‫פֿון רעדאַקציע

ישׂראל האָט הײַנט אין דער וועלט אַזוי פֿיל שׂונאים, אַז ס׳איז שוין כּדאַי מע זאָל אַ ביסל רעדן וועגן ישׂראלס פֿרײַנד. יעדנפֿאַלס, פֿון אַ לאַנד, וואָס האָט קיין שלעכטס פֿאַר דער ייִדישער מדינה נישט געטאָן, בפֿרט אַז עס גייט די רייד וועגן אַ לאַנד, וווּ די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג איז אַ מוסולמענישע. מיר מיינען דאָ די אומאָפּהענגיקע מלוכה בײַם קאַספּישן ים — אַזערבײַדזשאַן.
צו זײַן אין גוטע באַציִונגען מיט אַ לאַנד, וואָס גרענעצט מיט איראַן, איז סטראַטעגיש הײַנט זייער וויכטיק. אין אַזעלכע גוטע באַציִונגען זײַנען פֿאַראינטערעסירט סײַ ישׂראל און סײַ אַזערבײַדזשאַן, און נישט נאָר צוליב עקאָנאָמישע סיבות. אַזערבײַדזשאַן איז טאַקע אַ מוסולמעניש לאַנד, אָבער די רעגירונג און דער נוסח פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן דאָרט איז אַ ציווילער. דעריבער ברענגט אַזאַ מין "אַיאַטאָליש שכנות" נישט ווייניק פּראָבלעמען. דערצו, נאָכן קראַך פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז טעהעראַן נישט צופֿרידן געבליבן מיט דעם ווי דער קאַספּישער ים, דער הויפּט נאַפֿט־רעזערוווּאַר אין דער געגנט, איז צעטיילט געוואָרן.
די באַציִונגען צווישן די צוויי מוסולמענישע שכנים זײַנען נאָך מער אָנגעשטרענגט געוואָרן אין דער לעצטער צײַט. פֿון איין זײַט, האָט איראַן אָנגעקניפּט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט אַרמעניע, וואָס פֿירט מיט אַזערבײַדזשאַן שוין אַ לאַנג־יאָריקן טעריטאָריעלן סיכסוך איבער דעם ראַיאָן נאַגאָרני קאַראַבאַך; פֿון דער צווייטער זײַט, שטרעבט די רעגירונג פֿון אַזערבײַדזשאַן זיך מער דערנענטערן צום מערבֿ, וואָס רופֿט אַרויס אומצופֿרידנקייט בײַ איראַן. אויף דער טעריטאָריע פֿון אַזערבײַדזשאַן באַזירט זיך דאָס אַמעריקאַנער מיליטער, וואָס פֿירט מלחמה אין אַפֿגאַניסטאַן.
פֿון דעסטוועגן, ווי אָנגעשטרענגט די צווישן־באַציִונגען פֿון אַזערבײַדזשאַן און איראַן זאָלן נישט זײַן, מיינט עס אַבסאָלוט נישט, אַז באַקו איז גרייט זיך צו שטעלן אָפֿן קעגן טעהעראַן. וווּ איז טעהעראַן מיט איר ריזיקן מיליטערישן און מענטשלעכן פּאָטענציאַל, און וווּ איז אַזערבײַדזשאַן?! צוריק גערעדט, דווקא צוליב אַזאַ גרויסן אונטערשייד אין כּוח און אידעאָלאָגיע איז די אַזערבײַדזשאַנער רעגירונג, אין שפּיץ מיטן פּרעזידענט אילכאַם אַליִעוו, לײַבלעך פֿאַראינטערעסירט צו פֿירן פֿרײַנדשאַפֿט מיטן מערבֿ בכלל און מיט ישׂראל בפֿרט.
לעצטנס, האָט איראַן אַליין, ווי אויך מיט די הענט פֿון איר געטרײַען כּלבֿ "כעזבאָלאַ", אַנטוויקלט אַ ריי טעראָריסטישע אַטאַקן אויף די ישׂראל־אינסטיטוציעס אין אויסלאַנד. נישט אַלץ גיט זיך די טעראָריסטן אײַן, און צווישן די דורכפֿאַלןאיז געווען די וואָך דער פּרוּוו אויפֿצורײַסן דעם אויטאָ פֿון דער ישׂראלדיקער דיפּלאָמאַטישער פֿאָרשטייערשאַפֿט אין טביליסי, גרוזיע. נאָך פֿריִער איז עס געשען אין באַקו, ווען צוויי בירגער פֿון אַזערבײַדזשאַן האָבן פּלאַנירט, אויפֿן באַפֿעל פֿון דער איראַנישער אויסשפּיר־אַגענטור, דורכצופֿירן אַ בלוטיקע אַקציע אויפֿן ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר און די אָרטיקע ייִדן.
בעת דער טרעפֿונג אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿאָרום אין דאַוואָס, האָט דער ישׂראל־פּרעזידענט, שמעון פּערעס, באַדאַנקט זײַן קאָלעגע, אילכאַם אַליִעוו, פֿאַרן אויסמײַדן דעם שרעקלעכן טעראָריסטישן אַטאַק. פֿון זײַן זײַט, האָט פּרעזידענט אַליִעוו פֿאַרזיכערט פּערעסן, אַז די ייִדישע קהילה אין אַזערבײַדזשאַן געפֿינט זיך אונטער אַ זיכערן שוץ פֿון זײַן מלוכה.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט צו חבֿרן זיך מיט ישׂראל, איז ריזיקאַליש, בפֿרט נאָך פֿאַר אַ מוסולמעניש לאַנד. קיין דראָונגען און קללות מצד די "מוסולמענישע ברידער" פֿעלן נישט אויס. וואָס שייך ישׂראל און איר דערפֿאַרונג פֿון פֿירן פֿרײַנדשאַפֿט מיט אַ מוסולמעניש לאַנד, וואָלט זיך געוואָלט גלייבן, אַז איר פֿרײַנדשאַפֿט מיט אַזערבײַדזשאַן וועט זײַן אויף לאַנגע צײַטן, נישט אָפּהענגיק פֿון דעם פּאָליטישן מאָמענט און רעליגיעזן פֿאַנאַטיזם, ווי ס׳איז געשען מיט ישׂראלס געוועזענע פֿרײַנד פֿון טערקײַ.

Ufff... I learn Yiddish at

Ufff... I learn Yiddish at school. I graduated 17 years ago already... And even though I'd love to keep my Yiddish as fluent as it once was, words just won't come when I search for them. It took me a solid 15 minutes to read this bit of text – But it made me very happy to understand most of it!

(yes, I know my comment has nothing to do with Iran, Azerbaidjan, East-West relationships or anything like that... But it's probably been over 10 years since I read a whole paragraph in Yiddish!)