לאַנד פֿון כּנען; און די ייִדן, וואָס דער מענטשן־האַס און אַנטיסעמיטיזם האָט זיי אין 20סטן יאָרהונדערט אַרויסגעטריבן פֿון די אײַנגעזעסענע ערטער און געבראַכט קיין פּאַלעסטינע.
לויט אַלע סימנים, זײַנען די פּליטים פֿון מצרים עטניש נישט געווען אַזוי פֿאַרשידנאַרטיק, ווי די ייִדן, וועלכע דער גלות האָט אויסגעפֿורעמט אויפֿן סמך פֿון די פֿעלקער, צווישן וועלכע זיי האָבן עקזיסטירט די צוויי טויזנט יאָר. די מאָדערנע געלערנטע טיילן די הײַנטיקע וועלט אויף צוויי גרונט־טיילן — "מערבֿ" און "די איבעריקע".
לאָמיר אויך זיך באַנוצן מיט דעם צוגאַנג אין שײַכות מיט דער הײַנטיקער ייִדישער מדינה. די ישׂראל־געזעלשאַפֿט קאָן מען אין תּוך צעטיילן אויף צוויי גרויסע סעקטאָרן: פֿאָרשטייער פֿון דער מאָדערנער מערבֿ־אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע און "די איבעריקע". צום ערשטן סעקטאָר, צום "מערבֿדיקן", געהערן די ישׂראלים, אָפּשטאַמיקע פֿון אייראָפּע און אַמעריקע — די אַלטע ישׂראל־עליט (אַקאַדעמישע, ליטעראַרישע, זשורנאַליסטישע), אַ סך פֿאָרשטייער פֿון קונסט: מוזיקער, מאָלער, אַקטיאָרן; די העברעיִש־רעדנדיקע אינטעליגענץ, נישט וויכטיק וואָס איז זייער עטנישער ייִחוס... די אַלע מענטשן זײַנען מער פֿאַרבינדן מיט דער מערבֿ־קולטור, זיך געלערנט אין אייראָפּע אָדער אַמעריקע, אין די ישׂראל־אוניווערסיטעטן — זיי אַלע ווערן פֿאַראייניקט דורך די גײַסטיקע אוצרות פֿון דער מערבֿ־ציוויליזאַציע.
צום צווייטן סעקטאָר "די איבעריקע" — געהערן בדרך־כּלל די אָפּשטאַמיקע פֿון די מיזרח־ און אַראַבישע לענדער, ווי אויך פֿאָרשטייער פֿון די אולטראַ־אָרטאָדאָקסישע קרײַזן און... ס’רובֿ רוסיש־רעדנדיקע עולים, געקומען פֿון דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דאָ איז וויכטיק צו באַטאָנען, אַז נישט דער עטנישער פֿאַקטאָר, נאָר גראָד די דערציִונג און די סבֿיבֿה האָט אויסגעפֿורעמט זייער וועלטבאַנעם און קולטורעלן קוקווינקל. די גרינדער פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ, און שפּעטער — די ערשטע פֿירער פֿון דער ייִדישער מדינה, זײַנען טאַקע אויסגעשולט געוואָרן אויף די אייראָפּעיִשע ווערטן; אָבער זייער גײַסטיקער יסוד איז געווען די ייִדישע אמונה. דעריבער האָבן זיי געחלומט צו פֿאַרפֿלאַנצן אינעם זאַמדיקן באָדן פֿון פּאַלעסטינע די זוימען פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור: די ערשטע אָפּערע, "הבימה"־טעאַטער, דער העברעיִשער אוניווערסיטעט, דער "טחניון" אין חיפֿה און אַנדערע קולטור־וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס — אַלץ איז געווען אויפֿגעשטעלט אויפֿן סמך פֿון די אייראָפּעיִשע סטאַנדאַרטן.
די "רוסישע עליה" פֿון די 1990ער יאָרן האָט טאַקע אַרײַנגעבראַכט אין לאַנד הויך־געבילדעטע, קולטורעל־אַנטוויקלטע מענטשן — וויסנשאַפֿטלער, אינזשענערן, מוזיקער, קינסטלער, דאָקטוירים וכּדומה... איין קלייניקייט! אָבער זיי זײַנען כּמעט אַלע געווען "נאַציאָנאַלע עם־הראצים"; מענטשן, דערצויגן אין דער רוסיש־סאָוועטישער קולטור, וואָס געהערט אין תּוך צו דער סלאַוויש־פּראַוואָסלאַוונער ציוויליזאַציע — אַ צונויפֿשמעלץ פֿון אייראָפּעיִש און אַזיאַטיש, פֿון קריסטלעכקייט און געצנדינערײַ, קאָלעקטיווקייט און אינדיווידועלקייט.
אַ געוויסער טייל "רוסישע עולים" האָבן געשטרעבט אין זייער נײַער היים צו אַנטלויפֿן פֿון זייער פֿריִערדיקער "פֿאַרשטעמפּלטקייט"; זיך באַפֿרײַען פֿון די רוסיש־סאָוועטישע סטערעאָטיפּן און האָבן זיך אַרײַנגעוואָרפֿן מיטן קאָפּ אינעם נאַציאָנאַליסטישן זודיקן פּאָליטישן קעסל; אַן אַנדער טייל האָט זיך געלאָזט אויף די פֿרומע וועגן, בפֿרט עקסטרעם־פֿרומע. בסך־הכּל, האָבן זיי זיך צונויפֿגעגאָסן און שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ ממשותדיקן כּוח אין דער געזעלשאַפֿט.
צוריק געשמועסט, האָט די דאָזיקע עליה אין דעם אינערלעכן קאַמף צווישן די "מערבֿניקעס" און "די איבעריקע" אָנגענומען דעם צד פֿון "די איבעריקע"; "די רוסישע" פֿילן, אַ פּנים, צו זיי אַ גרעסערע גײַסטלעכע קרובֿהשאַפֿט.
צי וועט אַזאַ קולטורעלע צעשפּאַלטונג אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט ברענגען צו אַ נײַער אינערלעכער מלחמה; צי דער נײַער דור, וואָס זאַפּט אין זיך אַרײַן פֿון ביידע צדדים, וועט ברענגען צו אַ פּשרה? ווער ווייסט... עס וואָלט זיך אָבער זייער נישט געוואָלט, אַז דער שלום־בית זאָל קומען נאָר דעמאָלט, ווען דער שׂונא פֿון דרויסן וועט שוין שטיין אויף דער שוועל פֿון דער היים.