|
דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר פֿון סאָוועטישע שרײַבער, אויגוסט 1934 |
|
אין 1934, פֿון דעם 14טן אויגוסט ביזן 1טן סעפּטעמבער, האָבן בערך 600 דעלעגאַטן און אַ סך געסט פֿאַרלייגט אין מאָסקווע דעם יסוד פֿאַרן סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין. אַזוי איז אינסטיטוציאָניזירט געוואָרן די סאָציאַליסטיש-רעאַליסטישע אינדוסטריע, וועלכע האָט אָפּגעהאָרעוועט ביז די 1990ער יאָרן, ווען די מלוכה האָט זיך, סוף-כּל-סוף, אָפּגעזאָגט פֿון קאָטראָלירן די ליטעראַרישע פּראָדוקציע. וועגן דעם ערשטן שרײַבערישן צוזאַמענפֿאָר און דעם שרײַבער-פֿאַראיין איז אַ סך אָנגעשריבן געוואָרן — אַפּאָלאָגעטיש און קריטיש, אַקאַדעמיש און מעמואַריסטיש. אָבער רעלאַטיוו ווייניק ווייסן מיר וועגן די ייִדישע ענינים פֿון אָט דער שרײַבערישער אינדוסטריע.
איך מיין ניט דערמיט סתּם ייִדישע מיטגלידער פֿון דעם שרײַבער-פֿאַראיין. זייער צאָל איז תּמיד געווען אַ גרויסע. שוין דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר האָט באַוויזן די ראָלע פֿון ייִדן אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור: צווישן די 597 דעלעגאַטן, זײַנען געווען 201 רוסן, 113 ייִדן, 28 גרוזינער, 25 אוקראַיִנער, און אַזוי ווײַטער. אָבער מיך אינטערעסירן, פֿאַרשטייט זיך, די “ייִדישע ייִדן" — די, וואָס האָבן געהערט צו דער ייִדישער ליטעראַטור. און זייער קול האָט זיך אויך געהערט בעתן ערשטן צוזאַמענפֿאָר: דוד בערגעלסאָן און איציק פֿעפֿער האָבן גערעדט; און ניט נאָר זיי. צווישן די דעלעגאַטן פֿון ווײַסרוסלאַנד זײַנען געווען, אַ שטייגער, אויך די דיכטער איזי כאַריק און זעליג אַקסעלראָד. אויסלענדישע ייִדישע שרײַבער זײַנען געקומען ווי געסט.
באַזונדערס האָט מען זיך אַרומגעטראָגן אין דער סאָוועטישער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט די צײַטונג “פּראַוודאַ", מיטן אַמעריקאַנער מײַסטער פֿונעם ייִדישן וואָרט יוסף אָפּאַטאָשו, כאָטש ער איז קיין קאָמוניסט ניט געווען. אין אַ יאָר אַרום וועט מען אין אַמעריקע אַ פּרוּוו טאָן גרינדן אַן ענלעכן ליטעראַרישן פֿאַראיין, צי פּינקטלעכער אַ ליגע — League of American Writers, און ייִדישע שרײַבער (אַרײַנגערעכנט דעם זעלבן אָפּאַטאָשו) זײַנען אין דער דאָזיקער ליגע אויך אַרײַן. קיין גרויסן רושם האָט די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע, דאַכט זיך, ניט געמאַכט. אמת, איך האָב זיך אָנגעשטויסן אויף אַ באַריכט פֿון דעם אַמעריקאַנער סענאַט, וווּ מיטגלידער פֿון דער דאָזיקער ליגע באַשולדיקט מען אין “ניט-אַמעריקאַנער טעטיקייט".
אין דעם סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין זײַנען געשאַפֿן געוואָרן באַזונדערע סעקציעס פֿאַר ייִדיש — אַזעלכע גרופּעס שרײַבער האָט מען פֿאַראייניקט אין מאָסקווע, קיִעוו און מינסק; די סעקציעס זײַנען געווען טעטיק אין משך פֿון פֿופֿצן יאָר. דאָ קען מען, פֿאַרשטייט זיך, רעדן וועגן דעם טאָטאַליטאַרן כאַראַקטער פֿון דער סיסטעם, וואָס האָט קאָנטראָלירט ליטעראַטור און, בכלל, קונסט אין דער סאָוועטישער מלוכה. און וועגן דעם איז טאַקע כּדאַי צו רעדן און צו פֿאָרשן. אָבער איך שרײַב די דאָזיקע שורות אין אַ שיינעם טאָג, וואָס איז גאָר אַ זעלטענע זאַך הײַיאָר זומערצײַט אין ענגלאַנד, אַזוי אַז עס ציט מיך אין אַ “פּאָזיטיווער ריכטונג".
און אַ פּאָזיטיווע ריכטונג איז, בלי-ספֿק, אויך געווען, ווײַל דער שרײַבער-פֿאַראיין האָט געשאַפֿן באַדינגונגען פֿאַר אַ שותּפֿות און פּשוט, פֿרײַנדשאַפֿט, צווישן ייִדישע און ניט-ייִדישע פּען-מענטשן. די צענטראַליזירטע סטרוקטור האָט אויפֿגעבויט דעכער, אונטער וועלכע עס האָבן זיך באַגעגנט ליטעראַטן פֿון כּל-מיני בראַנזשעס. די דעכער זײַנען געווען פֿאַרשיידענע. למשל, דער זעלבער מלוכה-פֿאַרלאַג האָט געהאַט אַן אָפּטייל פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור. אָדער דער שרײַבער-פֿאַראיין האָט אויפֿגעבויט אַ דירה-הויז, וווּ עס האָבן זיך באַזעצט רוסישע, אוקראַיִנישע און ייִדישע דיכטער און פּראָזאַיִקער. אין אַזאַ הויז האָט אין מאָסקווע געוווינט פּרץ מאַרקיש און צווישן זײַנע שכנים זײַנען געווען שרײַבער, וועלכע האָבן געהערט צו דער סמעטענע פֿון רוסישער ליטעראַטור. לייב קוויטקאָ האָט זיך אין כאַרקאָוו צונויפֿגעחבֿרט מיט זײַן שכן פּאַוולאָ טיטשינאַ, דעם פֿירנדיקן אוקראַיִנישן דיכטער. נאָך מער: טיטשינאַ האָט זיך פֿון קוויטקאָן אויסגעלערנט ייִדיש און גענוצט עס בײַם איבערזעצן ייִדישע לידער אויף אוקראַיִניש.
מע קען ברענגען אַ סך דוגמאָות, וואָס אילוסטרירן די מיטאַרבעט פֿון ייִדישע און ניט-ייִדישע שרײַבער אין דעם גערעם פֿונעם שרײַבער-פֿאַראיין. דאָס איז אַ טעמע פֿאַר אַ באַזונדערער פֿאָרש-אַרבעט און פֿאַר אַ בוך, וואָס קען פֿון אַזאַ פֿאָרשונג אַרויסקומען. אַ חוץ דער פּאָזיטיווער ריכטונג, וועט אַזאַ פֿאָרשונג אויך ווײַזן די נעגאַטיווע זײַטן פֿון דעם “פֿאַראייניקטן" ייִדישן סאָוועטישן ליטעראַרישן לעבן. מע האָט געשיכּורט צוזאַמען, אָבער מסירות איינער אויפֿן אַנדערן פֿלעגט מען אויך שרײַבן.
וואָס שייך שיכּורן צוזאַמען, איז פֿאַרבליבן פֿון די “גוטע צײַטן" אַזאַ געשיכטע:
אין עפּעס אַן אָרט ניט ווײַט פֿון מאָסקווע זײַנען אין יאָר 1936 געקומען דרײַ שרײַבער פֿון ווײַסרוסלאַנד: דער ווײַסרוסישער קלאַסיקער יאַנקאַ קופּאַלאַ און צוויי ייִדישע דיכטער, איזי כאַריק און זעליג אַקסעלראָד. זייער גיך האָבן זיי פֿאַרשיכּורט און פֿאַרהוליעט דאָס גאַנצע געלט, וואָס זיי האָבן געהאַט, און באַשלאָסן זיך ווענדן טעלעגראַפֿיש צו אַ מינסקער פֿונקציאָנער פֿון דעם שרײַבער-פֿאַראיין, וועמענס נאָמען איז געווען לעסין.
די טעלעגראַמע מיט אַ בקשה צו שיקן זיי געלט האָבן זיי אונטערגעשריבן מיט רוסישע אותיות, אָבער מיט ייִדישע ווערטער: “האָב רחמנות, לעסין". אויף דער פּאָסט האָט עס אַרויסגערופֿן חידוש און מע האָט בײַ זיי זייער שטרענג געפֿרעגט, וואָס דאָס מיינט. האָט יאַנקאַ קופּאַלאַ דערקלערט, אַז דאָס זײַנען זייערע נעמען: ער האָט געוויזן אויף כאַריקן און געזאָגט אַז יענער הייסט “האָב", אַקסעלראָד האָט, לויט קופּאַלאַס אײַנפֿאַל, געהייסן “רחמנות", און ער אַליין איז געווען “לעסין".
אַזאַ מעשׂה איז געשען אין די “גוטע צײַטן". אין אַ יאָר אַרום וועט כאַריק אומקומען אין תּפֿיסה. אַקסעלראָדן וועט מען אַרעסטירן ערבֿ דער מלחמה און אומברענגען אין די ערשטע טעג פֿון דער מלחמה. בערך 180 דעלעגאַטן פֿון דעם ערשטן שרײַבערישן צוזאַמענפֿאָר וועלן אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון סטאַלינישע תּלינים. אויב מײַן חשבון איז אַ ריכטיקער, באַקומט זיך אַזאַ בילד: פֿון די 24 “ייִדישע ייִדן", וואָס זײַנען געווען דעלעגאַטן פֿון דעם ערשטן צוזאַמענפֿאָר, זײַנען 16 אומגעקומען אין סאָוועטישע תּפֿיסות און לאַגערן, און צוויי שרײַבער זײַנען אויך געווען דאָרטן, אָבער אַרויס פֿון דעם גיהנום לעבעדיקע.