סוף־וואָך, דעם 27סטן יולי הייבן זיך אָן, אין לאָנדאָן, די אָלימפּישע פֿאַרמעסטן, וואָס וועלן אָנגיין ביזן 12טן אויגוסט. ווי באַקאַנט, קומען די דאָזיקע פֿאַרמעסטן אַרויס פֿונעם אוראַלטן גריכנלאַנד, וואָס דער הויפּט־דעוויז פֿון זיי איז געווען — שטילשטאַנד בעת די פֿאַרמעסטן גייען אָן. אָבער אויך דעמאָלט, ווען מיט דער וועלט האָבן געפּראַוועט די גריכישע געטער, האָט מען נישט איין מאָל דעם הויפּט־תּנאַי געבראָכן.
מיט 40 יאָר צוריק, בעת די אָלימפּישע פֿאַרמעסטן פֿון 1972, איז פֿאַרגאָסן געוואָרן בלוט גלײַך אינעם אָרט פֿון דער אָלימפּיאַדע — אין מינכן; נאָך מער: די קרבנות פֿון דעם טעראָריסטישן אַטאַק זײַנען געוואָרן די ספּאָרטלער פֿון דער ישׂראלדיקער אָלימפּישער מאַנשאַפֿט.
זינט דעמאָלט, איז די אינטערנאַציאָנאַלע ספּאָרט־אונטערנעמונג געוואָרן אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר די טעראָריסטן, צו שטעלן זייערע אייגענע רעקאָרדן פֿון בלוט־פֿאַרגיסונג. אַזוי אַז במשך פֿון די 40 יאָר איז געשטיגן סײַ די מײַסטערשאַפֿט פֿון טעראָר, סײַ די צאָל קרבנות פֿון זייערע טעראָר־אַטאַקעס איבער דער וועלט.
דעריבער איז נישט צו באַוווּנדערן, וואָס די זיכערהייט־מיטלען, וועלכע זײַנען געלאָזט געוואָרן אין גאַנג צו באַוואַכן די אָלימפּישע פֿאַרמעסטן אין לאָנדאָן, גרייכן צו אַ ביליאָן פֿונט (1.58 ביליאָן דאָלאַר); עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז ענגלאַנד גרייט זיך צו אַן אַטאַקע אָדער פֿון קאָסמאָס, אָדער פֿון אַן אַרמיי ווילדע ערדישע באַשעפֿענישן, באַוואָפֿנט מיטן סאַמע סאָפֿיסטיקירטן געווער. כּדי צו פֿאַרשטיין, וואָס מיינט עס, אָט די ריזיקע סומע, איז גענוג עס צו פֿאַרגלײַכן מיט די 930 ביליאָן דאָלאַר — די גאַנצע סומע געלט, אויסגעגעבן בעת די אָלימפּישע פֿאַרמעסטן אין וואַנקוּווער.
נאָך דער טראַגעדיע אין מינכן האָט די פֿירערשאַפֿט פֿון די אָלימפּישע פֿאַרמעסטן זיך געמאַכט ניט־וויסנדיק, ווי איינער רעדט, ס’איז אַן איינצלנער פֿאַל, סײַדן ישׂראל מוז זיך היטן. די אילוזיע האָבן צעשטערט די טעראָריסטן אַליין; איצט איז זייער ציל געוואָרן די גאַנצע וועלט. און אויב שוין זײַן אויפֿריכטיק ביזן סוף, האָט מען מער מורא פֿאַר די אייגענע שׂונאים אין לאַנד גופֿא, ווי פֿאַר די וואָס זײַנען אין דרויסן. די לעצטע דעמאָנסטראַציעס און מוסולמענישע אויפֿברויזן אין לאָנדאָן זאָגן עדות דערצו.
די זעלבע סיבה פֿון אויסמײַדן אָנגעצויגענע באַציִונגען מיט די אַראַבישע ספּאָרט־דעלעגאַציעס, ליגט אין דעם נישט וועלן דורכפֿירן בעת דער עפֿענונג פֿון די 30סטע אָלימפּישע פֿאַרמעסטן אין לאָנדאָן אַ מינוט פֿון שטילשווײַגן, אין אָנדענק פֿון די 11 ישׂראל־אַטלעטן, אומגעבראַכט מיט 40 יאָר צוריק דורך די פּאַלעסטינער טעראָריסטן.
אַזאַ אויפֿפֿיר באַטאָנט נאָר די אַנטי־ישׂראלדיקע שטימונגען פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן אָלימפּישן קאָמיטעט, בתוכם מיט די ענגלישע באַלעבאַטים פֿון דער אָלימפּיאַדע; פֿון דער צווייטער זײַט, ווײַזט דער מערבֿ נאָך מער אַרויס זײַן פּחד פֿאַר דער מיליטאַנטישער איסלאַמישער מחנה. ס’איז שוין לאַנג נישט קיין באַווײַז, אַז אַ מעכטיק־באַוואָפֿנטע קראַפֿט קאָן אויסהיטן פֿון אַ קליינער גרופּע פֿאַנאַטיקער, וואָס איז גרייט זיך מקריבֿ צו זײַן פֿאַרן הייליקן אַללאַ, און מיטשלעפּן מיט זיך אין די הימלען הונדערטער, טויזנטער אומשולדיקע נשמות.
צוריק גערעדט, קאָן מען הײַנט הערן פֿון אייניקע מענטשן: צו וואָס דאַרף מען האָבן אַזעלכע ריזיקע מאַסן־אונטערנעמונגען, וועלכע ברענגען זייערע אָרגאַניזאַטאָרן מער קאָפּ־דרייעניש, איידער נוץ און כּבֿוד? אפֿשר וואָלט רויִקער געווען זיך אָפּצוזאָגן פֿון דעם אַלעמען — פֿאַרמעסטן, פֿעסטיוואַלן, פֿאָרומס — מע קאָן לעבן אָן דעם אַלעמען אויך! צו וואָס טאַקע רייצן די הינט? נישט בעסער וואָלט געווען דעם זעלבן ביליאָן פֿונט אויסניצן אויף מער וויכטיקערע זאַכן — סאָציאַלע, מעדיצינישע, בילדונג?...
אויב אַזוי, איז שוין טאַקע גלײַכער זיך באַהאַלטן הינטער די שוואַרצע מלבושים פֿון די מוסולמענישע ווײַבערישע בורקעס, אַז נאָר אַ שמאָל שפּאַרונקעלע זאָל בלײַבן צו זען, ווי די וועלט גייט אַראָפּ פֿון זינען.