ייִדיש־וועלט, פֿאַרשײדנס
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינע פֿון די גרעסטע מעלות פֿון דער אינטערנעץ איז די גרויסע צאָל "אָנלײַן"-ביבליאָטעקן, וווּ מע קען אָפּגעפֿינען אַ סך ביכער און אַרטיקלען, אַרײַנגערעכנט אַ סך באַקאַנטע, ווי אויך ווייניק-באַקאַנטע ליטע­ראַטור-ווערק, וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען און אַנדערע נייטיקע אינפֿאָרמאַציע־רע­סורסן. אַ דאַנק דער אינטערנעץ, קענען די שרײַבער, היסטאָריקער, ליטעראַטור-פֿאָר­שער און אַנדערע מענטשן, וואָס זייער פֿאַך פֿאָדערט אַ שטענדיקן צוטריט צו אַ סך טעקסטן, אָפּשפּאָרן אַ סך צײַט, פֿירן זייער פֿאָרשונג אין דער היים, פֿאַרברענגענ­דיק ווייניקער צײַט אין ביבליאָטעקן.

אַ סך ביבליאָטעקן האָבן וועבזײַטן, וואָס דערמעגלעכן דעם צוטריט צו די עלעקטראָנישע ווערסיעס פֿון צענדליקער טויזנטער ביכער פֿאַר אַ קליינער סומע געלט, אָדער מיט געוויסע אַנדערע באַגרע­נע­צונגען. למשל, אַ סך וויסנשאַפֿטלעכע אָרגאַ­ניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט ס׳רובֿ באַקאַנ­טע אוניווערסיטעטן, האָבן אַ פֿרײַען צו­טריט אויף דער וועבזײַט "Jstor.org", וווּ עס זענען צונויפֿגעזאַמלט איבער 165,000 נומערן פֿון 729 וויסנשאַפֿטלעכע זשורנאַלן. די זײַטיקע פֿאָרשער, נישט פֿאַרבונדן מיט די אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן געשלאָסן אַן אָפּמאַך מיט "Jstor", מוזן אָבער צאָלן אַ יערלעכע רעגיסטראַציע-פּרײַז, כּדי צו באַקומען אַ צוטריט צו די זשורנאַלן.

אַ טייל וויסנשאַפֿטלער זענען אָבער אומצופֿרידן מיט אַזעלכע באַגרענעצונגען, ווײַל אַפֿילו די גרויסע אוניווערסיטעטן באַ­זאָרגן זייערע סטודענטן און מיטאַרבעטער מיט אַ צוטריט צו בלויז אַ קליינער צאָל באַצאָלטע ביבליאָטעקן. אָפֿטמאָל מוזן די פּראָפֿעסאָרן נאָך אַלץ פּטרן שעהען־לאַנג אין ביבליאָטעקן, נישט האָבנדיק קיין מעג­לעכקייט צו באַצאָלן פֿאַר דער אינטערנעץ-רעגיסטראַציע, אָדער "יאָגן זיך" נאָך "פּיראַטישע" ווערסיעס פֿון די נייטיקע ביכער און אַרטיקלען, וואָס ווערן אַרויס­געשטעלט אויף פּערזענלעכע וועבזײַטלעך, אומפֿאָרמעלע ביכער-זאַמלונגען און פֿאַר­שיידענע "געהיימע" ווינקלעך פֿון דער אינטערנעץ.

צום גליק, צוליב דעם אָפֿענעם גײַסט פֿון דער אינטערנעץ, האַלט די צאָל אומ­זיסטע "אָנלײַן"-ביבליאָטעקן אין איין וואַקסן; די פֿרײַוויליקע אַקטיוויסטן אַרום דער וועלט סקאַנירן יעדן טאָג הונדערטער ביכער און זשורנאַלן, ווי פֿאַרעפֿנטלעכן זייערע אייגענע אַרטיקלען, כּדי זיך צו טיילן מיט זיי מיט די אַנדערע אינטערנעץ־באַנוצער. אייניקע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט — בפֿרט די, וואָס האָבן צו טאָן מיט קאָמפּיוטער-פּראָגראַמירן — זענען באַהאַנדלט אויף די אָפֿענע וועב­זײַטן צומאָל אַפֿילו בעסער, ווי אין די גע­וויינטלעכע "פּאַפּירענע" ביבליאָטעקן.

בעת די וויסנשאַפֿטלער קענען זיך תּמיד אַן עצה געבן, און אָפּזוכן די נייטיקע ביכער אין געוויינטלעכע ביבליאָטעקן, אויב זיי זענען נישט בנימצא "אָנלײַן", איז דער מצבֿ מיט ייִדיש און לשון־קודש שווערער. אַ סך זעלטענע ביכער און ספֿרים געפֿינען זיך בלויז אין אַ קליינער צאָל ביבליאָטעקן אַרום דער וועלט. כּדי זיי צו קריגן, מוז מען פֿאָרן אין אַן אַנדער שטאָט, אָדער צאָלן אַ סך געלט, כּדי די ביבליאָטעק זאָל איבערשיקן אַ קאָפּיע — צומאָל אין אַ מיקראָ-פֿילם, אָדער אין אַן אַנדער אומבאַקוועמען פֿאָרמאַט.

לעצטנס, האָט דער מצבֿ זיך אַ סך פֿאַר­בעסערט, אַ דאַנק אַ צאָל גרויסע ייִדישע און העברעיִשע אינטערנעץ-ביבליאָטעקן — בפֿרט וואָס שײַך די אַלטע לשון-קודש­דיקע ספֿרים. עס זענען אויך דאָ ייִדישע ווירטועלע ביבליאָטעקן אויף ענגליש, רוסיש און אַנדערע שפּראַכן, וווּ עס זענען געזאַמלט ביכער און אַרטיקלען אויף יידישע טעמעס, און, צומאָל, איבערזעצונגען פֿון העברעיִש און ייִדיש.

איינער פֿון די גרויסע ביכער-קאָלעק­ציעס אויף ייִדיש "אָנלײַן" איז דער ספּעציע­לער פּראָיעקט פֿונעם פֿראַנקפֿורטער אוני­ווערסיטעט, "www.literatur-des-yudentums.de". ס׳איז אַ מציאה פֿאַר די פֿאָרשער פֿון דער אַלט-ייִדישער ליטעראַטור, ווײַל בערך אַ העלפֿט פֿון אַרום 750 אַרויסגע­שטעלטע ביכער זענען פֿונעם 16טן ביז אָנהייב דעם 19טן יאָרהונדערט. אין דער פֿראַנקפֿורטער ביבליאָטעק געפֿינען זיך אויך ס׳רובֿ ווערק פֿון מענדעלע מוכר-ספֿרים, י.ל. פּרץ, שלום־עליכם, אַבֿרהם רייזען, אַנ-סקי און שלום אַש, אַ טייל שאַפֿונגען פֿון זלמן שניאור, משה קול­באַק, די זכרונות פֿון יחזקאל קאָטיק, אַ צאָל וויכטיקע פֿאָרשונגען פֿון די סאָווע­טישע ייִדישע לינגוויסטן, און אַ צאָל אַנדערע אינטערעסאַנטע און זעלטענע ביכער.

די ניו-יאָרקער מלוכישע ביבליאָטעק האָט אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטער­נעץ 650 "יזכּור-ביכער" פֿון פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך, על-פּי-רובֿ אָנגע­שריבן אויף ייִדיש, טיילווײַז — אויף העב­רעיִש: "yizkor.nypl.org". פֿון די יזכּור-ביכער קאָן מען זיך דערוויסן וועגן דעם חורבן, ווי אויך וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, און וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון באַזונדערע ערטער און ראַיאָנען אין מיזרח-אייראָפּע.

עטלעכע הונדערטער קינדער-ביכער אויף ייִדיש זענען צעשפּרייט אויף דער וועבזײַט "www.archive.org" — אַ ריזיקע "פֿאָלקס-ביבליאָטעק", וווּ מענטשן שיקן אַרײַן כּסדר ביכער, מוזיק און ווידעאָ-עפּיזאָדן. כּמעט אַלע ייִדישע ביכער אויף דער דאָזיקער וועבזײַט זענען קאָפּירט געוואָרן פֿונעם "ייִדישן ביכער־צענטער" אין אַמהערסט. די ייִדישע טיטלען פֿון די ביכער זענען אָפֿט אָנגעגעבן מיט אַ סך גרײַזן, דערפֿאַר איז זייער שווער זיי אויסצוגעפֿינען. אויב מע שרײַבט אַרײַן אין דער אָפּזוך-פּראָגראַם פֿון דער וועבזײַט דאָס וואָרט "iacl" (די ענגלישע ראָשי-תּיבֿות פֿון דער "קינדער-ביבליאָטעק בײַ דעם אינטערנעץ-אַרכיוו"), קומט אַרויס אַ לאַנגע ליסטע פֿון קינדער-ביכער אויף ענגליש, אַראַביש און אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט אַ סך ייִדישע טיטלען — בתוכם זייער זעלטענע סאָוועטישע ייִדישע קינדער-ביכלעך.

אַ קלענערע, אָבער אַ חנוודיקע ייִדישע ביבליאָטעק געפֿינט זיך אויפֿן זײַטל פֿונעם באַקאַנטן ייִדיש-ליבהאָבער און פּראָפֿעסאָר פֿון קאָמפּיוטערײַ רפֿאל פֿינקעל, בײַ דער וועבזײַט פֿונעם קענטאָקי-אוניווערסיטעט: "cs.uky.edu/~raphael/yiddish.html". אַחוץ אַן אייגענער פּאָעטישער זאַמלונג, האָט פֿינקעל אָנגעזאַמלט אַ סך פֿאַררופֿונגען אויף אַנדערע וועבזײַטלעך, וווּ עס געפֿינען זיך פֿאַרשיידענע ייִדישע טעקסטן — למשל, לידער פֿון אַלטער עסעלין און ישׂראל שטערן.

אין דער אינטערנעץ זענען אויך דאָ עטלעכע זייער רײַכע קאָלעקציעס פֿון לשון-קודשדיקע ספֿרים. עס זענען פֿאַראַן אַ סך "אָנלײַן"-ביבליאָטעקן אויף מאָדערנעם העברעיִש, סײַ וועלטלעכע, סײַ פֿרומע; אין דעם באַריכט, אָבער, וויל איך זיי נישט דערמאָנען, ווײַל דער מאָדערנער העברעיִש רעפּרעזענטירט אַן אַנדער מין ייִדישע קולטור, וואָס האָט אַ קליינעם שײַכות צו ייִדיש און טראַדיציאָנעלער אַשכּנזישער ייִדישקייט.

די מחברים פֿון דער וועבזײַט "www.seforimonline.org" ווײַזן אַרויס אַ באַזונ­דערן אינטערעס צו קבלה און חקירה (פֿילאָסאָפֿיע). צווישן אַנדערן, האָבן זיי אַרויס­געשטעלט דעם גאָר זעלטענעם קבלה-ספֿר "עיני ארי", פֿונעם גרויסן אוקראַיִנישן מקובל ר׳ יהודה-לייב שאַריגראַדער, וועגן מיסטישע אייגנשאַפֿטן פֿון אותיות און קלאַנ­גען; דעם ספֿר "אור השם" פֿונעם גרויסן פֿילאָסאָף ר׳ חסדאַי קרשׂקשׂ; די אַסטראָלאָגישע און מיסטישע ספֿרים פֿון ר׳ אַבֿרהם אבן-עזרא; "מסעות בנימין" — די באַקאַנטע וווּנדערלעכע רײַזע־מעשׂים וועגן בנימין פֿון טודעלאַ; "שלשלת־הקבלה" — אַ זעלטענער היסטאָרישער און אַסטראָלאָגישער ספֿר; "ספֿר-התּפּוח" — אַ ניט-ייִדיש פֿילאָסאָפֿיש ווערק, צוגעשריבן צו אַריסטאָטל, איבערגעטײַטשט פֿון אַראַ­ביש אויף לשון-קודש דורך אַ מיטל-עלטערישן רבֿ; "משלי שועלים" — ייִדישע פֿאַבלען פֿון ר׳ ברכיה בן נטרונאי הנקדן, און אַנדערע גאָר זעלטענע יקר-המציאותן. פֿאַרשטייט זיך, זענען אויף "www.seforimonline.org" אויך פֿאַראַן אַ סך וויכ­טיקע "הויפּטשטראָמיקע" חקירה-ספֿרים — למשל, רמב״מס "מורה נבוכים" און ר׳ סעדיה גאונס "אמונות ודעות".

אויף דער וועבזײַט "hebrewbooks.org", געשאַפֿן דורך ברוקלינער ייִדן, זענען אָנגעזאַמלט 11,000 ספֿרים, סאָרטירט לויטן אלף־בית. אַ ספּעציעלע פּראָגראַם דערמעג­לעכט אויך צו געפֿינען אַ פֿראַזע אינעם טעקסט. הגם ס׳רובֿ ספֿרים, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער דאָזיקער וועבזײַט, זענען הײַנט­צײַטיקע תּורה-זשורנאַלן און פֿאַרשיידענע שאלות-ותּשובֿות פֿון ווייניק-באַקאַנטע רבנים, קאָן מען דאָרטן אויך געזאַמלט געפֿינען הונדערטער ספֿרי-חסידות, קלאַסי­שע תּנ״ך־קאָמענטאַרן, און אַנדערע וויכטי­קע ספֿרים.

נאָך אַ סך ספֿרים זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אומזיסט אויף דער וועבזײַט פֿון דער ביבליאָטעק בײַם ירושלימער "העב­רעיִשן אוניווערסיטעט", און אַ צאָל אַנדע­רע אינטערנעץ-"מקומות". זייער אַ רײַכע ביבליאָטעק פֿון קבלה-ספֿרים געפֿינט זיך אויף דער טשעכישער וועבזײַט "hebrew.grimoar.cz". די וועבזײַט איז געווידמעט אָקולטיזם, אַלכעמיע, מאַגיע, די ווערק פֿונעם באַרימטן אַרגענטינער שרײַבער כאָרכע לויִס באָרכעס, און אַנדערע זאַכן, וואָס האָבן ווייניק צו טאָן מיט ייִדישקייט; אינעם העברעיִשן אָפּטייל זענען אָבער אַרויסגעשטעלט גאַנץ אויטענטישע ספֿרים. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ צאָל אַנדערע ייִדישע וועב-ביבליאָטעקן, איז די דאָזיקע וועבזײַט געשאַפֿן געוואָרן אינעם פּשוטן טעקסט-פֿאָרמאַט, וואָס דערמעגלעכט צו קאָפּירן דעם טעקסט, און צו זוכן די נייטיקע ווערטער און פֿראַזעס.

אַ סך הײַנטיקע פֿרומע ייִדן באַנוצן זיך כּסדר מיט די אויבן-דערמאָנטע, ווי אויך מיט אַ צאָל אַנדערע ענלעכע וועבזײַטן, כּדי אַרײַנצוקוקן אין די זעלטענע ספֿרים, וואָס קאָסטן זייער טײַער אָדער בכלל נישט בנימצא אין די געשעפֿטן און ביבליאָטעקן. אַ דאַנק די ענטוזיאַסטן פֿון "תּורה-קאָפּיו­טערײַ", קען מען הײַנט שאַפֿן, גאַנץ גרינג און אומזיסט, אַן אייגענע ריזיקע ביבליאָטעק פֿון עלעקטראָנישע ספֿרים, וואָס איר פּאַפּירע­נער אַנאַלאָג וואָלט געקאָסט צענדליקער טויזנטער דאָלאָרן.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען נאָך אַן אינ­טערעסאַנטע מעלה פֿון די ייִדישע אינטער­נעץ-ביבליאָטעקן: ס׳רובֿ אַרויסגעשטעלטע ספֿרים און ביכער זענען פֿאָטאָ-קאָפּיעס פֿון די אַלטע אויסגאַבעס, צומאָל זייער אַלטע און אוניקאַלע. ווען מע קוקט זיך אַרײַן אין די פֿאַרצײַטישע שער-בלעטער, אלוסטראַציע און אַפֿילו קינדער-צייכענונגען, וואָס טרעפֿן זיך אין אַ טייל סקאַנירטע טאָוולען, דערפֿילט מען צומאָל דעם גײַסט, די אַטמאָספֿער פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן; דערפֿאַר קענען אַזעלכע וועבֿ־ביביליאָטעקן אויך דינען ווי "ווירטועלע מוזייען" פֿון דער ייִדישער דרוקערײַ-געשיכטע.