פֿאַראייניקטע שטאַטן. — פֿופֿצן פֿירער פֿון אַמעריקאַנער קירכן און אַנדערע רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס האָבן מאָנטיק אָנגעשריבן אַ בריוו, אין וועלכן זיי רופֿן דעם קאָנגרעס צו באַטראַכטן, צי די אַמעריקאַנער רעגירונג זאָל ווײַטער געבן ישׂראל די מיליטערישע שטיצע. די מחברים פֿונעם בריוו בעטן דעם קאָנגרעס דורכצופֿירן אַן אויספֿאָרשונג, כּדי צו באַשטימען, צי די שטיצע פֿונעם ישׂראלדיקן מיליטער קומט, מעגלעך, אין סתּירה מיט די אַמעריקאַנער געזעצן וועגן די אויסערן־באַציִונגען און וואָפֿן־האַנדל. אין אַזאַ פֿאַל, האָבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן נישט קיין געזעצלעכע רעכט צו העלפֿן דעם צה״ל.
דער בריוו איז אונטערגעשריבן געוואָרן דורך די פֿירער פֿון דער לוטעראַנער און מעטאָדיסטישער קירך, פֿון די "פֿאַראייניקטע קירכן פֿון קריסטוס" ("UCC") און פֿונעם "נאַציאָנאַלן ראַט פֿון קירכן". אין דער בקשה ווערט באַמערקט, אַז די דערמאָנטע אָרגאַניזאַציעס האָבן געאַרבעט מיט די פּאַלעסטינער קריסטן, כּדי צו העלפֿן זיי דערגרייכן שלום און אויפֿשטעלן אַ בעסערע בירגערלעכע געזעלשאַפֿט. די מחברים האָבן באַטאָנט, אַז זיי זענען שטאַרק פֿאַרזאָרגט וועגן דעם קריטישן מצבֿ אין ישׂראל און אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, וואָס ווערט, לויט זייער מיינונג, אַלץ ערגער. די גײַסטיקע פֿירער האַלטן, אַז די אַמעריקאַנער שטענדיקע מיליטערישע שטיצע האָט געשפּילט אַ ראָלע אינעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט.
אַ צאָל ייִדישע גרופּעס זענען אַרויסגעטראָטן מיט אַ קריטיק קעגן דעם בריוו. סטיוו גוטאָוו, דער פּרעזידענט פֿון דעם "ייִדישן ראַט פֿאַר עפֿנטלעכע ענינים" ("JCPA"), האָט געזאָגט, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג שטיצט ישׂראל צוליב אירע אייגענע זיכערהייט־אינטערעסן, און דערפֿאַר האָט זי דאָס רעכט דאָס צו טאָן, לויט זײַן מיינונג. די "רבנישע אַסאַמבלעע" פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג האָט געזאָגט, אַז מע דאַרף באַטראַכטן, צי מע זאָל ווײַטער פֿירן בשותּפֿותדיקע איניציאַטיוון מיט די קריסטלעכע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן אונטערגעשריבן דעם בריוו.