גאָר אין גיכן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זיך שוין אין דער לופֿטן ווידער געטראָגן דער גערוך פֿון פּולווער; איבער געוויסע טיילן פֿון דער וועלט — שטאַרקער, און אין אַנדערע — שוואַכער. ווען עס גייט אָבער לעצטנס די רייד וועגן נוקלעאַר־געווער, צו וועלכן עס רײַסן זיך די פֿאַנאַטיקער פֿון איראַן, פֿילט שוין די גאַנצע וועלט דעם גערוך פֿון מלחמה. כּדי צו פֿאַרשטיין, צי קאָן מען טאַקע אויסמײַדן די מלחמה מיט איראַן, וואָלט מען פֿריִער געדאַרפֿט שטעלן די פֿראַגע, צי וואָלט איראַן גופֿא געוואָלט אויסמײַדן אַ מלחמה?
אויפֿן בײַשפּיל פֿון אַזעלכע נוקלעאַרע לענדער ווי אינדיע, אָדער צפֿון־קאָרעע, אָדער פּאַקיסטאַן, זעען די אַיאַטאָלעס, אַז מיט אַן אַטאָם־באָמבע איז לײַכטער זיך קעגנצושטעלן דעם ציוויליזירטן מערבֿ און אָנהאַלטן זייער איסלאַמיסטישן רעזשים, ווי אָן אַ באָמבע. עס איז דאָ נאָך אַ וואַריאַנט צו באַרויִקן דעם מערבֿ, דהײַנו: צוצוקומען צו דער שוועל, ווען אַ נוקלעאַרע באָמבע קאָן געמאַכט ווערן, אָבער די דאָזיקע שוועל נישט אַריבערגיין. אַזוי, למשל, ווי עס טוען ביז אַהער דײַטשלאַנד, יאַפּאַן, בראַזיל... זיי — יאָ, נאָר איראַן וועט עס נישט טאָן! איראַן איז צו גרויס בײַ זיך, כּדי פֿאָלגן די אָנגענומענע געזעצן פֿונעם רעזשים נישט צו פֿאַרשפּרייטן דאָס טייטלעכע געווער. פֿון דער אַנדערער זײַט, וועלן אויך די מערבֿ־לענדער זיך פֿילן כּסדר אָנגעשטרענגט, וויסנדיק, אַז צווישן “זײַן און נישט זײַן" טיילט זיי אָפּ בלויז אַ שמאָלע איראַנישע שוועל.
ווי שטרענג די סאַנקציעס קעגן איראַן זאָלן נישט זײַן, בלײַבט סײַ ווי סײַ נאָר איין וועג — לייזן די נוקלעאַרע פֿראַגע מיט כּוח. שטעלט זיך די פֿראַגע: ווער וועט עס טאָן? — אַמעריקע? ישׂראל? די סוניטישע לענדער פֿון מיטעלן מיזרח? אַלע צוזאַמען?
קיין עקספּערטן אין דעם געביט פֿעלן הײַנט נישט אויס; צווישן זיי געפֿינט זיך אויך יעווגעני סאַטאַנאָווסקי, פּרעזידענט פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר מיטל־מיזרח, אַ נישט־מלוכישע אינסטיטוציע אין רוסלאַנד. אין זײַנע אַנאַליטישע מאַטעריאַלן אויף דער טעמע שטעלט סאַטאַנאָווסקי זיך אָפּ אויף דרײַ וואַריאַנטן, ווי עס קאָנען זיך אַנטוויקלען די געשעענישן ווײַטער.
אינעם ערשטן וואַריאַנט באַטראַכט סאַטאַנאָווסקי די מעגלעכקייט פֿון פֿאַרניכטן די נוקלעאַרע אָביעקטן און די מיליטערישע סטרוקטור אין איראַן מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן. “דערבײַ וואָלט עס פֿאַרקלענערט די פֿאַרלוסטן פֿון ישׂראל און די אַראַבישע לענדער פֿונעם אײַנגוס." נישט אויסגעשלאָסן, אַז וואַשינגטאָן וואָלט געמאַכט אויך אַ פּרוּוו צו בײַטן אין טעהעראַן דעם רעזשים, ווי ס’איז געטאָן געוואָרן אין איראַק און טיילווײַז אין אַפֿגאַניסטאַן.
צווייטער וואַריאַנט: די סוניטישע מאָנאַרכיעס פֿון סאַודיע און קאַטאַר, אין זייער קאַמף איבערצונעמען די “בכורה" איבער די סוניטן אין דער וועלט בכלל און אין מיטעלן מיזרח בפֿרט, וועלן מוזן, סוף־כּל־סוף, זיך צונויפֿשטויסן מיטן שיִיִטישן איראַן, וואָס וועט זיי בלי־ספֿק צעשמעטערן, אויב... אויב די מיליטערישע ים־כּוחות פֿון אַמעריקע און די איבעריקע “נאַטאָ"־לענדער וועלן זיך נישט אַרײַנמישן. “אָבער זיי וועלן זיך אַוודאי אַרײַנמישן, ווײַל זיי נייטיקן זיך אינעם נאַפֿט פֿון סאַודיע און קאַטאַר."
דריטער וואַריאַנט: ישׂראל, וואָס פֿאַרשטייט בעסער פֿון אַלע, אַז די איראַנישע אַטאָם־באָמבע איז אַ רעאַלע סכּנה, קודם־כּל, פֿאַר איר עקזיסטענץ, וועט אַליין אַ קלאַפּ טאָן איבער די נוקלעאַרע אָביעקטן פֿון טעהעראַן. איר כּוח איז אָבער נישט גענוג און דער ענטפֿער וועט זײַן אַ שטאַרקער. דעריבער, צי וואַשינגטאָן וויל עס יאָ, אָדער צי וואַשינגטאָן וויל עס נישט — “אַמעריקע וועט מוזן זיך אַרײַנמישן".
מיט איין וואָרט, ווי מע זאָל עס נישט אַ דריי טאָן אויסצומײַדן אַ מלחמה, איז אוממעגלעך. ס’איז אויך קלאָר, אַז בײַ אַלע וואַריאַנטן וועט זיך עס נישט באַגיין אָן אַ דירעקטער באַטייליקונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין דעם, אַז די סכּנה פֿאַר ישׂראל איז נישט אויסצומײַדן בײַ אַלע מעגלעכע וואַריאַנטן. סײַדן, די פֿאַרלוסטן קאָנען זײַן אַ סך קלענער.