- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
כ׳וויל דערמאָנען, אַז בײַ דער דאַטע פֿון 12טן אויגוסט 1952, זײַנען אַלט געווען: בערגעלסאָן — 68 יאָר, האָפֿשטיין — 63 יאָר, מאַרקיש — 57 יאָר, פֿעפֿער — 52 יאָר און קוויטקאָ — 62 יאָר. צו דער צײַט האָבן זיי אַרויסגעגעבן אַ סך ביכער — לידער, ראָמאַנען, דערציילונגען, ליטעראַרישע עסייען, קריטישע נאָטיצן... זיי האָבן איבערגעלאָזט אַ רײַכע שאַפֿערישע ירושה! ס׳איז דאָ וואָס צו לייענען, וואָס צו לערנען, וואָס צו פֿאָרשן. די שאַפֿונגען זייערע זענען דאָך געבליבן לעבן אויך נאָך דעם 12טן אויגוסט, 1952! איז פֿאַר וואָס זשע פֿאַרגעסט מען אין זיי, צי מע דערמאָנט זיך בלויז אין אויגוסט?! וועגן דער דאַטע זענען אָנגעשריבן אַ צאָל אַרטיקלען, לידער, דערציילונגען, פּיעסעס, אַפֿילו ראָמאַנען. צו דער דאַטע האָט מען געדרוקט אין די צײַטונגען און זשורנאַלן זייערע ווערק. אין 1964 איז אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ אַן אַנטאָלאָגיע פֿון די צוועלף פֿאַרשניטענע ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אונטער דער רעדאַקציע פֿון חנא שמערוק: "אַ שפּיגל אויף אַ שטיין" (אין 1987, אַ צווייטע, פֿאַרבעסערטע אויסגאַבע). עס זענען געשטעלט געוואָרן דענקמעלער, אָנדענק־שילדן לזכּרון די שרײַבער, קרבנות פֿונעם סטאַלין־רעזשים, צום בײַשפּיל אין גן תּשי״ב אין ירושלים. מיר דאַכט, אַז ווען מע שטעלט דענקמעלער די שרײַבער: בערגעלסאָנען אין אוקראַיִנע (אָכרימאָוואָ), צי האָפֿשטיינען אין קאָראָסטישעוו, מאַרקישן אין פּאָלאָנע, פֿעפֿערן אין שפּאָלע, קוויטקאָ אין ניקאָלײַעווער געגנט, וואָלט דאָס געווען אַ סך וויכטיקער, ווי דענקמעלער געווידמעט די דערשאָסענע שרײַבער. זיי זענען ניט נאָר געווען קרבנות, זיי זענען געווען לעבעדיקע מענטשן; געווען אַ מאָל יונג, פֿלעגן זיך פֿאַרליבן, לײַדן און זיך פֿרייען, וויינען און לאַכן, געהאַט שיינע טרוימען. מע קאָן שטעלן צו זייערע שיינע פֿאַמיליע־נעמען אַ סך אַנדערע ערן־טיטלען און נישט נאָר דעם שוואַרצן, נישט־ליטעראַרישן "טיטל" — קרבן. נאַט אײַך בלויז עטלעכע דעפֿיניציעס, וואָס ס׳האָט געגעבן אין זײַן בוך הירש רעמעניק: דוד בערגעלסאָן — "אַ קלאַסיקער פֿון קינסטלערישער פּראָזע"; דוד האָפֿשטיין — "אַ דיכטער אַ נאָוואַטאָר"; פּרץ מאַרקיש — "דער רעוואָלוציאָנעלער שטורעם און דראַנג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור"; פֿעפֿער — "דער דיכטער פֿון זיג"; קוויטקאָ — "דיכטער פֿון רעוואָלוציאָנערן אומרו"... אין 2012 ווערט 100 יאָר זינט דער יונגער, 23־יאָריקער דוד האָפֿשטיין האָט אָנגעשריבן זײַן טריפּטיך: "אין ווינטער־פֿאַרנאַכטן". דעם ברייטן עולם איז מער באַקאַנט דאָס צווייטע ליד פֿונעם טריפּטיך: אין ווינטער־פֿאַרנאַכטן אויף רוסישע פֿעלדער! וווּ קאָן מען זײַן עלנטער, וווּ קאָן מען זײַן עלנטער… ווייניק ווער איז באַקענט מיט איציק פֿעפֿערס ליריק. אין יאָר 1922 האָט דער 22־יאָריקער פּאָעט געשריבן: און בין איך אויפֿן באַרג, מיט פֿעלדזן, מיט זון, מיט מאָך, נאָר עפּעס איז מיר קאַרג, נאָר עפּעס וויל זיך נאָך… אין 1917, האָט געזונגען דער 27־יאָריקער לייב קוויטקאָ: כ׳האָב געקליבן, כ׳האָב געקליבן אין מײַן האַרצן פֿרייד, כ׳האָב באַהאַלטן, זי באַהאַלטן שטילערהייט — כ׳האָב געמיינט: די זון, פֿאַרגייען ווערט זי רויט, וועל איך קאָנען פֿאַר דיר שטייען מיט מײַן פֿרייד… אַ ציטאַט פֿון ד. בעגעלסאָנס אַ דערציילונג, וואָס ער האָט זי אָנגעשריבן אין 1927: "אַרום האָט געהעלט דער טאָג אַ פֿרי־טרוקענער, אַ לײַכט־געבוירענער, ווי אַ זיבעלע, אַ גרינגער אָן אַ מינדסטן רויכל אין אַלע זײַנע הויכע בלויקייטן און פֿול מיט גערוך פֿון סטעפּיקן פּוסט־און־פּאַסט — אַ טאָג, וואָס קלעטערט פּאַמעלעך צו פֿוס און ווייסט ניט פֿון גיין ראָש־השנה אין שול אַרײַן…" * * * יאָ, זיי זענען אַ מאָל געווען יונג און געפֿריידט זיך מיטן לעבן. וויפֿל קאָן מען באַוויינען די אָפּגעהאַקטע ביימער? לאָמיר געדענקען, אַז די ביימער האָבן אַ מאָל געבליט, געגעבן שיינע, רײַפֿע פּירות. גענוג צו רעדן אַזוי פֿיל וועגן דער טראַגעדיע, לאָמיר באַזינגען דאָס לעבן און די שאַפֿונגען פֿון די דערשאָסענע שרײַבער. בערגעלסאָנסSubmitted by hershlg on Wed, 2012-09-05 12:33.
בערגעלסאָנס היימשטעטל הייסט אויף ייִדיש „אָכרימעווע"; האָפֿשטיינס ־ „קאָרשעוו"; מאַרקישעס ־ „פּילענעוו"; און קוויטקאָ האָט געשטאַמט נישט פֿון „ניקאָלײַעווער געגנט", נאָר פֿון „(ה)אָלעסקאָוו", אינעם צפֿונדיקן טייל מיקאָלײַעווער ראַיאָן, אָבער ווײַט פֿון דער שטאָט מיקאָלײַעווע. זען מײַן „ייִדישלאַנד", אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם ייִוואָ. |