אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, האָבן מיר שוין עטלעכע מאָל באַטראַכט די טעמע פֿון אינערלעכער פֿאַראייניקונג פֿון אַ מענטש און דעם באַשעפֿער, ווי דעם לייטמאָטיוו פֿונעם חומש "דבֿרים", וועלכער ווערט פֿאַררעכנט, ווי עס שטייט אינעם זוהר, ווי משה רבינוס אייגענע ווערטער, און פֿאָרט שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַן אינטעגראַלן טייל פֿון דער תּורה־נבֿואה.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט אַ בפֿירוש פּאַראַדאָקסישער מיצווה: די תּורה ווענדט זיך צו ייִדן און זאָגט, אַז "ווען דו גייסט אַרויס צו האַלטן אַ מלחמה מיט דײַנע שׂונאים" — "כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", האָסטו דאָס רעכט צו פֿאַרכאַפּן אַ שיינע ניט־ייִדישע פֿרוי, כּדי מיט איר חתונה צו האָבן. על־פּי הלכה, מעג מען עס אַפֿילו טאָן, ווען זי איז אַ חתונה־געהאַטע; איר פֿריִערדיקע פֿאַרבינדונג מיט אַן אַנדער מאַן ווערט אַנולירט.
אויפֿן ערשטן בליק, זעט אַזאַ אָנזאָג אויס ווי אַן אויסטערליש אוממאָראַלישער. די חז״ל דערקלערן טאַקע, אַז די תּורה רעדט "כּנגד יצר־הרע". אַדרבה, אַזאַ אויפֿפֿירונג איז נישט ריכטיק און אַפֿילו עקלדיק. פֿונדעסטוועגן, אויב עמעצער וואָלט טאַקע פֿאַרכאַפּט אַ פֿרוי בעת אַ מלחמה, וואָלט דער אייבערשטער אים נישט באַשטראָפֿט און וואָלט דערלויבט מיט איר חתונה צו האָבן, אויב זי איז מסכּים זיך מגייר צו זײַן.
דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס אַלע גרויסע ראשונים און פּוסקים פֿאַררעכענען דעם דאָזיקן אָנזאָג נישט בלויז ווי אַ באַווײַז, אַז דער אייבערשטער פֿאַרשטייט די מענטשלעכע שוואַכקייטן און קאָן פֿאַרגעבן אַ ווילדע מעשׂה אין אַ ווילדער סיטואַציע, און נישט אַפֿילו ווי אַ דערלויבעניש, נאָר טאַקע ווי אַ מיצווה. דער רמב״ם און אַנדערע קלאַסישע ייִדישע דענקער, וועלכע ציילן איבער אַלע מיצוות אין דער תּורה, שליסן די מיצווה פֿון "יפֿת־תּואר" אײַן אין איין ליסטע מיט אַלע אַנדערע תּורה־אָנזאָגן — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די צען געבאָט, די יסודות פֿון דער גאַנצער תּורה, הייסט בפֿירוש נישט צו גנבֿענען און נישט האָבן אַ גלוסט צו אַ פֿרוי פֿון אַן אַנדער מאַן. די חז״ל דערקלערן, אַז די ערגסטע גנבֿה, וואָס דווקא וועגן איר גייט אַ רייד אין די עשׂרת־הדברות, איז צו פֿאַרכאַפּן אַ מענטש. אין די זעלבע צען געבאָט שטייט אויך בפֿירוש געשריבן, אַז מע טאָר נישט האָבן קיין סעקסועלע פֿאַרבינדונגען מיט אַ חתונה־געהאַטער פֿרוי. עס באַקומט זיך, לכאורה, אַז דער פֿאַרכאַפּער פֿון דער "יפֿת־תּואר" איז עובֿר אויף דרײַ פֿון די צען געבאָט!
מיט צוויי וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "ראה", האָבן מיר גערעדט וועגן דעם קרבן, וואָס אליהו־הנבֿיא האָט געבראַכט אויפֿן באַרג כּרמל. על־פּי־הלכה, האָבן די ייִדן אין יענער צײַט נישט געטאָרט ברענגען קיין קרבנות מחוץ דעם בית־המיקדש. דער בייזער קיניג אַחאבֿ, צוזאַמען מיט זײַן רישעותדיקער ווײַב, איזבֿל, האָבן פֿאַרשפּרייט דעם קולט פֿונעם אָפּגאָט בעל, וועלכער איז געווען פֿאַרבונדן מיט זייער אומיושרדיקער מאַכט. אליהו האָט פֿאַקטיש אָרגאַניזירט אַ בונט קעגן די פֿאַלשע נבֿיאים פֿון בעל, אונטעררײַסנדיק אַחאבֿס אויטאָריטעט. כּדי דאָס דורכצופֿירן, האָט ער געמוזט ברעכן די הלכה און ברענגען אַ קרבן אויפֿן באַרג כּרמל. דאָס פֿאָלק האָט דערזען, ווי אַזוי אַ מיצווה — וועלכע אליהו האָט דורכגעפֿירט אויף אַ פּאַראַדאָקסישן אופֿן, קעגן דער הלכה — ברענגט אַ ברכה און יושר אינעם לאַנד.
דער דאָזיקער בײַשפּיל ווײַזט, אַז אַפֿילו אַן ענין, וואָס ווערט פֿאָרמעל פֿאַררעכנט פֿאַר אַן עבֿירה, קאָן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ מיצווה, ווען ער ווערט באַגלייט מיט אַ נבֿיאישער אינספּיראַציע אָדער סתּם אַ ריינער כּוונה לשם־שמים. ווי עס דערקלערן די חז״ל, איז אַן עבֿירה לשם־שמים בעסער, ווי אַ מיצווה שלא־לשמה. הגם די הלכה איז, בדרך־כּלל, דער ריכטיקער וועג אין עבֿודת־השם, איז דאָס רעאַלע לעבן מער קאָמפּליצירט און פֿאָדערט צומאָל אַרויסצוגיין מחוץ די ראַמען פֿון אַלע כּללים. דער גרויסער חסידישער רבי שׂימחה פּשיסכער האָט אַמאָל געזאָגט איינעם פֿון זײַנע חסידים, אַז אין עבֿודת־השם איז נישטאָ קיין כּללים און דאָס גופֿא — אַז ס׳איז נישטאָ קיין כּללים — איז אויך נישט אַ כּלל.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט באַהאַנדלט אַ פֿאַרקערטער ענין. עס זענען פֿאַראַן ענינים, וואָס שטימען מיט דער פֿאָרמעלער הלכה, און זענען פֿאָרט עקלדיק. דער רמב״ן דערקלערט אין זײַן תּורה־פּירוש, אַז אַ מענטש קאָן זײַן אַ "נבֿל ברשות התּורה" — אַן עקלדיקער פּאַרשוין, וועלכער לעבט על־פּי־הלכה, אָבער פֿאַרקוקט די עטישע און מאָראַלישע יסודות.
די פּאַראַדאָקסישע מיצווה פֿון "יפֿת־תּואר" איז זייער וויכטיק ווי אַ בײַשפּיל פֿון דעם דאָזיקן יסודותדיקן פּרינציפּ. די תּורה דערקלערט, אַז ס׳איז מעגלעך צו געפֿינען אין אַ געוויסער סיטואַציע אַ תּירוץ, וועלכער דערמעגלעכט אַרומצוגיין דרײַ פֿון די צען געבאָט, און דערצו נאָך אויף אַ בפֿירוש הלכהדיקן אופֿן, וואָס ווערט אַפֿילו פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה. פֿונדעסטוועגן, מיינט עס נישט, אַז מע זאָל זיך אַזוי פֿירן.
פֿון דער צווייטער זײַט, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן מען זיך גרינג פֿאָרשטעלן אַ סיטואַציע, ווען די פֿאַרכאַפּונג פֿון אַ פֿרעמדער פֿרוי בעת אַ מלחמה ווערט טאַקע פֿאַרוואַנדלט אין אַ מיצווה. ווי געזאָגט, איז דער אוראַלטער קולט פֿון בעל און אַנדערע אָפּגעטער געווען פֿאַרבונדן מיט בפֿירוש אומיושרדיקע מעשׂים. די כּנענישע געצנדינער פֿלעגן דערהרגענען זייערע אייגענע קינדער פֿאַר אַ קרבן, און געצוווּנגען געוויסע פֿרויען צו דינען ווי "קדשות", ספּעציעלע טעמפּל־זונות, ווי אַ טייל פֿון זייער געצנדינערײַ. מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן אַ סיטואַציע, ווען אַ חתונה־געהאַטע פֿרוי לײַדט פֿון איר לעבן מיט אַן אַכזריותדיקן מאַן, און וואָלט געווען צופֿרידן צו בלײַבן מיט אַ סאָלדאַט, וועלכער האָט בעסערע מאָראַלישע ווערטן.
אַ סך מענטשן מיינען, אַז די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט איז אַ סיסטעם פֿון אָנזאָגן און פֿאַרבאָטן, וואָס מע מוז טאָן און וואָס מע טאָר נישט. על־פּי קבלה, ווי עס שטייט אינעם ספֿר־הזוהר, זענען די מיצוות "עיטין דאורייתא" — פֿאַרשיידענע עצות, וואָס די תּורה גיט אונדז, כּדי צו געפֿינען דעם וועג צוריק צו אונדזער ג־טלעכן שורש. דער איזשביצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר "מי השילוח", אַז די הלכות זענען נישט קיין אַבסאָלוטע "רעליגיעזע געזעצן", נאָר אַ דינאַמישע נעץ פֿון מיטלען און סימבאָלן, וועלכע זענען מסוגל אויפֿצוהייבן די נשמה איבער די באַגרענעצונגען פֿון עולם־הזה. הגם די מיצוות זעען צומאָל אויס ווי אַ סיסטעם פֿון שטרענגע כּללים, מוז מען אויך פֿאַרשטיין, אַז אויב מע פֿאַרגעסט דעם לעבעדיקן גײַסט, וואָס שטעקט אין דער תּורה, פֿאַרוואַנדלט מען די תּורה גופֿא, חלילה, אין אַ מין עבֿודה־זרה, אין אַ פֿאַרגליווערטן "שטיינערנעם אָפּגאָט".
די הײַנטיק פּרשה טראָגט דעם נאָמען "כּי תצא" — "ווען דו גייסט אַרויס". ווײַטער ווערט דערמאָנט אַן ענין, וואָס ווערט פֿאַררעכנט, טעאָרעטיש, פֿאַר אַ מיצווה, הגם ס׳איז אַ סתּירותדיקע מעשׂה, וואָס לכתּחילה איז נישט כּדאַי צו טאָן. דער עצם־פֿאַקט, וואָס די מיצווה פֿון "יפֿת־תּואר" איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער תּורה, דעמאָנסטרירט דעם דערמאָנטן ענין, אַז די תּורה איז אַ לעבעדיקער, דינאַמישער קוואַל פֿון חכמה, וואָס לאָזט זיך נישט רעדוצירט צו ווערן צו אַ פֿיקסירטער סיסטעם פֿון פֿאַרגליווערטע כּללים. עס טרעפֿן זיך אַמאָל מאָמענטן, ווען אַ מענטש מוז "אַרויסגיין" פֿון דער אָנגענומענער פּאַראַדיגמע, כּדי צו דערגרייכן אַ נײַע מדרגה פֿון השׂגה און עבֿודה.