Photo credit: Adrian Nina |
אין פֿעברואַר 2006 האָט דער "פֿאָרווערטס" אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל וועגן אַ 20־יאָריקן ליובאַוויטש־דערצויגענעם בחור מיט אַ זעלטענעם טאַלאַנט ווי אַ דיזײַנער פֿון פֿרויען־קליידער. זינט דעמאָלט איז דער נאָמען לוי אָקונאָוו געוואָרן אַ באַקאַנטער אין די מאָדע־קרײַזן, און טאַקע דערפֿאַר האָבן מיר באַשלאָסן צו כאַפּן אַ צווייטן קוק, וווּ עס האַלט מיט דעם אייגנאַרטיקן בחור.
פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק אויף דער נאַכט, לכּבֿוד דער ניו־יאָרקער מאָדע־וואָך, האָט אַ גרופּע מאָדעלקעס פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אַ געפּאַקטן זאַל אינעם "קאַפֿע דעוויל" אָקונאָווס נײַסטע זאַמלונג. ווי בײַ ס׳רובֿ אַנדערע "שאָוס", איז דער עולם באַשטאַנען פֿון די פּובליציסטן און קויפֿער פֿון דער מאָדע־וועלט; יונגע פֿאָטאָגראַפֿן; שיינע, שלאַנקע פֿרויען, און סתּם נײַגעריקע בײַם באַר־טישל. אָבער בײַ אָקונאָוון זעט מען אויך אַן אַנדער מין עולם: יונגע חסידים, וואָס זייערע פּאות קוקן אַרויס פֿון אונטער די בייסבאָל־היטלעך. הגם אָקונאָוו פֿירט מער נישט קיין פֿרום לעבן, האַלט ער ווײַטער אָן אַן עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג מיט דער חסידישער וועלט. זײַנע יונגע אָנהענגער שטיצן אפֿשר נישט דעם אומצניעותדיקן לעבן־שטייגער פֿון דער מאָדע־וועלט, אָבער פֿונדעסטוועגן, שטאָלצירן זיי מיט אָקונאָוון און מיט זײַן סוקצעס. "ער איז דאָך פֿאָרט אַן אונדזערער," האָט איינער געזאָגט.
אָקונאָווס קליידער און פֿאָרשטעלונגען זענען פֿול מיט סורפּריזן. בײַ איין קלייד אין דער איצטיקער פֿאָרשטעלונג, למשל, זעט מען געשטרײַפֿטע שטריקלעך, וואָס דערמאָנען אין ציצית. און אָט האָט איר אַן אַנדער משל: געוויינטלעך, מאַכט מען בײַ אַ לאַנג, שמאָל קלייד אַ שפּאַלט אויף דער זײַט, ס׳זאָל זײַן גרינגער צו גיין. אָקונאָוו האָט אָבער געטאָן אַנדערש; אַנשטאָט אַ שפּאַלט, האָט ער דאָס קלייד אַליין צעשפּאָלטן: אויף דער רעכטער זײַט זעט עס אויס ווי אַ קלייד, און אויף דער לינקער — ווי הייזקעס (קורצע הויזן). די אַלע עלעמענטן פֿון זײַנע מלבושים — די אַסימעטרישקייט (וויזועלע אומגלײַכקייט), די העלע קאָלירן, און די קאַרטאָנענע קוואַדראַט־היטלעך אויפֿן קאָפּ פֿון די מאָדעלקעס, האָבן אַרויסגעבראַכט די שפּילעוודיקייט פֿון אָקונאָווס פּערזענלעכקייט.
די האָליוווּד־אַקטריסע סעלי קירקלאַנד, אָנגעטאָן אין אָקונאָווס קלייד בײַ די |
Steve Granitz/WireImage.com |
אַ מאָל באַווײַזט זיך דאָס אומדערוואַרטע דורך אַ ספּעקטאַקל. אין אָקטאָבער 2006 האָט אָקונאָוו אָפּגעהאַלטן אַ מאָדע־פֿאָרשטעלונג מיט אָקסאַנאַ באַיול, אַן אײַז־גליטשערין און געווינערין פֿונעם גאָלדענעם מעדאַל אין דער אָלימפּיאַדע — און אַלע קליידער האָט מען דעמאָנסטרירט בשעתן גליטשן זיך אויפֿן אײַז!
אָקונאָווס שאַפֿונגען האָבן אַ מאָל אויך אַן אַנדער עפֿעקט: זיי שאָקירן דעם צוקוקער. דורך די פֿרײַ־פֿלאַטערנדיקע קליידער זעט זיך אָן אַן אַנטבלויזטע ברוסט, אָדער אַז זי טראָגט נישט, אַ פּנים, קיין אונטערוועש. אָקונאָוו האָט שפּעטער, בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" דערקלערט, אַז אויף אַן אמת, האָבן די מאָדעלקעס יאָ געטראָגן אונטערוועש, נאָר זיי זענען געווען פֿון אַ נייטראַלן קאָליר. "מײַן ציל איז צוצוציִען דאָס אויג צום קלייד. אויב מע וועט זען, אַז זי טראָגט עפּעס אַנדערש אונטערן קלייד, וועט עס אָפּציִען דעם אויפֿמערק," האָט ער געזאָגט. ס׳איז אָבער אויך קלאָר, אַז אָקונאָווס פֿרײַע, סענסועלע קליידער רעפּרעזענטירן אַ ווידערשטאַנד קעגן זײַן שטרענג פֿרומער פֿאַרגאַנגענהייט, און זײַן פּרוּוו זיך צו באַפֿרײַען פֿון אַלע גדרים.
דער שאָק־עפֿעקט פֿון אָקונאָווס קונסט איז צום בולטסטן אַרויסגעקומען בײַ דער הײַיאָריקער "אָסקאַר"־צערעמאָניע אין האָליוווּד. די אַקטריסע סעלי קירקלאַנד האָט זיך געוואָנדן צו אָקונאָוו ער זאָל פֿאַר איר אויפֿנייען אַ קלייד. זי האָט אים איבערגעגעבן וואָס זי וויל און אים דערציילט אַ ביסל וועגן זיך. דאָס האָט אים אינספּירירט צו שאַפֿן אַ קלייד, וואָס דערמאָנט אין דער גראַציעזקייט פֿון דער אַמאָליקער טענצערין איזידאָראַ דאָנקאַן (קירקלאַנדס ערשטע ראָלע) און וואָס באַשטייט פֿון די "שאַקראַס"־קאָלירן. "שאַקראַס" איז אַ פֿאָרם פֿון הינדויִסטישער מעדיטאַציע, וואָס קירקלאַנד פּראַקטיצירט אַליין. די רעאַקציע בײַ די "אָסקאַרס", און אויף די "בלאָגס", איז אָבער געווען אַ שטאַרק נעגאַטיווע — מעגלעך, ווײַל קירקלאַנד איז נישט קיין דאַרע פֿרוי. ווי איין "בלאָגער" האָט געשריבן: "סעלי קירקלאַנד האָט אויסגעזען ווי אַ וואַלפֿיש."
Photo credit: Adrian Nina |
פֿאַרשטייט זיך, איז אָקונאָוו געווען אַנטוישט. "ווען דאָס זעלבע קלייד וואָלט געטראָגן אַ ייִנגער מיידל אָדער געשאַפֿן געוואָרן פֿון אַ באַוווּסטן דיזײַנער, וואָלט מען געזאָגט: ׳קוק, ווי אינטערעסאַנט! ווי געשמאַק!׳ דער CFDA (דער אַמעריקאַנער ראַט פֿון מאָדע־דיזײַנער) האַלט די גאַנצע מאָדע־וועלט אין זײַן קעשענע, און ער באַשליסט, וועלכער דיזײַן וועט פֿאַרקויפֿט ווערן, און וועלכע וועט קריגן די מערסטע buzz (פּירסום). די מאָדע־וועלט איז אַ פֿאַלשע וועלט..."
די אַנטוישונג בײַ די "אָסקאַרס" האָט אָבער נישט געשאַט אָקונאָווס רעפּוטאַציע. צווישן דעם המון צוקוקער, וועלכע האָבן זיך אַרײַנגעפּאַקט אינעם שמאָלן גאַרדעראָב נאָך דער איצטיקער פֿאָרשטעלונג, כּדי אָפּצוגעבן אָקונאָוון אַ יישר־כּוח, איז אויך געווען די וועלט־באַרימטע פּערזענלעכקייט, הרבֿ שמואלי בוטח. בוטח איז באַקאַנט נישט בלויז ווי אַ גײַסטיקער עצה־געבער פֿאַר די האָליוווּד־שטערנס אָבער פֿירט אויך אָן מיט דער נאַציאָנאַלער טעלעוויזיע־פּראָגראַם Shalom in the Home און איז אַ מחבר פון 18 ביכער; עטלעכע פון זיי — אינטערנאַציאָנאַלע בעסטסעלערס.
בוטח, וועלכער האָט באַגלייט זײַן 18־יאָריקע טאָכטער, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס" וועגן זײַן שײַכות צו אָקונאָוו. "מײַן טאָכטער וויל אָנהייבן אַ קאַריערע אין דער מאָדע־וועלט, און ס׳איז אונדז אײַנגעפֿאַלן צו שאַפֿן אַ פֿירמע פֿון צניעותדיקע פֿרויען־קליידער, אינספּירירט פֿון אָקונאָוון, וואָס וואָלטן געווען שיין, מאָדיש און הײַנטצײַטיק, ווײַל ס׳רובֿ פֿון די צניעותדיקע קליידער, וואָס מע פֿאַרקויפֿט הײַנט, זענען פּשוט מיאוס."
פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג האָט בוטח פֿאַרבעטן אָקונאָוון אויף שבת צו זיך אַהיים אין ניו־דזשערזי, וווּ ער האָט אים באַקענט מיט אָנגעזעענע פֿיגורן פֿון דער קונסט־, פֿינאַנץ־ און מעדיאַ־וועלט. בוטח האָט אויך פֿאַראינטערעסירט אַ באַרימטן נאַציאָנאַלן כּל־בו געשעפֿט און אַן אָנגעזעענעם פֿאַבריקאַנט אין דער אונטערנעמונג, און האָט זיך אַפֿילו געטראָפֿן מיטן באַוווּסטן קריסטלעכן עוואַנגעליקער, פּעט ראָבערטסאָן, וועגן שטיצן דעם פּראָיעקט. "ראָבערטסאָן איז נתפּעל געוואָרן פֿונעם געדאַנק, ווײַל די קריסטלעכע פֿרויען און מיידלעך זוכן דאָך אויך צניעותדיקע קליידער," האָט בוטח באַמערקט.
Photo credit: Adrian Nina |
אָקונאָוו האָט באַטאָנט, אַז בוטחס פֿאָרלייג איז אַן אינטערעסאַנטער, אָבער גלײַכצײַטיק האָט ער אויך אויסגעהערט אַנדערע מעגלעכקייטן. דבֿ טשאַרני, דער גרינדער פֿון American Apparel — אַ פֿירמע מיט 145 קליידער־געוועלבן איבערן לאַנד — האָט אים אויך פֿאָרגעלייגט אַ פּלאַן.
"די גרויסע מעלה פֿון מאַכן עס מיט American Apparel — דערקלערט אָקונאָוו — איז, אַז בײַ זיי ווערט אַלץ פּראָדוצירט אין אַמעריקע. זיי עקספּאָרטירן נישט די אַרבעט קיין כינע, נישטאָ קיין מעשׂיות וועגן צוואַנג־אַרבעט, אַזוי ווי מע הערט בײַ אַנדערע גרויסע פֿירמעס." און ס׳איז קלאָר, אַז טשאַרני האַלט פֿון אָקונאָווס טאַלאַנט. ווי ער האָט אַמאָל דערקלערט: "אָקונאָווס פּערזענלעכקייט איז ווי דער ייִדישער טעאַטער — נאָר מיט 100 יאָר שפּעטער."
דערפֿאַר איז טאַקע נישט קיין חידוש, וואָס די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט אָקונאָוו אָנגעהויבן אַ נײַעם פּראָיעקט — טאַקע אין טעאַטער. ער גרייט צו די קאָסטיומען פֿאַר אַן ענגלישער איבערזעצונג פֿון י. ל. פּרצס "בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק". די פּיעסע, וואָס וועט געשפּילט ווערן אינעם "פּרינץ טעאַטער" אין פֿילאַדעלפֿיע, וועט דויערן אַ חודש לאַנג, אָנהייבנדיק דעם 28סטן סעפּטעמבער.
אָקונאָוו איז זייער גליקלעך מיט זײַן נײַער "ראָלע", און זאָגט, אַז זײַנע קליידער וועלן אָפּשפּיגלען דעם מאָטיוו, "פֿון בית־עולם צום ליכט". "לכתּחילה האָט דער רעזשיסאָר מיר געזאָגט, אַז ער וויל נישט קיין סטערעאָטיפּישע ייִדישע קאָסטיומען, אַז מיר זאָלן אויסמײַדן ׳פֿידלער אויפֿן דאַך׳," האָט אָקונאָוו דערקלערט. "אָבער איצט זאָגן זיי מיר, אַז אפֿשר איז מען שוין צו ווײַט אַוועק פֿון ייִדישקייט. איז וואָס טו איך? וועל איך טאַקע מאַכן די בעקעשעס מיט די שטרײַמלעך, אָבער פֿון אַ הײַנטצײַטיקער סחורה און מיט גאָר מאָדערנע עפֿעקטן.
"ס׳איז זייער אינטערעסאַנט," האָט ער באַמערקט. "פּרץ האָט אויסגעדריקט דאָס שטעטל אויף אַ מאָדערנעם אופֿן, און מיר נעמען די מאָדערנע וועלט — און לייגן אין איר אַרײַן אַ ביסל פֿונעם שטעטל."