- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איר ווילט הערן אַ מעשׂה? נישט קיין מעשׂה סתּם אויסגעזויגן פֿון פֿינגער, נישט קיין מעשׂה וואָס פֿון אונטער די הרי־חושך, נאָר אַזוי עכט ווי שלמה המלכס מישפּט. די מעשׂה האָט זיך פֿאַרלאָפֿן אין אַ רײַך שטעטעלע לעבן ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען, קיין עין־הרע, פֿאַרמעגלעכע ייִדן, אין אויסגעסטרויעטע הײַזער, מיט קעכינס און דינסטן, מיט גערטנער און אָנגעשטעלטע קוימען־קערער. האָט איינע פֿון אַזעלכע משפּחות אָנגעשטעלט אַ דינסט, נישט קיין ייִדישע דווקא. וווּ קען מען הײַנט באַקומען אַ ייִדישע דינסט בכלל? נישטאָ אַזוינס. דאָס איז אַ פֿרוי אין די מיטעלע יאָרן. מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט די אַמעריקאַנער קאָסמאָס־אַגענטור, "נאַסאַ", אַנטדעקט אַ "מערקווירדיקן סכום וואַסער" אויף דער לבֿנה. דעם 9טן אָקטאָבער, האָט אַ ספּעציעלער סאַטעליט, מיטן נאָמען "LCROSS", אַרײַנגעוואָרפֿן זײַן אויסגענוצט ליידיקן ראַקעט־מאָטאָר אינעם קראַטער קאַבעוס, וואָס געפֿינט זיך בערך אַרום 62 מײַל פֿונעם צפֿונדיקן לבֿנה־פּאָלוס. זײַענדיק אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון דער אָרביטע אין דער וואַקוּוּם־סבֿיבֿה, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין לופֿט, וואָס וואָלט פֿאַרזאַמט דאָס פֿאַלן, האָט דער מאַסיווער מעטאַלענער אָביעקט געדינט ווי אַ באָמבע. לעצטנס האָט די וועבזײַט פֿון אונדזער צײַטונג געהאַט די "זכיה" צו באַקומען אַ נײַע כוואַליע מיסט־קאָמענטאַרן צו די אַרטיקלען. ווי ס׳איז באַקאַנט, לײַדן כּמעט אַלע שמועס־ערטער איבער דער אינטערנעץ, וווּ מע קאָן זיך גרינג רעגיסטרירן און איבערלאָזן עפּעס אַ קאָמענטאַר, פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם "ספּאַם" — נאַרישע רעקלאַמעס, פּאָליטישע לאָזונגען און אַנדערע מינים ידיעות, וואָס שטערן דעם נאָרמאַלן גאַנג פֿון די דיסקוסיעס. מײַן מאַמעס שטעטל, אַלט־קאָנסטאַנטין (ניט ווײַט פֿון בערדיטשעוו), איז מיר אַרײַן אין די געדאַנקען און וויל פֿון דאָרטן ניט אַרויס! וואָס עפּעס מיט אַ מאָל? איך האָב לעצטנס געהערט און געזען חיים ביידערס ז״ל קאָמפּאַקטל וועגן די דרײַ שטעט(לעך) — "אַלט־קאָנסטאַנטין, סאָטענעוו, טשערנאָביל" און ס’האָט אויף מיר געמאַכט אַ גאָר גרויסן רושם. ס’איז דאָס ערשטע מאָל וואָס איך זע בילדער פֿון די דאָרטיקע הײַזער, גאַסן, שילן און בית־עלמינס. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט וויליאַם בײַערס, אַ קאַנאַדישער פּראָפֿעסאָר, פּובליקירט דאָס בוך "ווי אַזוי די מאַטעמאַטיקער טראַכטן", וואָס לייקנט אָפּ דעם פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, אַז מאַטעמאַטיק איז, כּלומרשט, אַ טרוקענע וויסנשאַפֿט, באַגרינדעט בלויז אויף שטרענגער לאָגיק און קאַלטן שׂכל. דער מחבר באַטאָנט, אַז, פּונקט פֿאַרקערט, אינעם יסוד פֿון דער דאָזיקער חכמה ליגן סתּירות, פּאַראַדאָקסן און צוויידײַטיקייט. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער נאָבעל־קאָמיטעט אָנגערופֿן די הײַיאָריקע פּרעמיע־לאַוראַעטן אין וויסנשאַפֿט. דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר די וויכטיקסטע דערגרייכונגען אין פֿיזיאָלאָגיע און מעדיצין האָבן באַקומען, בשותּפֿות: עליזאַבעט בלעקבערן, אַן אויסטראַליש־געבוירענע אַמעריקאַנער ביאָלאָגישע פֿאָרשערין פֿונעם סאַן־פֿראַנציסקער אוניווערסיטעט; דער טראַגישער מאָרד־איבערפֿאַל אינעם תּל־אָבֿיבֿער קלוב פֿון האָמאָסעקסואַליסטן האָט כּמעט יעדן שאָקירט אין לאַנד, אָבער נישט יעדן פֿאַרחידושט... אין אונדזער הײַנטיקן נומער וועט איר געוויס לייענען דעם אַרטיקל פֿון שׂרה־רחל שעכטער, געווידמעט דער "קיצלענדיקער" טעמע וועגן די מענטשן אין אונדזער געזעלשאַפֿט מיט דער אַזוי גערופֿענער נישט־טראַדיציאָנעלער אָריענטאַציע. אין דער “ניו־יאָרק טײַמס" פֿון 29סטן מײַ איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנט אַרטיקעלע, געשריבן פֿון איינעם, ניקאָלאַס ווייב, וווּ ער דערציילט אונדז וועגן אַן עקספּערימענט וואָס מען פֿירט אַדורך אין דײַטשלאַנד שוין פֿון יאָרן. זעט אויס, אַז דאָרטן רוכעוועט זיך מיט מענטשלעכע, גענעטישע סודות. דאָס מאָל ווילן זיי דווקא דערגיין דעם סוד פֿון אונדזערע פֿעיִקייטן צו שפּראַך. דאָס גענעטישע אויסגעפֿינס איז באַצייכנט געוואָרן מיטן יום־טובֿדיקן נאָמען “פֿאַקס פּ־2." נישט איין מאָל טרעפֿט זיך שוין אָן דער מחבר פֿון די שורות אויף מענטשן, צומאָל גאַנץ געבילדעטע, וואָס גלייבן, אַז "ייִדיש האָט נישט קיין גראַמער" — כּלומרשט, ס׳איז אַ שפּראַך אָן כּללים, ווײַל ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדיש־רעדער לערנען ניט די גראַמאַטיק אין דער שול. אין דער אמתן, האָט גראַמאַטיק, לויטן הײַנטצײַטיקן באַדײַט פֿונעם וואָרט, ווייניק צו טאָן מיט די לערנביכער. וואָס מיינט איר, אַז יעדעס שטעטל האָט אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ דאָקטער און אַ דענטיסט? אַ נעכטיקע וועטשערע. ווײַל איידער אַ ייִדישער אָדער אַ נישט ייִדישער דאָקטער האָט זיך באַזעצט אין אַ שטעטל און געעפֿנט אַ קאַבינעט, האָבן זיך ייִדן ווי נישט איז אַן עצה געגעבן אָדער מיט דער הילף פֿון אַ פֿעלדשער — ס׳הייסט, אַן אַמאָליקער שערער־כירורג — אָדער אַן אָפּשפּרעכערקע, וואָס האָט געהיילט מיט באַבסקע רפֿואות. ייִדן האָבן זיך ווי נישט איז אַן עצה געגעבן אין די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך. די מאָדערנע תּקופֿה אויב מע בעט עמעצן אָנצורופֿן די סאַמע באַקאַנטע ייִדישע וויסנשאַפֿטלער, וועלן ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע, מסתּמא, דערמאָנען בלויז אַ צאָל פּערזענלעכקייטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט: אַלבערט אײַנשטיין, זיגמונד פֿרויד, לעוו לאַנדאַו, נילס באָר. די, וואָס קענען די ייִדישע געשיכטע, וואָלטן אויך דערמאָנט די גרויסע מיטל־עלטערישע אַסטראָנאָמען, מאַטעמאַטיקער און דאָקטוירים, אַזעלכע ווי רבי אַבֿרהם אבֿן־עזרא און דער רמב״ם. |