טשיקאַװעס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Credit: Andrzej Krauze

אויב איר מיינט אַז איך טרײַב כּתּבֿות, מוז איך זיך גלײַך, אויפֿן אָרט מודה זײַן, אַז איך פּראַווע נישט קיין לצנות און אַז איך בין טויט־ערנסט. אויף מײַן ערנוואָרט, ווי איך בין אַ ייִדענע. נישט נאָר האָב איך געהערט, נאָר איך בין שוין אַרויפֿגעפֿאָרן אויפֿן זיבעצנטן שטאָק פֿון אַ ריזן געבײַדע אין נתניה, מיט אַ "שבת־עלעווייטאָר". דער ליפֿט האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף יעדן שטאָק באַזונדער, און די שומרי־שבת־ייִדן זײַנען אויסגעשטיגן. אַזויערנאָך האָט מען נישט באַדאַרפֿט ברעכן דעם שבת־דין און קוועטשן אַ קנעפּל אומזיסט און אומנישט. איך בין זיכער, ווען משה רבנו האָט אַרויפֿגעקלעטערט אויפֿן באַרג סיני, צו באַקומען די עשׂרת־הדיברות, האָט ער נישט גענומען קיין "שבת־עלעווייטאָר", נאָר ממש געקלעטערט צו פֿוס.

און איצט עפֿנט נאָז און אויערן, ווײַל איך גיי אײַך דאָ מכבד זײַן מיט אַן אמתדיקע, אויטענטישע געשיכטע. דאָ האַנדלט זיך וועגן די העמפּטאָנס. אַזוי רופֿט מען אַן ערטעלע אין יענע מקומות פֿון לאָנג־אײַלענד, וווּ עס זאַמלען זיך יעדן זומער די פּני פֿון די געלט־באַזיצער, די העכטן פֿונעם אייבערשטן פֿון שטייסל, יענע לויטע וואָס אַ מיליאָן שפּילט בײַ זיי אַזאַ ראָלע ווי בײַ אײַך צו פֿאַררייכערן אַ סיגאַרעטל. כאָטש הײַנט זײַנען די סיגאַרעטן שטרענג פֿאַרבאָטן אין ערטער וווּ מענטשן זאַמלען זיך. איז דאָרט, אין די העמפּטאָנס טאַקע, פֿאַראַן אַ העמפּטאָן־סינאַגאָגע, עלעגאַנט באַצירט, מיט אויסגעשניצטע ווענט מיט אַן אויסגעפֿיאַקעוועטן אָרון־קודש. דאָרט טוט זיך מײַן אַמאָליקע חבֿרטע פֿייגעלע, מנדבֿ זײַן מיט אַן אַפּותּיקי. דער עיקר, איר כּשרער נאָמען זאָל אַראָפּשײַנען פֿון טיר און טויער און ס'איבעריקע פֿונעם מויער. אַ צווייטע פֿון מײַנע באַקאַנטע דערציילט מיט גרויס התלהבֿות, אַז זי האָט זיך אײַנגעהאַנדלט אַן אימעניע אין די העמפּטאָנס בײַם ים, וואָס די אַרכיטעקטור קען בײַ יענעם אָפּנעמען דעם אָטעם, מיט אַן אײַנגעפֿונדעוועטן שווימבאַסיין, אַ טעניס־הויף, אַ גרין־גראָזיקער גאָלף־פֿעלד און אַ מיקווה. און כאָטש זי האָט זיך שוין פֿון לאַנג פֿאַרשפּעטיקט מיט איר עלטער פֿאַר דער מיקווה, דאָך קוועלט זי אָן און זאָגט:

"אַ שאָד, כ'האָב עס נישט געהאַט אין דער יוגנט".

האָב איך זיך געטראַכט, וואָס האָט זי געהאַט אין איר יוגנט? אַ טאַטן אַ קצבֿ, אַ מאַמען וואָס האָט פֿאַרקרענקט די פּאָר גרײַצער וואָס דער מאַן האָט געמאַכט. זי איז אַרויסגעקומען פֿונעם אמתן דלות. דעריבער האָט זי חתונה געהאַט מיט אַ חבֿרה־מאַן וועלכער האָט פֿאַרמאָגט אַ צאָל "סופּערמאַרקעטן", פֿאַרדינט "יאַק־שע־נאַליעזשי", ס'הייסט גרובאָ, אַזוי אַז איצט איז געקומען די העכסטע צײַט הנאה צו האָבן פֿונעם לעבן. און כאָטש ס'איז אַ קאַפּיטשקע שפּעט, מאַכט זי אָבער אַן אײַנדרוק אויף אירע חבֿרטעס און פֿרײַנדינס, מיט איר ראָסקאָש. איין צרה דערבײַ, זי וווינט אין די אויסרײַסענישן, אַזוי אַז צו גיין צו פֿוס שבת אין דער סינאַגאָגע אָפּדאַווענען, איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג. נעכטיקט זי אַמאָל איבער בײַ באַקאַנטע וואָס וווינען לעבן דער סינאַגאָגע, אויף צו קענען אָפּדאַווענען אַ שבת. נישט אַזוי אָפּדאַווענען ווי באַווײַזן זיך מיט איר צירונג וואָס הענגט פֿון איר אַראָפּ ווי קייטן בײַ אַן אַרעסטאַנט. איר "גוטשי"־האַנטטאַש און שיכעלעך פֿון "בערגדאָרף־גודמאַן", די לעצטע מאָדע־קאָסטיום פֿון "פּראַדאָ" און אַ הוט מיט פּאַווע־פֿעדערן. איר נײַ פּנימל, האָט זי זיך נישט לאַנג צוריק געלאָזט אויספּלאַטשיקן און אויספֿלאַסטערן, קוים וואָס מ'דערקענט אַז זי איז די זעלבע כאַנטשע וואָס אַמאָל. הײַנט הייסט זי "אויגוסטינאַ", און די אויגוסטינאַ איז דאָך מחויבֿ אָנצופֿילן אירע דינינקע ליפּעלעך מיט "באָטאַקס". האָט זי געלאָזט אַרײַנפּאָמפּען אין זיך דאָס געמויזעכץ זי זאָל אויסזען ווי אַנדזשעלינאַ זשאָלי, די האָליוווּדער אַקטריסע. און אַזוי ווי דער "באָטאַקס" האַלט נישט אָן לאַנג, איז זי געצוווּנגען אָנצושטאָפּן די ליפּן מיט די אויגן־לעפּלעך יעדן ראָש־השנה און יום־כּיפּור.

איז וווּ זשע האַלטן מיר? אוי יאָ! מיר האַלטן בײַם שבת־הקודש. וואָס טוט מען, ווי גיט מען זיך אַן עצה. מען האַלט אַ כּשרע היים, מיט אַ כּשרער קיך, מ'קויפֿט פֿלייש נישט נאָר בײַם כּשרן קצבֿ, נאָר ס'מוז זײַן כּשר למהדרין מיט אַ משגיח אויפֿן אָרט. אַלץ וואָס מען נעמט אין מויל מוז האָבן קודם אַ כּשרן שטעמפּל מיטן ענגלישן "יו" און דאָס נײַע געפֿעס מיטן נײַעם זילבער־געשטעק טונקט זי אײַן אין איר מיקווה אויף צו מאַכן עס כּשר. אַפֿילו זייף, צאָן־פּאַסטע און שמינקע מוז בײַ איר אַדורכגיין אַ שטרענגן למהדרין. מיט איין וואָרט, קיין שייטל טראָגט מען נישט, נאָר אַז מ'שטעלט אַ טיש אין דער סינאַגאָגע נאָך אַ קאָנצערט אָדער גאַסט־רעדנער, גיט זיך דער עולם אַ שיט, ווי אויסגעהונגערטע וועלף, צום צוגעגרייטן בופֿעט מיט כּל־טובֿ, טוט מען זיך פּאָסמאַקעווען מיט די שלימאַקעס און ראַקעס, ברעקעלעך שניעקעלעך און מושלען. מ'פֿרעגט נישט קיין שאלות, און אַז מ'פֿרעגט נישט איז עס נישט טרייף. מ'גייט צו אַ כּשרן פֿריזירער. יענער האַלט די שערעלעך מיט די קעמעלעך אין אַ סלוי כּשר מים־אַחרונים־וואַסער.

אָבער וואָס טוט מען שבת ווען מ'וווינט טיף אין די העמפּטאָנס און מ'וויל גיין אין דער סינאַגאָגע דאַווענען. איר האָט געמוזט באַמערקן, אַז איך רוף נישט די סינאַגאָגע שיל, און נישט — טעמפּל, נאָר סינאַגאָגע, ווײַל פּונקט ווי אין די הײַנטיקע שילן און טעמפּלען ווערט קיין ייִדיש וואָרט נישט אויסגערעדט, אַלע דרשות האַלט מען אויף לשון־ענגליש, הלמאַי עס וואָלט געווען אַ נײַע ייִדישע שפּראַך. דערווײַל האָט מען זיך דערטראַכט צום כּשרן אויטאָבוס. מ'נעמט צו אַ שבת־גוי וואָס צינדט אָן דעם מאָטאָר פֿונעם אויטאָבוס ערבֿ־שבת, און דער אויטאָבוס ווערט נישט פֿאַרלאָשן ביז מוצא־שבת. אַזויערנאָך באַגייט מען נישט קיין עוולה קעגן אַ וויכטיקן ייִדישן דין, און מ'פֿאָרט זיך איבער שבת ווי לאָרד־פּאָמפּערניקל אין דער סינאַגאָגע און צוריק. פֿאַר מיר איז עס געווען אַ גרויסע רעטעניש — ווי אַזוי אַמעריקאַנער ייִדן גיבן זיך אַן עצה אַרום אַן אומבאַקוועמלעכקייט. מען וויל בשום־אופֿן נישט ברעכן דעם הייליקן דין פֿון האַלטן שבת, אָבער ווען עס קומט צו דער באַקוועמלעכקייט פֿאַרגינט מען זיך צו דערטראַכטן צום אַבסורד.

אַז מ'האָט שוין אַ כּשרן אויטאָבוס וואָס נאָך פֿעלט אונדז ייִדן? אוי יאָ! אַזוי ווי עס ווערן אונדז פֿאַרלוירן גאַנצע שיכטן ייִדן צוליב די געמישטע חתונות, האָבן זיך אַוועקגעזעצט די חכמים צו באַטראַכטן דעם שוידערלעכן מצבֿ אין וועלכן מיר ייִדן געפֿינען זיך. וואָס טוט מען? ווי גיט מען זיך אַן עצה? איז איין חכם־בלילה, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון כעלם דווקא, אײַנגעפֿאַלן אַ יוצא־מן־הכּלליקער געדאַנק, פֿאַר וואָס נישט מישן די גענעטישע קעמערלעך פֿון די צוויי קאַנדידאַטן וועלכע גיבן זיך נישט אָפּ קיין דין־וחשבון בײַם מישן צווייערליי קולטורן, צווייערליי אמונות און צווייערליי מחותּנים? ס'הייסט, אָנשטאָט חתונה האָבן בײַ אַ רעפֿאָרמירטן ראַבינער, אָן אַ שפּור פֿון ייִדישקייט, ווײַל דער ראַבינער גופֿאַ איז דאָך אויך אַ פּאָלנער גוי, איז איידער דאָס פּאָרל נעמט זיך אונטער נישט אויפֿצוכאָווען די קינדער אין ייִדישן גײַסט, מוזן זיי אַדורכגיין אַ טראַנספּלאַנטאַציע וואָס באַשטייט פֿון אויסמישן זייער גענעטישן צונויפֿשטעל אין אַ סלוייִקל. ייִד־גוי! גוי־ייִד וכ'!.. און נאָך אַ מעת־לעת פֿון האַלטן דאָס סלוייִקל אין אַ טעמפּעראַטור פֿון הונדערט אונטער זעראָ, שפּריצט מען אײַן די פֿליסיקייט אין ביידנס אָדערן, קומט אַרויס דערפֿון אַ פּאָלנער ייִד. וועט איר דאָך פֿרעגן פֿאַר וואָס נישט קיין פּאָלנער גוי? איז דער תּירוץ אַזאַ: ייִדיש בלוט האָט אין זיך אײַנגעזאַפּט דעם זאַפּאַס ייִדישקייט אַזש פֿון די ששת־ימי־בראשית, פֿון באַרג־סיני און פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. ווען עס איז געקומען, להבֿדיל, צום גוי, איז עס געקומען פֿון דער מאַטקע־באָסקע, דער ייִדישער מאַמע וואָס די קריסטן האַלטן אין איין פּאַראַדירן מיט איר בילד אויף פּלאַקאַטן אויף יעדער פּראָצעסיע שוין הונדערטער יאָרן איבער די גאַסן פֿון זגיערזש, פּאַביאַניץ און לאָדזש. שוין אָפּגערעדט פֿון אייבערשלעזיע, נידערשלעזיע, דער עיקר אינעם שטעטל ביטאָם, אין דײַטשלאַנד. דער ערשטער עקספּערימענט האָט באַוויזן אַז ווי נאָר די טראַנספּלאַנטאַציע פֿון יעקבֿ מיט עשׂון איז געלונגען, אַזוי איז אויפֿגעקומען אַ נײַע אינדוסטריע בײַ ייִדן וואָס רופֿט זיך "כּשרע עם־ישׂראל חי־טשיקעס".

ווי געזאָגט, מיר לעבן כּמעט ווי אין משיחס צײַטן. ווײַל יעדן טאָג ווערן אַנטפּעלעקט גאָטס וווּנדער. נאָך אַלעמען, אָן זײַן הילף וואָלט דער מענטש זיך געקענט דערטראַכטן צו אַזעלכע נסים ווי גענעטישע עקספּערימענטן, בײַם מישן באַנאַנעס מיט טונאַ־פֿיש און קוקורוזע מיט שלאָף־געטראַנק? קיין מאָל אין דער וועלט נישט. איין זאַך איז זיכער, אויב מיר וועלן זיך נישט אויסשעכטן אין די קומענדיקע הונדערט יאָר, וועלן מיר זיך קענען באַזעצן אויף דער לבֿנה און דאָרט אײַנפֿירן כּשרות אומגעשטערט. אַ כיבע די משגיחים וועלן נישט אויסקומען צווישן זיך און די רבנים מיט די רביים וועלן פּסקענען, ווי זיי האָבן עס געטאָן אין ירושלים, אַז דער לאָקשן־קוגל איז טריף, ווײַל דער ריח דרינגט אַרײַן אין די נאָזלעכער פֿון די ישיבֿה־בחורים און רײַסט זיי אַוועק פֿונעם לערנען. די אונטערשטע שורה: דער שבת־אויטאָבוס ווערט די טעג פֿאַרווירקלעכט אין די העמפּטאָנס. און דער יעקבֿ־עשׂו־עקספּערימענט וועט פֿאַרפֿלייצן די ייִדישע וועלט מיט אַ נײַעם דור עם־הארצים, וואָס הייבט נישט אָן צו וויסן ווער ס'האָט זיי דעם קאָפּ געמאַכט. דער עיקר, ייִדן גיבן זיך אַן עצה וווּ זיי זאָלן נישט זײַן. און איך וועל זיך דערווײַל אַרײַנכאַפּן אין די העמפּטאָנס זען וואָס ס'הערט זיך מיטן שבת־אויטאָבוס.