נישט געקוקט אויפֿן קאַלטן וועטער אין ניו־יאָרק, איז אויף דער וואַלן־גאַס — הייס. דהײַנו: דעם 20סטן מאַרץ קומען פֿאָר סענאַט־וואַלן פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער הויפּט־געיעג לעצטנס קומט פֿאָר אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי, צווישן די קאַנדידאַטן, וואָס דער בעסטער פֿון זיי וועט זיך צונויפֿקומען אין אַ "שלאַכט" מיטן איצטיקן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 6טן נאָוועמבער.
דער קאַמף אָבער צווישן די קאַנדידאַטן צו פֿאַרנעמען אַן אָרט אינעם סענאַט פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, איז פּונקט אַזוי דראַסטיש און אײַנשטעלעריש, ווי אין די העכסטע מאַכט־עשאַלאָנען. צוריק גערעדט, די "עולה" קיין וואַשינגטאָן הייבט זיך דאָך אָן פֿון די שטאַטן. דעריבער פֿעלט נישט אויס קיין קללות און שמוץ — אַלץ ווערט איבערגעקערט און אַרויסגעשטעלט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט!
ווי באַוווּסט, ווערט דער שטאַט און די שטאָט ניו־יאָרק צעטיילט אויף וואַלקרײַזן, כּדי יעדער וואַלקרײַז זאָל אויסוועלן זײַן קאַנדידאַט אין שטאַט־סענאַט. די גרענעצן פֿון די וואַלקרײַזן ווערן באַשטימט יעדע 10 יאָר נאָך דער פֿאָלקסציילונג; און אַזוי ווי אַזאַ פֿאָלקסציילונג איז פֿאָרגעקומען אין 2010, זײַנען אויך איצט די גרענעצן פֿון די וואַלקרײַזן געענדערט געוואָרן. און אָט זײַנען דעם 27סטן יאַנואַר פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן די נײַע מאַפּעס. האָט באַלד אויסגעבראַכן אַ מלחמה צווישן די וויילער פֿון דער אַזוי גערופֿענער "רוסישער גאַס" אין ניו־יאָרק
מה־רעש? לאָזט זיך אויס, אַז דער וואַלקרײַז אויף דרום־ברוקלין, וווּ ס’רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג זײַנען רוסיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן, איז צעטיילט געוואָרן. איצט, טענהן די וויילער, וועלן זיי שוין פֿאַרלירן זייער "געאייניקטן כּוח" צו ווירקן אויף די אויסגעוויילטע סענאַטאָרן, זיי זאָל לייגן אַכט אויף די פּראָבלעמען און פֿאָדערונגען פֿון זייערע וויילער. און ס’איז טאַקע אַזוי: וואָס קאָן, למשל, פֿאַרשטיין אַ סענאַטאָר פֿון אַ כינעזישן אָפּשטאַם וועגן די פּראָבלעמען פֿון די "רוסישע ייִדן"?
דער הונט איז אָבער באַגראָבן נישט אַזוי טיף, און דער שלעכטער גערוך פֿון דער "פּגירה" טראָגט זיך איבערן גאַנצן וואַלקרײַז. וואָס איז? נישטאָ קיין אַחדות צווישן די "רוסישע אימיגראַנטן". צוריק גערעדט, דאָס "איבערשנײַדן" דעם וואַלקרײַז איז נאָר אַ תּירוץ; דער גאַנצער רעש איז איבערן קאַנדידאַט: אַ טייל האַלט, אַז דער פּאַסיקסטער קאַנדידאַט איז דער ליבעראַלער דעמאָקראַט לו פֿידלער; און דער צווייטער טייל האַלט פֿונעם רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט דייוויד סטאָראָבין.
ס’איז נישט קיין סוד, אַז אין איר פּאָליטישער אָריענטאַציע איז די באַפֿעלקערונג פֿון דרום־ברוקלין מער געשטימט צו רעכטס; צו די רעפּובליקאַנער, איידער צו די דעמאָקראַטן. אָבער... אַזוי ווי די מערהייט אין דעם שטאַט־סענאַט פֿון ניו־יאָרק באַשטייט פֿון די רעפּובליקאַנער (וואָס אין תּוך שטימט עס מיטן "קאָנסערוואַטיוון רוסישן וואַלקרײַז"), און דווקא זיי האָבן געהאַלטן אין דער האַנט די שער בעתן "איבערשנײַדן" די קרײַזמאַפּע, דאַרפֿן זיי באַשטראָפֿט ווערן.
רופֿן איצט די קעגנער פֿון אַזאַ איבערגעשניטענער מאַפּע צו אַ פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע און אויף צולהכעיס דעם רעפּובליקאַנער שטאַט־סענאַט צו שטימען דווקא פֿאַרן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט, לו פֿידלער. פֿרעגט מען בײַ די פֿירער פֿון אַזאַ פּראָטעסט: וועט טאַקע די מערהייט פֿון דער "רוסישער אימיגראַציע" אויך בײַ די פּרעזידענט־וואַלן שטימען פֿאַרן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט, באַראַק אָבאַמאַ? ענטפֿערן זיי: חס־וחלילה — נאָר פֿאַרן רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט!
איז וועמען מאַכט מען אויף צולהכעיס? צי זײַנען טאַקע די קאַרפּנפֿיש פֿון ברײַטאָן־ביטש אַזוי אויפֿגעבראַכט געוואָרן פֿון די רעפּובליקאַנער "שטיק", צי אין זייערע מעשׂים שטעקט עפּעס אַנדערש?