משפּחה, װיסנשאַפֿט
אַ באַטאַריי, געמאַכט פֿון קיך־מעסערס און אַ זויערער אוגערקע, צינדט אָן אַ קאַלקולאַטאָר

אין ס׳רובֿ אַמעריקאַנער שולן באַקענען זיך די תּלמידים מיט די יסודות פֿון וויסנשאַפֿט בלויז אויף אַ זייער אויבערפֿלאַכיקן אופֿן. מע פֿירט דורך ווייניק פּראַקטישע עקספּערימענטן, און מע טראַכט זיך ווייניק אַרײַן אין דעם, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע נאַטור-פֿענאָמענען "אַרבעטן". אין די אייראָפּעיִשע לענדער איז דער מצבֿ, בדרך־כּלל, אַ ביסל בעסער, אָבער אויך נישט אַזוי "אײַ־אײַ־אײַ".

געשיכטע, װיסנשאַפֿט
ד״ר דזשאָן מאַק׳קאַרטי, 1967

לאָגיק, סתּירות און כאַאָס

אין דער געשיכטע זענען פֿאַראַן נישט ווייניק גרויסע אַנטדעקונגען און דערפֿינדונגען, וועלכע האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף דער גאַנצער וועלט, אָבער בלײַבן רעלאַטיוו אומבאַקאַנט דעם אַלגעמיינעם עולם, אַחוץ אַ באַגרענעצטער צאָל ספּעציאַליסטן. אַ וויכטיקן מוסטער פֿון אַזאַ "באַשיידענער" דערפֿינדונג איז די קאָמפּיוטער-שפּראַך "Lisp" מיט אַ לאַנגן און אינטערעסאַנטן ייִחוס, וועלכע פּראַוועט הײַיאָר איר 50־יעריקן יוביליי.

װיסנשאַפֿט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
אַן אילוסטראַציע צו אורסולאַ לע גויִנס מעשׂה "ראָקאַנאָנס וועלט", פֿונעם סאָוועטישן
זשורנאַל "יוגנט-טעכניק"
 ("Техника молодёжи"), 1989

מיט 30 יאָר צוריק האָט אַ גרופּע קאַנאַדישע אַסטראָנאָמען איבערגעגעבן, אַז זי האָט צום ערשטן מאָל אַנטדעקט אַ פּלאַנעט אויסער אונדזער זון-סיסטעם, בײַ דעם שטערן גאַמאַ-צעפֿיי. זייער אַנטדעקונג איז באַשטעטיקט געוואָרן, אָבער, ערשט מיט 5 יאָר צוריק. זינט דעמאָלט, זענען אַנטדעקט געוואָרן בערך 329 פּלאַנעטן אַרום צענדליקער שטערן.

לעצטנס, האָט די אַנטדעקונג פֿון נײַע פּלאַנעטן זיך פֿאַרוואַנדלט כּמעט אין אַ טאָג-טעגלעכער רוטין.

רעליגיע, פֿאַרשײדנס
פּיטער בריגעל דער עלטסטער, "דער מגדל-בבֿל"

לויט דער ייִדישער מסורה, האָט דער אַכזריותדיקער מלך נמרוד, וועלכער האָט געגרינדעט די ערשטע וועלט-אימפּעריע מיטן צענטער אין "ארץ שנער", שומער, געהייסן אויפֿצובויען די שטאָט בבֿל, מיט אַ ריזיקן טורעם ביזן הימל. ווי עס שטייט אין דער תּורה, האָבן די אײַנוווינער פֿון שנער געוואָלט "קריגן אַ שם, כּדי נישט צו ווערן צעזייט איבער דער ערד". צוליב אַ ריי ענלעכקייטן, פֿאַרבינדן די היסטאָריקער די דאָזיקע מעשׂה מיט דער אַקאַדישער אימפּעריע, געשאַפֿן אין מעסאָפּאָטאַמיע דורכן קיניג סאַרגאָן.

װיסנשאַפֿט
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט צוויי וואָכן צוריק זענען געוואָרן באַקאַנט די נעמען פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן אין וויסנשאַפֿט.

די פּרעמיע אין מעדיצין איז צוגעטיילט געוואָרן דעם דײַטשישן וויסנשאַפֿטלער האַראַלד צור האַוזען, פֿאַר זײַן אַנטדעקן, אַז געוויסע מינים פּאַפּילאָמאַ-ווירוסן זענען גורם דעם מוטערהעלדזל-ראַק בײַ פֿרויען, און די פֿראַנצויזישע ווירוסאָלאָגן פֿראַנסואַז באַרע־סינוסי און לוק מאָנטאַניע, פֿאַרן אַנטדעקן דעם ווירוס פֿונעם אימונאָדעפֿיציט בײַ מענטשן (HIV).

געשיכטע, פֿאַרשײדנס
אַרכעאָלאָג ראָן טעפּי ווײַזט דעם שטיין וואָס ער האָט געפֿונען אין תּל-זית

מיט פֿיר יאָר צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן, בראָש מיט ראָן טעפּי, אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר פֿונעם פּיטסבורגער טעאָלאָגישן סעמינאַר, אַנטדעקט אין תּל-זית, 35 מײַל פֿון ירושלים, אַ גרויסן שטיין, 38 פֿונט די וואָג, אויף וועלכן עס זענען אויסגעקריצט געוואָרן די אותיות פֿונעם אַלט-העברעיִשן אַלף-בית. אין די אוראַלטע צײַטן פֿלעגן די ייִדן נוצן די אַלטע שריפֿט, וועלכע ווערט אָנגערופֿן אין גמרא "כּתבֿ-עבֿרי", און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וואַריאַנט פֿונעם אַלגעמיינעם סעמיטישן אלף-בית.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿעני און פֿרעדי זײַנען געווען צוויי חבֿרה־לײַט אַרויסגעקומען פֿון אָרעמקייט און געחלומט איין טאָג אָנצוכאַפּן זיך אין די פּאָלעס פֿונעם אַמעריקאַנער חלום. פֿעני האָט גענומען דעם "סאָבוויי" צו דער אַרבעט. זי האָט געאַרבעט אויף דער "לאַוער איסט סײַד," לעבן וואָל־סטריט. דאָרט איז זי געווען אַ טעלעפֿאָניסטקע. גענומען אַ דיקטאַנט פֿונעם בעל־הבית און געקלאַפּט אויף דער שרײַב־מאַשינקע. איר געהאַלט איז געווען נישט מער ווי פֿינף און דרײַסיק שמאַלאַרעס אַ וואָך.

נײַעס, װיסנשאַפֿט
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עודד שראַם

דעם ערשטן סעפּטעמבער איז אומגעקומען עודד שראַם, איינער פֿון די בעסטע הײַנטצײַטיקע מאַטעמאַטיקער. ער איז געווען דער סאַמע אײַנפֿלוסרײַכער מומחה אין דער טעאָריע פֿון משמעותדיקייט (probability theory), איינעם פֿון די גרונט-געביטן אין דער מאָדערנער מאַטעמאַטיק. דער טראַגישער אומגליקפֿאַל איז פֿאָרגעקומען אין די בערג, ווען שראַם האָט געפּרוּווט אַרויפֿצוקלעטערן אויפֿן שפּיץ גײַ (Guye), אין די קאַסקאַד-בערג, שטאַט וואַשינגטאָן, ניט ווײַט פֿון סיעטל.

ייִדיש־וועלט, הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר ייִדן האָבן אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ זעל­טענעם חוש פֿאַר הומאָר, סאַטירע, חוזק, שפּאָט, איראָניע, לצנות און סתּם הלצה, און אַלץ אויף ייִדיש. נישט גענוג וואָס מיר האָבן געטריבן קאַטאָוועס פֿון אייגע­נע און פֿון פֿרעמדע, האָבן מיר אויך קאַ­טע­גאָ­ריזירט אונדזער קאַריקאַטור, פֿאַר­שריבן און פֿאַרחתמעט יעדעס געשעע­ניש, יעדעס שטיקל נײַעסל, יעדעס בליצל וואָס האָט אַדורכגעאַקערט דעם ייִדישן מוח. אַלץ האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאָלקס־אַפֿאָריזם.

טשיקאַװעס
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
דזשאָן שוואַרץ, אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק-טײַמס", הייבט זיך אויף אין דער לופֿטן, באַגלייט דורכן דערפֿינדער גלען מאַרטין (לינקס) און ריי טאָמסען (רעכטס)

פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, בעת דעם יער­לעכן אַמעריקאַנער אַוויאַ-פֿעסטיוואַל אין אָס­קאָש, שטאַט וויסקאָנסין, האָט דער נײַ־זילענדישער דערפֿינדער גלען מאַרטין אויס­געפּרוּווט אַ פֿלי-מכשיר, וועלכן מע בינדט צו צום רוקן, ווי אַ מין רענצל. מיט דער הילף פֿון דער נײַער דערפֿינדונג, האָט דזשאָן שוואַרץ, אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק-טײַמס", זיך אויפֿגעהויבן אויף אַ פּאָר מע­טער איבער דער ערד, און זיך געהאַלטן אין דער לופֿטן במשך פֿון עטלעכע מינוט.

טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער זשור­נאַל "Science" איבערגעגעבן, אַז די וויסנ­שאַפֿטלער בײַם ירושלמער "פֿאָרש-צענטער פֿון נאַטירלעכער מעדיצין אויפֿן נאָמען פֿון לויִס באָריק" האָט זיך אײַנגעגעבן אויפֿצוציִען אַ טייטלבוים פֿון אַן אוראַלטן קערן, געפֿונען אין די רויִנען פֿון דער באַרימטער פֿעסטונג מצדה. די פֿאָרשער האָבן באַשטימט, אַז דאָס קערנדל איז געווען 2,000 יאָר אַלט. ביז הײַנט האָט זיך קיינעם נישט אײַנגעגעבן אויפֿצולעבן אַזאַ אַלט געוויקס.

פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך פֿאָדער אַ סך מאָל פֿון מײַנע סטודענטן פֿאַרשיידענע אַרבעטן אויסער די ראַמען פֿון קלאַס. איינע פֿון זיי איז געווען דאָס אַוועקזעצן זיך מיט דער באָבען אָדער זיידן, מיט דער מומען אָדער אַ שכן, און צומאָל — אַ שכנטע — און אויס­געפֿינען אַ ביסל מער וועגן זיי: ווער און וואָס זיי זײַנען, פֿון וואַנען זיי שטאַמען און וואָס זיי האָבן אַדורכגעמאַכט אין לעבן. פֿאַרשטייט זיך, אַז די נאָענטע משפּחות האָבן זיך שטאַרק דערפֿרייט מיט דער אויפֿגאַבע; דאָס אייניקל וויל וויסן, וויל אויסהערן, וויל דערגיין.