- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 23סטן מערץ איז געשטאָרבן, אין עלטער פֿון 72 יאָר, דער באַרימטער אַמעריקאַנער מאַטעמאַטיקער פּאָל יוסף כּהן. ער איז געװען אײנער פֿון די װוּנדערלעכסטע מאַטעמאַטיקער אינעם 20סטן יאָרהונדערט, באַקאַנט מיטן דערגרייכן פֿונדאַמענטאַלע רעזולטאַטן אין פֿאַרשײדענע געביטן פֿון מאַטעמאַטיק: אַנאַליז, דיפֿערענציעלע גלײַכונגען, און בפֿרט לאָגיק און סכומען־טעאָריע. צום מערסטן, איז כּהן באַרימט געוואָרן מיט זײַן לײזונג פֿון געאָרג קאַנטאָרס "קאָנטינוּום־היפּאָטעזע"; פֿאַרן לייזן אָט־די היפּאָטעזע האָט ער אין 1966 געוווּנען די "פֿילדס־פּרעמיע" — די גרעסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק. אַפֿילו אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, ווען דער טיראַזש פֿונעם ייִדישן „פֿאָרווערטס‟ האָט געבליט, האָט די רעדאַקציע פֿון אַב. קאַהאַן אויך אין זינען געהאַט די לייענערשאַפֿט וואָס האָט זיך אַנטוויקלט פֿון דער וואַקסנדיקער אַסימילירטער ייִדישער באַפֿעלקערונג. דעריבער האָט מען שוין דעמאָלט צוגעגעבן זײַטן אויף ענגליש אין מיטן פֿון די ייִדישע בלעטער. אַזוינע באַמיִונגען צוצוציִען ענגליש־לייענעדיקע, האָבן כּסדר זיך באַוויזן אינעם „פֿאָרווערטס‟ במשך פֿון זײַן געשיכטע. די נעמען פֿון די סטאַנציעס אינעם פּאַריזער מעטראָ האָבן ווייניק צו טאָן מיט ייִדן אָדער ייִדישקייט. ס׳איז אָבער כּדאַי אפֿשר צו דערמאָנען די סטאַנציעס, אָנגערופֿן נאָך דעם שרײַבער עמיל זאָלאַ און דעם פּאָליטיקער זשאַן זשאָרעס, וואָס זיי ביידע האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם "דרייפֿוס־פּראָצעס" און דערפֿאַר האָבן זיי געהאַט אַ פּאָזיטיווע השפּעה אויפֿן ייִדישן לעבן אינעם דעמאָלטיקן פֿראַנקרײַך. צי האָט זיך אײַך פֿאַרבענקט נאָך אַ היימישער אַשכּנזישער הבֿרה (האַוואָרע — אַרויסרעד, אויסשפּראַך) בײַם תּורה־לייענען צי בײַם מאַכן אַ ברכה? אויב יאָ, פֿאַרבעט איך אײַך צו אונדז אין שיל, וועט איר קענען הנאה האָבן פֿון אַ באמת זעלטן־שיינעם אַשכּנזישן תּורה־לייענען. געסט פֿרעגן אַ מאָל בײַ אונדזער בעל־קורא, פֿאַר וואָס לייענט ער גראָד אויף אַשכּנזיש. אייניקע האָבן אַפֿילו געמיינט, אַז אַזאַ אַרויסרעד איז שוין געבליבן בלויז בײַ חרדים. און אָט טרעפֿט מען אים גאָר אין אַ שיינער און מאָדערנער אָרטאָדאָקסישער שיל וווּ מען שרעקט זיך גראָד ניט צו בײַטן דאָ און דאָרט דעם נוסח־התּפֿילה.
זינט איך בין געוואָרן שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש און האָב "אַנטדעקט" פֿאַר זיך די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים פֿון ברוקלין, איז מיר אײַנגעפֿאַלן דער געדאַנק צו וווינען דאָרטן צווישן זיי. פּראָפֿ׳ דוד קאַץ האָט פֿאָרגעלייגט אין זײַן בוך "פֿלאַמעדיקע ווערטער" (Words on Fire) צו פֿאַרברענגען אַ צײַט אין אַ חסידישער געגנט, כּדי צו פֿאַרשטיין דאָס אַמאָליקע לעבן פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.
אַ באַגעגעניש צווישן צוויי מענטשן איז פּונקט ווי אַ קאָנטאַקט צווישן צוויי כעמישע שטאָפֿן: ווען זיי רעאַגירן איינער מיטן צווייטן, ווערן זיי ביידע טראַנספֿאָרמירט. קאַרל גוסטאַוו יונג לית־מאן־דפּליג, אַז די צוקונפֿט פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע וועט געשאַפֿן ווערן אין אינדיע און אין כינע. ביידע מדינות זענען די היימען פֿון אַלט־אַלטע קולטורן (אַן ערך צוויי מאָל די עלטער פֿון דער אַלט־העברעיִשער) און מיט זייער קלאַסישער ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿיע, רעליגיעזע מיטאָסן, קונסט און מוזיק קוויקט זיך די מערבֿ־וועלט די גאַנצע 200־300 יאָר זינט מיר זענען דערגאַנגען צו זיי. דעם 22סטן אױגוסט האָט דער רוסלענדישער מאַטעמאַטיקער גריגאָרי פּערעלמאַן זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער "פֿילדס־פּרעמיע" — די העכסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק. הונדערטער מעדיאַ־מיטלען איבער דער גאַנצער װעלט האָבן באַלד פּובליקירט זײערע דערקלערונגען וועגן דער דאָזיקער סענסאַציע. װער איז פּערעלמאַן? "אַ נײַער ראַספּוטין" — שרײַבן די אַמעריקאַנער צײַטונגען. "ער האָט אַ פּנים פֿון אַ פּױפּסט" — מײנען די פֿראַנצײזישע צײַטשריפֿטן. "ניט קאָנװענציאָנעל אַפֿילו פֿאַר אַ מאַטעמאַטישן גאָון" — שרײַבט מען אין ישׂראל. "צום געלט איז ער גאַנץ גלײַכגילטיק" — האַלט מען אין דײַטשלאַנד. "אַ זון פֿונעם שרײַבער יעקבֿ פּערעלמאַן" — שטײט געשריבן אין אַ סך רוסישע צײַטונגען. דער מחבר פֿון דער דערציילונג, סעמיאָן ראַדין, איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש שטעלט פֿון אוקראַיִנע. בעת דער מלחמה, צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן און צוויי ברידער, איז ער געווען פֿאַרשפּאַרט אין דער געטאָ; זיך גוט אָנגעליטן, אָבער דאָך, געבליבן לעבן. זײַן גאַנץ לעבן איז סעמיאָן געווען אַ לערער פֿון מאַטעמאַטיק און פֿיזיק אין דעם שטעטל סטאַראָקאָנסטאַנטין, אַמאָל געדיכט באַזעצט מיט ייִדן. ער האָט דערגרייכט אין דעם געביט די גרעסטע אָנערקענונג און באַקומען דעם הויכן טיטל "פֿאָלקס־לערער". איצט לעבט סעמיאָן ראַדין מיט זײַן משפּחה אין באָסטאָן און איז זייער אַקטיוו אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. פֿון סימיאָן ראַדין (באָסטאָן)
|