די הויפּט־אינטריגע פֿונעם געיעג צו די פּרעזידענט־וואַלן אין אַמעריקע האָט לעצטנס זיך געלייזט: דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט מיט ראָמני האָט אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן פֿאַרטרעטער, דעם קאַנדידאַט צו ווערן וויצע־פּרעזידענט, פּאָול רײַען, דער יונגער 42־יאָריקער קאָנגרעסמאַן פֿון וויסקאָנסין.
מיט אָט דעם אויסוואַל גיט ראָמני (און די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי) אָנצוהערן, אַז דעם אויבנאָן אין זײַן אַרבעט אינעם "ווײַסן הויז", אויב ער וועט אַהין אויסגעוויילט ווערן, וועלן קודם־כּל זײַן עקאָנאָמישע פּראָבלעמען; ווײַל די ביידע לויפֿערס אין די פּרעזידענט־וואַלן זײַנען מער באַהאַוונט אין עקאָנאָמישע פֿראַגעס, איידער אין דער אויסערלעכער פּאָליטיק. ראָמני גופֿא, האָט עס זייער בולט אַרויסגעוויזן אין זײַן לעצטן אַרויספֿאָר — אין ענגלאַנד, ישׂראל און פּוילן.
פֿאַר וואָס זשע דווקא פּאָל רײַען? דער פֿאָריקער רעפּובליקאַנער פּרעזידענט־קאַנדידאַט דזשאָן מאַק׳קעין, וואָס האָט זיך מיט פֿיר יאָר צוריק פֿאַרמאָסטן מיטן איצטיקן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, האָט זיך גענייטיקט מער אין אַ ייִנגערן, כאַריזמאַטישן פֿאַרטרעטער — גראָד אָט די זאַכן האָבן אים אויסגעפֿעלט; און ער האָט אַזאַ קאַנדידאַט געפֿונען — די סעקסאַפּילע און חנעוודיקער שׂרה פּיילין.
דער מאָרמאָן מיט ראָמני, וואָס אים איז נענטער דער מעסיקער, ליבעראַלער לאַגער אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי, האָט מיט זײַן אויסווײַל "געכאַפּט" גלײַך צוויי העזלעך: פּאָול רײַען איז אַ געטרײַער קאַטאָליקער און אַ ליבלינג בײַם אולטראַ־קאָנסערוואַטיוון פֿליגל פֿון די רעפּובליקאַנער. דאָס מיינט, אַז אויב בײַם אָנהייב האָט ראָמני בלויז קריטיקירט אַלע טריט, וואָס אָבאַמאַ האָט געמאַכט אויפֿן עקאָנאָמישן פֿעלד בעת זײַן פּרעזידענטשאַפֿט, און דערבײַ אַליין ווייניק וואָס פֿאָרגעלייגט ווי אַזוי צו ענדערן דעם מצבֿ; מיינט עס איצט, נאָכן באַשטימען רײַען פֿאַר זײַן "וויצע", אַז דער וועג פֿון לייזן דעם עקאָנאָמישן קריזיס וועט אויסגעפֿלאַסטערט ווערן לויט די רעצעפּטן פֿון דער אַזוי גערופֿענער "טיי־באַוועגונג", דער עקסטרעם־רעכטער לאַגער פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי.
פּאָול רײַען, וואָס איז שוין 14 יאָר נאָכאַנאַנד אַ קאָנגרעסמאַן, איז אַ היפּשע צײַט געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דער בודזשעט־קאָמיסיע; און פֿאַראַיאָרן, ווען דאָס לאַנד האָט ריזיקירט צו בלײַבן אָן אַ באַשטימטן בודזשעט, איז רײַען געווען דער הויפּט־קעגנער פֿון אײַנגיין אויף וואָסער ניט איז פּשרה מיט די דעמאָקראַטן.
לויט דער עקאָנאָמישער פּראָגראַם פֿון רײַען, וואָס איר ציל איז געווען קלענער צו מאַכן דעם בודזשעט־דעפֿיציט, האָט ער פֿאָרגעלייגט אַ ווייטיקלעכע פֿאַרקירצונג בײַם פֿינאַנצירן כּמעט אַלע סאָציאַלע רעגירונגס־פּראָגראַמען, בתוכם די הוצאָות אויף מעדיצין און בילדונג. ער האָט אויך פֿאָרגעלייגט צו ענדערן די מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג פֿאַר די עלטערע לײַט (Medicare), צוזאָגנדיק זי צו מאַכן מער עפֿעקטיוו. אין דער זעלבער צײַט, איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז קומענדיק צו דער מאַכט, וועלן די "עפֿעקטיווע טריט" זיך אויסלאָזן צו עלעמענטאַרע קירצונגען פֿון דער מאָס מעדיצינישער הילף, וואָס עס באַקומען די אַלטע לײַט און די אָרעמע בירגער פֿון אַמעריקע. אין אַזאַ שטאַט ווי פֿלאָרידע, וווּ דער פּראָצענט פֿון עלטערע מענטשן איז העכער ווי אין אַנדערע שטאַטן, קאָן זיך עס פֿאַרן רעפּובליקאַנער "טאַנדעם" ענדיקן מיט אַ דורכפֿאַל.
ווי געזאָגט, האָט ראָמני זיך ביז אַהער גענייטיקט בפֿירוש אין דער שטיצע פֿונעם מער קאָנסערוואַטיוון פֿליגל פֿון זײַן פּאַרטיי, וואָס האָט זיך באַצויגן צו אים מיט אומצוטרוי, נאָך פֿון יענע צײַטן, ווען ער האָט געשמט ווי דער ליבעראַלער גובערנאַטאָר פֿון מאַסאַטשוסעטס. מיטן אויסוויילן פּאָול רײַען וועט ראָמני זיכער פֿאַרפֿעסטיקן זײַן מצבֿ אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי; פֿון דער צווייטער זײַט, איז פּאָול רײַען ווייניק באַקאַנט פֿאַרן ברייטערן אַמעריקאַנער עולם.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אין אַ צײַט, ווען מע קריכט קוים אַרויס פֿונעם פֿינאַנציעלן און עקאָנאָמישן קריזיס, וואָלט אַזאַ פּרעזידענט און זײַן פֿאַרטרעטער, ווי מיט ראָמני און פּאָול רײַען, געבראַכט מעגלעך פּאָזיטיווע ענדערונגען אינעם אינערלעכן עקאָנאָמישן לעבן; אין דער זעלבער צײַט, שטייט פֿאַר אַמעריקע פֿאָר אָנצונעמען גורלדיקע באַשלוסן אין איר אויסערלעכער פּאָליטיק, וואָס זײַנען אפֿשר פֿאַרבונדן מיט דער צוקונפֿט פֿון דער גאַנצער וועלט. צי וועלן זיך די ווייניק־באַהאַוונטע אין דעם רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן צו פֿאַרנעמען די צוויי העכסטע פּאָזיציעס אין לאַנד, מיט דער אויפֿגאַבע ספּראַווען?