אין די טעג פֿון סוף־יאָר און אָנהייב־יאָר איז מסתּמא די בעסטע צײַט צו דערמאָנען דאָס ייִדישע ווערטל, אַז ווער עס לעבט אָן חשבון, שטאַרבט אָן ווידוי. אונדזער פֿאָלק, לויטן ייִדישן לוח, לעבט 5773 יאָר און ס’איז גאָר נישט די צײַט צו זאָגן ווידוי. איז לאָמיר זיך אויך אין די טעג האַלטן בײַ דעם אַלטן מינהג, זיך אומקוקן אויף דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר און זיך באַמיִען אונטערציִען אַ שטיקל סך־הכּל.
דער ווילדער אויפֿברויז פֿון פּאָגראָמען אין מיטעלן מיזרח קעגן אַמעריקע, קודם־כּל, און דעם מערבֿ בכלל, ווײַזן בפֿירוש אַרויס, וואָס איז דער כּוח, וועלכער איז געקומען ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער אַזוי גערופֿענער “אַראַבישער פֿרילינג־רעוואָלוציע". פֿון דעסטוועגן, האָט ישׂראל גופֿא, וואָס געפֿינט זיך אַרומגערינגלט פֿון אַלע זײַטן מיט פֿײַער פֿון שׂינאה, ביז אַהער זיך אײַנגעגעבן אָנצוהאַלטן מיט די פּאָסט־רעוואָלוציאָנערישע מאַכטן “קאַלטע", אָבער פֿאָרט שטילע באַציִונגען.
עגיפּטן. צו דער מאַכט זײַנען דאָרט געקומען די “מוסולמענישע ברידער" אין שפּיץ מיטן איצטיקן פּרעזידענט מוכאַמעד מורסי. ער האָט זיך געלאָזט הערן, ווען ישׂראל האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַרן גרענעץ־אינצידענט, אין וועלכן עס זײַנען אומגעקומען עגיפּטישע גרענעץ־לײַט; און ישׂראל, פֿון איר זײַט, האָט דערמעגלעכט דעם עגיפּטישן מיליטער אָנצוגיין מיט דער אַנטי־טעראָריסטישער אָפּעראַציע אין סיני. אויפֿן הינטערגרונט פֿון דעם וואָס עס קומט איצט פֿאָר דאָרט, איז עס גאָר נישט קיין שלעכטע פּשרה.
סיריע. הײַנט צו טאָג דער בלוטיקסטער קאָנפֿליקט, וואָס גייט דערווײַל אָן אין די גרענעצן פֿון סיריע גופֿא און אָן אַ דירעקטער זײַטיקער אַרײַנמישונג, ווי ס’איז געווען אין ליביע. מעגלעך, אַז דווקא דער פֿאַקט, וואָס די אינטערנאַציאָנאַלע מיליטערישע כּוחות האָבן נישט די מעגלעכקייט אָנצונעמען דעם צד פֿון די אויפֿשטענדלער, האַלט דער סירישער דיקטאַטאָר זיך אָפּ פֿון אַרײַנציִען ישׂראל אין דער אינערלעכער שחיטה און דערמיט אָפּווענדן דאָס פֿאָלק פֿון דעם בירגער־קריג און אַלץ אויסלאָזן צו ישׂראל.
טערקײַ. די באַציִונגען מיט דעם מוסולמענישן לאַנד גייען ווײַטער באַרג־אַראָפּ. ערשט די וואָך האָט דער טערקישער פּרעמיער־מיניסטער ערדאָגאַן דערקלערט, אַז נאָר נאָך דעם ווי ישׂראל וועט אויספֿירן דרײַ זײַנע באַדינגונגען, איז ער גרייט אָנהייבן די פֿאַרהאַנדלונגען, דהײַנו: זיך אַנטשולדיקן פֿאַר דער מיליטערישער אָפּעראַציע אויף דער שיף “מאַרמאַראַ"; אויסצאָלן קאָמפּענסאַציע די פֿאַמיליעס פֿון די אומגעקומענע; אַראָפּנעמען די בלאָקאַדע פֿון עזה. צוליב די אָנגעשטרענגטע צווישן־באַציִונגען לײַדן ביידע לענדער, בפֿרט וואָס שייך האַנדל. אויב פֿריִער איז טערקײַ געווען דאָס דריטע לאַנד פֿון ישׂראלס האַנדל־פּאַרטנערס, איז עס איצט אַראָפּ אויפֿן זעקסטן אָרט.
פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע. דער מצבֿ מיט די נאָענטסטע שכנים וואָלט מען געקאָנט אָפּשאַצן מיט אַ מעדיצינישן סטאַנדאַרט: אַ שווערער, אָבער סטאַבילער. ס’איז וויכטיק צו דערמאָנען דעם דורכפֿאַל פֿון דער פּאַלעסטינער אַקציע זיך צו דערשלאָגן בײַ דער “יו־ען", אויף אַן איינזײַטיקן אופֿן, אָנערקענט צו ווערן ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה. אין תּוך איז עס געווען אַ פּראָוואָקאַטיווער אַטאַק אויף ישׂראל, וואָס איז דורכגעפֿאַלן. פֿון דעסטוועגן, האָט עס דעם פּאַלעסטינער פּרעזידענט אַבאַס נישט אָפּגעשטעלט, און בײַ דער איצטיקער גענעראַל־אַסאַמבלעע, קלײַבט ער זיך דערלאַנגען אַ נײַע פֿאָדערונג: צו העכערן דעם סטאַטוס פֿון פּאַלעסטינע בײַ דער “יו־ען" פֿון זײַן אַן אָבסערוואַטאָר צו ווערן אַ מלוכה־אָבסערוואַטאָר. דערמיט ווערט אויטאָמאַטיש באַשטעטיקט אויך דער סטאַטוס פֿון פּאַלעסטינע ווי אַ מלוכה.
איראַן. דער גרעסטער קאָפּ־ווייטיק פֿון ישׂראל בלײַבט די נוקלעאַרע פּראָגראַם פֿון טעהעראַן. לויט די אָנווײַזונגען, וואָס סײַ ישׂראל און סײַ די אינטערנאַציאָנאַלע אַטאָמישע קאָנטראָל־אָרגאַניזאַציע בײַ דער “יו־ען", איז די אַרבעט איבער דער אַטאָם־באָמבע שוין זייער נאָענט צום סוף. די וועלט מאַכט זיך אָבער כּלא־ידע און זינקט אין אירע אייגענע פּראָבלעמען, וואָס גאָר אין אַ קורצער צײַט וועלן זיי אויסזען נישטיק, אין פֿאַרגלײַך מיט דער גלאָבאַלער קאַטאַסטראָפֿע, וועלכע עס קאָן ברענגען אַזאַ באַוואָפֿנטער נוקלעאַרער כּוח, ווי איסלאַמישער פֿונדאַמענטאַליזם. די איצטיקע פּאָגראָמען זײַנען בלויז פּראָבעס אַ קיצל צו טאָן די נערוון פֿון די מערבֿדיקע רעגירונגען.
אין דער הײַנטיקער וועלט בלײַבט ישׂראל אַ רעאַלער אָביעקט פֿון שׂינאה. לויטן אויספֿרעג פֿון בי־בי־סי, איז ישׂראל דאָס דריטע לאַנד, נאָך איראַן און פּאַקיסטאַן, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ סכּנה פֿאַר דער וועלט. אַזוי האַלטן 50 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע אין פֿאַרשידענע לענדער. דער פֿאַקט אַליין, אַז דאָס איינציקע פּראָ־מערבֿדיקע דעמאָקראַטישע לאַנד אין מיטעלן מיזרח ווערט געשטעלט אויף איין ברעט מיט די פֿינצטערע פֿאַנאַטישע רעזשימען, ווײַזט ווי טיף ישׂראל איז עלנט אין דער וועלט.