נאָך די אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן, געמאַכט פֿון די ייִדן גופֿא אין ישׂראל, אין "יד־ושם", זעען שוין אויס, דאַכט זיך, די אַנטיסעמיטישע אויפֿברויזן איבער דער וועלט נישט אַזוי אַכזריותדיק און רופֿן שוין כּמעט נישט אַרויס קיין גרימצאָרן — אַז אַזעלכע מיאוסע מעשׂים קומען פֿאָר צווישן אונדז, ייִדן, וואָס זשע קאָן מען דערוואַרטן פֿון אַנדערע?!
דער פֿאַרברענטער אַנטיסעמיט קרושעוואַן, וואָס האָט מיט זײַנע אונטערהעצערישע אַרטיקלען אין זײַן צײַטונג "בעסאַראַבעץ" אויפֿגעבלאָזן דאָס פֿײַער פֿונעם טרויעריק־באַרימטן קעשענעווער פּאָגראָם פֿון 1903, האָט שפּעטער דערקלערט די טראַגעדיע דערמיט, אַז אין יענעם חודש האָבן זיך אויף דער "זון באַוויזן מאָדנע טונקעלע פֿלעקן; און אָט די נאַטור־דערשײַנונג האָט טאַקע אַזוי נעגאַטיוו געווירקט אויף דער ניט־ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט."
לויט דער כראָניק פֿונעם חודש יולי, זײַנען די אַנטיסעמיטישע אויפֿברויזן אין פֿאַרשידענע ערטער פֿון דער וועלט זייער געשטיגן. נעמט אַפֿילו אַזאַ געבענטשט אָרט, ווי אונדזער "גאָלדענע מדינה", מיט אירע אוניווערסאַלע געזעצן פֿון מענטשנרעכט: "אין משך פֿון עטלעכע טעג זײַנען די קינדער פֿונעם זומער־קעמפּ ׳בנים׳, וואָס געפֿינט זיך אינעם שטעטל וועימאַרט, פּענסילוועניע, אַטאַקירט געוואָרן פֿון אַ כאָפּטע אָרטיקע כוליגאַנען, וואָס האָבן זיי נאָכגעפֿאָלגט אויף אַן אויטאָ און אויסגעשריִען אַנטיסעמיטישע באַליידיקונגען."
אינעם שטעטל טשאַרלסטאָון, שטאַט דרום־קאַראָלײַנע, האָט מען אויסגעמאַליעוועט די טיר פֿון אַ ייִדישער דירה מיט פֿינף רויטע האַקנקרייצן. די 76־יאָריקע באַלעבאָסטע עסטעל וווּטני האָט זיך געקלאָגט: "אַ קינד פֿון דרײַ יאָר, האָב איך געמוזט טראָגן אַ געלע לאַטע! מיר זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד נישט צוליב דעם, מע זאָל מיר איצט, אויף דער עלטער אָנווײַזן אויף דער טיר!"
אין לאָנדאָן האָבן דעם חודש אַ גרופּע צעהוליעטע סטודענטן באַוואָרפֿן פֿון אַן אויטאָ עטלעכע פֿרומע ייִדישע פֿרויען מיט רויע אייער און באַגלייט עס מיט גראָבע ווערטער פֿון אַן אַנטיסעמיטישן אינהאַלט. דער אינצידענט איז פֿאָרגעקומען אינעם טייל פֿון דער שטאָט, וואָס איז מערסטנס באַזעצט מיט אימיגראַנטן פֿון די מיזרח־לענדער. וועט איר מסתּמא זאָגן, אַז ייִדישע פֿרומע טעכטער דאַרפֿן נישט גיין אין די ערטער, וווּ מע דערקענט זיי באַלד. איז עס דאָך פֿאָרט לאָנדאָן, נישט ראַמאַלאַ אָדער קאַיִר.
דאָס זעלבע איז געשען אין טולוז, פֿראַנקרײַך: צוויי אַראַבישע יונגען זײַנען אין אַ באַן אָנגעפֿאַלן אויף אַ ייִדישן בחור, וואָס האָט גערעדט אויף דער מאָבילקע און אָנגערופֿן הויך אַ ייִדישן נאָמען. דערהערט דעם דאָזיקן נאָמען, האָבן זיי אים אָנגעהויבן שלאָגן. אָנהייב יולי זײַנען כּמעט אין איין צײַט פֿאָרגעקומען צוויי אַנטיסעמיטישע אינצידענטן — אין פּאַריז און אין וואַל־דע־מאַרנאַ. דאָס מאָל זײַנען די אַראַבישע בירגער פֿון פֿראַנקרײַך אָנגעפֿאַלן אויף צוויי רבנים. מ’האָט זיי באַליידיקט און דראָענדיק צו הרגענען, צוגענומען דאָס געלט.
אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין אייראָפּע בכלל און אין פֿראַנקרײַך, בפֿרט זײַנען שוין, צום באַדויערן, נישט געוואָרן קיין סענסאַציע, אויב זיי זײַנען אַוודאי נישט פֿאַרבונדן מיט מערדערישע אַקציעס. און עס טרייסט אין גאַנצן נישט, וואָס די אַלטע קריסטלעכע שׂינאה צו ייִדן, איז פֿאַרביטן געוואָרן אויף דער מוסולמענישער שׂינאה, וואָס קומט אַרויס פֿון די נײַע אייראָפּעיִשע בירגער, אָפּשטאַמיקע פֿון די צפֿון־אַפֿריקאַנישע לענדער.
נישט אויסגעמיטן האָט אין חודש יולי דער אַנטיסעמיטישער אויפֿברויז אין אונגערן, וווּ די רעכטע נאַציסטישע כּוחות נעמען אַלץ מער אָן דעם כּוח; ווי אויך אין טשענסטאָכאָוו (פּוילן). דאָרט, לויט דעם אַלטן מינהג, האָט מען אויסגעלאָזט דעם כּעס צו די ייִדישע מצבֿות. נישט פֿאַרגעסן האָט מען די ייִדן אין סאַנקט־פּעטערבורג. אין סאַמע צענטער פֿון דער שטאָט, וווּ עס געפֿינט זיך די "סוכנות" און נאָך עטלעכע שטאָטישע ייִדישע אינסטיטוציעס, האָט מען "אויסגעפּוצט" דעם בנין מיט אַנטיסעמיטישע לאָזונגען און האַקנקרייצן.
זעט אויס, אַז קרושעוואַנס טעאָריע וועגן אַ פֿאַרבינדונג צווישן "די טונקעלע פֿלעקן אויף דער זון" און דער אַנטיסעמיטישער אַקטיווקייט אויף אונדזער פּלאַנעט איז נישט פּשוט אַ זשורנאַליסטישע "קאַטשקע". פֿאַר וואָס אָבער דריקט זיך עס אויס דווקא קעגן ייִדן? מעגלעך, אַז אויך אויף דער זון זײַנען דאָ אַנטיסעמיטן, וואָס דערווײַל קאָן מען זיי נישט אַנטפּלעקן.