‫פֿון רעדאַקציע

בעת די פּרעזידענט־וואַלן באַשטייט אין תּוך דער אונטערשייד צווישן דעם אַמטירנדיקן פּרעזידענט און דעם קאַנדידאַט צו פֿאַרנעמען זײַן אָרט קודם־כּל אין דעם, וואָס דער פּרעזידענט גיט אָפּ דעם חשבון פֿון דעם וואָס ער האָט צוגעזאָגט און נישט אויסגעפֿירט; און דער קאַנדידאַט זאָגט ערשט צו דאָס, וואָס ער וועט געוויס נישט אויספֿירן, אויב מע וועט אים אויסקלײַבן צו זײַן דער פּרעזידענט. ס’איז אויך נישט קיין נאָווינע, אַז בײַ יעדן פּרעזידענט איז די פּראָפּאָרץ צווישן דעם צוגעזאָגטן און אויסגעפֿירטן כּמעט די זעלבע, צי ער געהערט צו די דעמאָקראַטן, צי צו די רעפּובליקאַנער.

בלויז איין בײַשפּיל: אין גאַנג פֿון די לעצטע דרײַ צענדליק יאָר איז נאָך נישט געווען קיין פּרעזידענט־קאַנדידאַט ער זאָל נישט געווען צוזאָגן אַריבערצוטראָגן די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין ירושלים און דערמיט אָפֿיציעל אָנערקענען די הויפּטשטאָט פֿון ישׂראל... ביז ער ווערט אויסגעוויילט פֿאַרן פּרעזידענט.

לעצטנס, האַלט מען אין איין רעדן וועגן ישׂראלס אַטאַקע אויף די נוקלעאַרע אָביעקטן פֿון איראַן. מער פֿון אַלעמען רעדן וועגן דעם די ישׂראלים גופֿא. פֿון דער אַנדערער זײַט, גיט מען צו פֿאַרשטיין, אַז אָן דער באַטייליקונג פֿון אַמעריקע, וועט אַזאַ אַטאַקע זײַן צו אַ גרויסע ריזיקע. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם פּרעזידענט־קאַנדידאַט מיט ראָמני קאָסט איצט נישט אַ סך צוצוזאָגן, אַז ער (אויב ער ווערט פּרעזידענט) איז גרייט צו גיין מיט אַ מלחמה קעגן איראַן און סיריע.

דזשאָ בײַדען, דער וויצע־פּרעזידענט, קריטיקירט די "שפּאַרבערישע" פּאָזיציע פֿון ראָמני מכּוח איראַן און סיריע. צי מיינט עס טאַקע, אַז דער צווייטער מענטש אין דער אַדמיניסטראַציע, גיט צו פֿאַרשטיין, אַז דער איצטיקער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, האָט נישט בדעה צו לאָזן אין גאַנג קיין געווער קעגן איראַן בכלל און צו שטיצן אין דעם ישׂראל בפֿרט? נאָך מער, ער קריטיקירט אויך שאַרף די יעניקע, וועלכע וואָלטן עס יאָ געטאָן.

ביז אַהער האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ זיך באַגאַנגען מיט אַן "עקאָנאָמישן" וועג פֿון דריקן אויף דער פֿירערשאַפֿט פֿון איראַן. קיין גרויסע הצלחה דערפֿון זעט מען נישט. נאָך מער, פֿונעם לעצטן באַריכט פֿון דער נוקלעאַרער קאָנטראָל־אָרגאַניזאַציע בײַ דער "יו־ען", ווערט קלאָר, אַז די אַלע סאַנקציעס ביז אַהער האָבן זיך אַרויסגעוויזן נישט עפֿעקטיוו; ס’איז קיין צווייפֿל נישט, אַז אַכמאַדינעדזשאַד און זײַן קליקע וועלן אויך ווײַטער אָנגיין מיט זייער פּלאַן פֿון שאַפֿן אַן אַטאָם־באָמבע.

צווישן די אַמעריקאַנער פּאָליטיקער איז בכלל קיין אויסגעהאַלטענע מיינונג נישטאָ, וואָס שייך איראַן. ס’רובֿ האַלטן, אַז אַמעריקע דאַרף זיך נישט לאָזן פֿאַרשלעפּט צו ווערן אין אַ מלחמה: "אַמעריקע גופֿא דאַרף עס נישט האָבן". און דאָך, הערן זיך אין "ווײַסן הויז" שטימען, אַז מע טאָר נישט אויסשליסן דעם וועג צו צווינגען טעהעראַן מיט כּוח אָפּצושטעלן זײַן נוקלעאַרע פּראָגראַם. אין תּוך גערעדט, זײַנען הײַנט די פּאָליטיקער פֿון אַלע צדדים מער גענייגט צו זאָגן דאָס וואָס ס’קאָן געפֿעלן ווערן זייערע וויילער.

ווער זײַנען די וויילער פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ, און ווער זײַנען די וויילער פֿונעם קאַנדידאַט מיט ראָמני? מיט פֿיר יאָר צוריק האָט דווקא דער יונגער, שוואַרץ־חנעוודיקער און שיין־ריידנדיקער באַראַק אָבאַמאַ אָפּגעכאַפּט ס’רובֿ ייִדישע שטימען. נאָך פֿיר יאָר פֿון זײַן אַמטירן ווי פּרעזידענט האָבן זיך אַרויסגעוויזן נישט ווייניק זאַכן, וואָס אַנטוישן זײַנע נעכטיקע ייִדישע חסידים. ווי אַזוי וועלן זיי זיך אויפֿפֿירן דאָסמאָל? צי וועט זיך אָבאַמאַן ווידער אײַנגעבן זיי איבערצײַגן, אַז ער וועט אין דעם צווייטן טערמין זײַן בעסער ווי זײַן וויזאַווי פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי?

לאָמיר הערן, וואָס באַראַק אָבאַמאַ וועט זאָגן אויף דעם צוזאַמענפֿאָר פֿון זײַן דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, וואָס האָט זיך די וואָך אָנגעהויבן? לאָמיר הערן וואָס ער וועט זאָגן אויף דער גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער "יו־ען", וואָס עפֿנט זיך דעם 25סטן סעפּטעמבער?