- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צווישן דעם ייִנגערן דור רוסיש-רעדנדיקע בעל-תּשובֿות טרעפֿן זיך נישט זעלטן גוטע קענער פֿון קעלטישער און סקאַנדינאַווישער מיטאָלאָגיע, ווי אויך טאָלקיעניסטן — ליבהאָבער פֿון דזשאָן ראָנאַלד רועל טאָלקיענס ווערק. אַ טייל פֿון אַזעלכע בעל-תּשובֿות זענען זיך מודה, אַז זייער אינטערעס צו ייִדישקייט, בפֿרט צו קבלה און חסידות, האָט זיך אָנגעהויבן דווקא פֿונעם שטודירן די מיטאָלאָגיע פֿון צפֿון-אייראָפּעיִשע פֿעלקער. יעדעס יאָר אין אָקטאָבער רופֿט מען אָן די נעמען פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן, בפֿרט אין דרײַ וויסנשאַפֿטלעכע געביטן: מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע, פֿיזיק און כעמיע. די אָפֿיציעלע באַלוינונג-צערעמאָניע קומט פֿאָר שפּעטער, דעם 10טן דעצעמבער. די פּרעמיע אין מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע וועלן הײַיאָר באַקומען מאַריִאָ ר' קאַפּעקקי (פֿאַראייניקטע שטאַטן), מאַרטין דזש' עוואַנס (גרויס-בריטאַניע), און אָליווער סמיטיס (פֿאַראייניקטע שטאַטן), פֿאַרן "אַנטדעקן די פּרינציפּן, ווי אַזוי אַרײַנצופֿירן ספּעציפֿישע מאָדיפֿיקאַציעס אינעם גענאָם פֿון מײַז, אויסנוצנדיק עמבריאָנאַלע שטאַם־קעמערלעך". מיט 60 יאָר צוריק, אינעם יאָר 1947, האָט די אַמעריקאַנער פֿאָרש־אָרגאַניזאַציע "Bell Labs", באַרימט מיט אַ סך גאָר וויכטיקע דערגרייכונגען אינעם געביט פֿון עלעקטראָניק און קאָמפּיוטערײַ, צום ערשטן מאָל דעמאָנסטרירט אַ טראַנזיסטאָר — אַ האַלב-דורכפֿירנדיקער (semiconductive) מכשיר, וואָס דערמעגלעכט צו קאָנטראָלירן דעם עלעקטרישן שטראָם צווישן צוויי עלעקטראָדן דורכן דריטן עלעקטראָד; די טראַנזיסטאָרס האָבן ראַדיקאַל געביטן אונדזער טאָג-טעגלעכן לעבן, און שטעקן אינעם "האַרץ" פֿון דער גאַנצער מאָדערנער עלעקטראָניק, פֿון טעלעוויזאָרן און ראַדיאָס, ביז צעל-טעלעפֿאָנען און קאָמפּיוטערס. יעדע ביבליאָטעק פֿאַרמאָגט אַ רעפֿערענץ־ביבליאָטעקער, אָדער ביבליאָטעקערין, וואָס העלפֿט אַרויס מענטשן מיט אָנווײַזונגען וווּ זיי קענען געפֿינען דאָס וואָס זיי זוכן. נו, נאָכן איבערלייענען די קלאָץ־קשיות וואָס דערשײַנען אויף די אינטערנעץ־כוואַליעס, סײַ אויף ענגליש און סײַ אויף ייִדיש, האָב איך זיך דערטראַכט אַז מיר פֿאַרמאָגן נישט הײַנט קיין רעפֿערענץ־ביבליאָטעקערס. אַמאָל האָט דער ייִדישער לערער־סעמינאַר פֿאַרמאָגט אסתּר פּינסאָנען, דער ייִוואָ — דינה אַבראַמאָוויטשן, וועמענס מוח איז געווען שנעלער ווי דער הײַנטיקער קאָמפּיוטער. פֿונעם 19טן ביזן 22 אָקטאָבער איז אינעם אַמעריקאַנער שטעטל פֿאַרמינגטאָן, שטאַט יוטאַ, דורכגעפֿירט געוואָרן דער דריטער יערלעכער קאָנקורס פֿון "קאָסמישע ליפֿטן". די באַטייליקטע אינעם פֿאַרמעסט האָבן געדאַרפֿט דעמאָנסטרירן אַ מכשיר, וואָס קאָן דערגרייכן די הייך פֿון 400 פֿוס ווייניקער ווי אין איין מינוט, אַרויפֿקריכנדיק אויף אַ ווערטיקאַלן טראָס, וואָס וועגט נישט מער ווי 2 גראַם, אָן קיין אינערלעכן ענערגיע-קוואַל. מיר לעבן אין אַ וועלט פֿון וווּנדיירים און אויסער ווי געוויינטלעכע אײַנפֿאַלן און דערפֿינדונגען. גאָט צו דאַנקען פֿאַר די אײַנפֿאַלן און אינאָוואַציעס. דער עיקר, אין מעדיצין, ווײַל אויב אַ יחיד פֿאַלט אַרײַן אין טעגלעכן, מאָנאָטאָנעם גאַנג פֿון לעבן אָדער פּראָפֿעסיע, איז ער פֿאַרמישפּט צו סטאַגנאַציע און חלאַתן. דאָס איז חל אויף אַלע פּראָפֿעסיעס און אונטערנעמונגען. יעדער מענטש מוז בײַטראָגן עפּעס, וואָס איז ביז אים נישט אַנטדעקט געוואָרן. אין פֿעברואַר 2006 האָט דער "פֿאָרווערטס" אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל וועגן אַ 20־יאָריקן ליובאַוויטש־דערצויגענעם בחור מיט אַ זעלטענעם טאַלאַנט ווי אַ דיזײַנער פֿון פֿרויען־קליידער. זינט דעמאָלט איז דער נאָמען לוי אָקונאָוו געוואָרן אַ באַקאַנטער אין די מאָדע־קרײַזן, און טאַקע דערפֿאַר האָבן מיר באַשלאָסן צו כאַפּן אַ צווייטן קוק, וווּ עס האַלט מיט דעם אייגנאַרטיקן בחור. פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק אויף דער נאַכט, לכּבֿוד דער ניו־יאָרקער מאָדע־וואָך, האָט אַ גרופּע מאָדעלקעס פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אַ געפּאַקטן זאַל אינעם "קאַפֿע דעוויל" אָקונאָווס נײַסטע זאַמלונג. אויב איר מיינט אַז איך טרײַב כּתּבֿות, מוז איך זיך גלײַך, אויפֿן אָרט מודה זײַן, אַז איך פּראַווע נישט קיין לצנות און אַז איך בין טויט־ערנסט. אויף מײַן ערנוואָרט, ווי איך בין אַ ייִדענע. נישט נאָר האָב איך געהערט, נאָר איך בין שוין אַרויפֿגעפֿאָרן אויפֿן זיבעצנטן שטאָק פֿון אַ ריזן געבײַדע אין נתניה, מיט אַ "שבת־עלעווייטאָר". דער ליפֿט האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף יעדן שטאָק באַזונדער, און די שומרי־שבת־ייִדן זײַנען אויסגעשטיגן. איינע פֿון די גרעסטע מעלות פֿון דער אינטערנעץ איז די גרויסע צאָל "אָנלײַן"-ביבליאָטעקן, וווּ מע קען אָפּגעפֿינען אַ סך ביכער און אַרטיקלען, אַרײַנגערעכנט אַ סך באַקאַנטע, ווי אויך ווייניק-באַקאַנטע ליטעראַטור-ווערק, וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען און אַנדערע נייטיקע אינפֿאָרמאַציע־רעסורסן. אַ דאַנק דער אינטערנעץ, קענען די שרײַבער, היסטאָריקער, ליטעראַטור-פֿאָרשער און אַנדערע מענטשן, וואָס זייער פֿאַך פֿאָדערט אַ שטענדיקן צוטריט צו אַ סך טעקסטן, זשורנאַל "אַזימאָווס" — 30 יאָר מיט 30 יאָר צוריק, אין 1977, האָט די דרוק-פֿירמע "דייוויס פּאָבלישינג" באַקומען פֿון אײַזיק אַזימאָוו, דער באַרימטער שרײַבער-פֿאַנטאַסט, אַ דערלויבעניש אַרויסצוגעבן אַ נײַעם וויסנשאַפֿטלעך-פֿאַנטאַסטישן זשורנאַל, אָנגערופֿן לכּבֿוד דעם שרײַבער — "Asimov‘s Science Fiction". דער נײַער זשורנאַל איז באַלד געוואָרן זייער פּאָפּולער און צוגעצויגן די בעסטע מײַסטערס פֿונעם זשאַנער: אַרטור קלאַרק, אַמעריקאַנער פֿרײַנדשאַפֿט דריקט זיך אויס אויף גאָר אַנדערע אופֿנים פֿונעם אייראָפּעיִשן סטיל. די אַמעריקאַנער פֿרײַנדשאַפֿט דריקט זיך אויס אין פֿאַרברענגען צוזאַמען, אַרויסגיין אין די רעסטאָראַנען צוזאַמען, אַמאָל אַוועקפֿאָרן אויף וואַקאַציע צוזאַמען און אַמאָל פֿאַרבעטן ווערן אויף וועטשערע. דאָס זײַנען די "גוד טײַם פֿרענדס" (good time friends). איך ווייס, אַז מען טאָר נישט די זאַך פֿאַראַלגעמיינערין, אָבער יעדער פֿון אונדז האָט זײַנע אייגענע דערפֿאַרונגען. איך ווייס ניט, צי ס׳איז פֿאַראַן אַן "אָפֿיציעלע" דעפֿיניציע פֿון קליין-שטעטלדיקייט. אויף וויפֿל איך ווייס, האַלט מען עס פֿאַר פּראָווינציעלקייט, אינטעלעקטועלער באַגרענעצטקייט און אַנדערע זאַכן פֿון אַזאַ סאָרט. איך, אָבער, האָב מײַן אייגענעם באַגריף פֿון קליין-שטעטלדיקייט: בײַ מיר ווערט עס אַסאָציִיִרט מיט כראָנישער ניט-צופֿרידנקייט — ווען יעדער דורכגעמאַכטער טראָט און יעדער דורכגעלעבטער טאָג איז פֿאַרבונדן שיִער ניט מיט העלדישקייט. |