אַזוי איז שוין, זעט אויס, באַשערט, אַז די טראַגישע קאַלענדאַר־דאַטע פֿון 11טן סעפּטעמבער 2001, וועט זיך אינעם ייִדישן לוח דרייען אַרום ראָש־השנה — צו מאָל שפּעטער און צו מאָל פֿריִער, ווי אַ בלוטיקער צייכן, וואָס דערמאָנט שוין נישט נאָר די ייִדן — דער גאַנצער וועלט, פֿון וואַנען צו דערוואַרטן די סכּנה.
אויפֿן אָרט פֿון “גראַנד זיראָ" איז שוין דערעפֿנט געוואָרן אַ שיינער מעמאָריאַל־צענטער; אָסאַמאַ בין לאַדען, להבֿדיל, איז שוין דערשאָסן געוואָרן, ווי אַ הונט און ליגט ערגעץ וווּ באַגראָבן אָן אַ סימן פֿון אַ קבֿר; דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט זיך אַרויסגעצויגן פֿון איראַק און דאָס לאַנד פֿונעם דיקטאַטאָר סאַדאַם כוסיין לעבט איצט לויט זײַן אייגענער קאָנסטיטוציע; בכלל האָט זיך איבערן מיטעלן מיזרח דורכגעטראָגן די שטורמישע כוואַליע פֿון דער אַזוי גערופֿענער “אַראַבישער רעוואָלוציע", וואָס צו ביסלעך ווערט קלאָר, אַז ווי אַ רעזולטאַט, ווערט די דיקטאַטור פֿון איין פּאַרשוין, פֿאַרביטן אויף אַ דיקטאַטור פֿון אַן איסלאַמיסטישער באַוועגונג, ווי ס’איז געשען אין עגיפּטן. דער בירגערקריג אין סיריע גייט אָן ווײַטער, די קרבנות וואַקסן און ס’איז אוממעגלעך פֿאָרויסצוזען, וואָס וועט זײַן דער סוף פֿון דעם און ווען ער וועט קומען. ס’איז קלאָר, אַז קיין נײַער דיקטאַטאָר וועט נישט קומען, ס’איז אָבער נישט אויסגעשלאָסן, אַז זײַן אָרט וועט אויך פֿאַרנעמען אַן אויפֿגעקומענע איסלאַמיסטישע באַוועגונג, אויסגעוויילט אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן.
איצט איראַן — די פֿאַרשלעפּטע קרענק, האַלט הײַנט די וועלט אין אַ פֿאַרצווייפֿלונג און ווײַזט איר בולט אַרויס, ווי זי, די וועלט, מיט אַלע אירע אינטערנאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס איז אומבאַהאָלפֿן און צעשפּאָלטן, ווען עס קומט צום אָנצונעמען אַ גורלדיקן באַשלוס קעגן אַ רעאַלער סכּנה.
הײַנט, נאָך 11 יאָר, דערוויסן מיר זיך פֿון דער מערבֿ־פּרעסע, אַז איינער פֿון די “אַל־קײַדאַ"־פֿירער לייגט פֿאָר צו זײַן אַ פֿאַרמיטלער צווישן די “מוסולמענער און דעם מערבֿ" אײַנצושטעלן אַ וואָפֿנשטילשטאַנד אויף... 10 יאָר. און אָט לייענען מיר זײַנע באַדינגונגען, וואָס ס’האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די CNN.
“אַמעריקע און די מערבֿ־לענדער הערן אויף זיך אַרײַנמישן אין די אַראַבישע לענדער;
אַמעריקע הערט אויף זיך אַרײַנמישן אין דער מוסולמענישער דערציִונג;
אַמעריקע שטעלט אָפּ איר מלחמה קעגן איסלאַם;
אַמעריקע באַפֿרײַט אַלע מוסולמענישע אַסירים."
וואָס זשע זײַנען די התחײַבֿותן, וואָס די טעראָריסטן נעמען אויף זיך?
“זיי גאַראַנטירן אָפּצושטעלן די אַטאַקן קעגן די לעגיטימע אינטערעסן פֿון מערבֿ אין די מוסולמענישע לענדער;
זיי גאַראַנטירן צו פֿאַרטיידיקן די לעגיטימע אינטערעסן פֿון מערבֿ אין די מוסולמענישע לענדער;
זיי וועלן אָפּשטעלן די פּראָוואָקאַציעס קעגן מערבֿ און אַמעריקע."
פֿאַרשטייט זיך, אַז ישׂראל פֿאַלט נישט אַרײַן אין די ראַמען פֿון אַזאַ “וואָפֿנשטילשטאַנד", און ס’איז קלאָר, אַז די “לעגיטימע אינטערעסן פֿון מערבֿ און אַמעריקע" דאַרפֿן נישט האָבן קיין שײַכות צו דער “ציוניסטישער אויסבילדונג", ווײַל זי, אינעם פֿאַרשטאַנד פֿון די איסלאַמיסטן, עקזיסטירט אין גאַנצן נישט.
בײַם לייענען די “גאַראַנטיעס", איז גוט זיך צו דערמאָנען, אַז אָסאַמאַ בין לאַדען האָט אין זײַן צײַט שוין פֿאָרגעלייגט דעם מערבֿ זײַנע פֿאַרמיטלערישע טאַלאַנטן און גאַראַנטיעס. דאָס איז געשען אין 2004, אין אַ יאָר אַרום האָבן זײַנע חבֿרה־טעראָריסטן דורכגעפֿירט דעם אויפֿרײַס אינעם לאָנדאָנער מעטראָ.
דעם לײַט־אַרטיקל אין “פֿאָרווערטס" פֿאַרן 11טן סעפּטעמבער 2001 האָבן מיר פֿאַרענדיקט אַזוי: "דער מערבֿ און אַמעריקע ווילן אויך הײַנט נישט פֿאַרשטיין, אַז דער קאָנפֿליקט אין מיטעלן מיזרח איז נישט קיין לאָקאַלער סיכסוך; עס שטייט אויף אַ נײַער געוואַלדיקער כּוח פֿון פֿאַנאַטיש־פֿאַרגלייבטע פֿעלקער, וואָס עס פֿאַראייניקט זיי אַן איין און איינציקער ציל — אומצוברענגען די קעגנער פֿון זייער גלויבן. אָנגעהויבן האָבן זיי פֿון ישׂראל, ווײַל ישׂראל איז געאָגראַפֿיש נענטער, אָבער אויסלאָזן וועט זיך עס צו דער גאַנצער וועלט..."