וואָס טוט מען, אַז מע האָט שטאַרק ליב קאַרטאָפֿל־טשיפּקעלעך, נאָר מע וויל אויסמײַדן אַזוינע פֿעטע פּאָטראַוועס? מאַכט זיי מיט ווייניקער בוימל און באַקט זיי אָפּ, אַנשטאָט צו פּרעגלען זיי!
1 לעפֿל איילבערט־בוימל
2 לעפֿל צעהאַקטער קנאָבל
2 קאַרטאָפֿל
1/2 לעפֿעלע זאַלץ
שפּריצבוימל
הייצט אָן דעם בוימל אין אַ פּאַטעלניע, און מישט אַרײַן דעם קנאָבל, ביז ער נעמט אָן אַ גאָלדענעם קאָליר — בערך 2 מינוט.
דרייט אָפּ דאָס פֿײַער און וואַרט ביז דער בוימל קילט זיך אָפּ. ניצנדיק אַ דורכשלאַק, גיסט דעם קנאָבל־בוימל אַרײַן אין אַ טעפּל.
הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 צעלזיוס). צעשנײַדט די קאַרטאָפֿליעס אין זייער דינע רעפֿטלעך. שווענקט אָפּ די רעפֿטלעך מיט קאַלט וואַסער און טריקנט זיי אָפּ מיט אַ האַנטעך. מישט די קאַרטאָפֿל־רעפֿטלעך אויס מיטן קנאָבל־בוימל און זאַלץ.
באַשפּריצט צוויי גרויסע בעקנס מיט שפּריצבוימל, און לייגט אַרײַן די קאַרטאָפֿל־רעפֿטלעך אין איין שיכט. באַקט זיי ביז זיי ווערן גאָלד, בערך 25 מינוט. לאָזט זיי זיך אָפּקילן, איידער איר דערלאַנגט זיי צום טיש.