די 3־דימענסיאָנעלע ספֿערע (בילד פֿון בענואַ קלעקנער) |
דעם 22סטן אױגוסט האָט דער רוסלענדישער מאַטעמאַטיקער גריגאָרי פּערעלמאַן זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער "פֿילדס־פּרעמיע" — די העכסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק. הונדערטער מעדיאַ־מיטלען איבער דער גאַנצער װעלט האָבן באַלד פּובליקירט זײערע דערקלערונגען וועגן דער דאָזיקער סענסאַציע.
װער איז פּערעלמאַן? "אַ נײַער ראַספּוטין" — שרײַבן די אַמעריקאַנער צײַטונגען. "ער האָט אַ פּנים פֿון אַ פּױפּסט" — מײנען די פֿראַנצײזישע צײַטשריפֿטן. "ניט קאָנװענציאָנעל אַפֿילו פֿאַר אַ מאַטעמאַטישן גאָון" — שרײַבט מען אין ישׂראל. "צום געלט איז ער גאַנץ גלײַכגילטיק" — האַלט מען אין דײַטשלאַנד. "אַ זון פֿונעם שרײַבער יעקבֿ פּערעלמאַן" — שטײט געשריבן אין אַ סך רוסישע צײַטונגען.
װאָס האָט פּערעלמאַן דערגרייכט? "ער האָט באַשריבן די פֿאָרעם פֿון דעם אוניװערס" — מײנען אײניקע. "ער האָט געלײזט דעם 'פּואַנקאַרע־היפּאָטעז’", אַ באַרימטע פּראָבלעם אין דרײַ־דימענסיאָנעלער טאָפּאָלאָגיע" — שרײַבט "ניו־יאָרק טײַמס" און דערקלערט ווײַטער, אַז טאָפּאָלאָגיע איז אַ מאַטעמאַטיש געביט, װאָס באַװײַזט, אַז אַ קיניגל האָט אַ פֿאָרעם פֿון אַ קױל. "נײן", מײנען די אַנדערע צײַטשריפֿטן, טאָפּאָלאָגיע דערװײַזט, אַז אַ בייגל איז די זעלביקע זאַך װי אַ טעפּל.
און װאָס איז מיט דער פּרעמיע? דעם 25טן אויגוסט, אויף ז׳ 24, האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט די גרײַזיקע ידיעה, וועלכע איז אויך געדרוקט געוואָרן אין אַ סך אַנדערע צײַטונגען, אַז פּערעלמאַן האָט זיך אָפּגעזאָגט נישט בלויז פֿון דער "פֿילדס־פּרעמיע", נאָר, כּלומרשט, אױך פֿון אַ גרויסן געלט־פּריז אויף אַ סומע פֿון אַ מיליאָן דאָלאַר...
נײן, פּערעלמאַן האָט זיך נאָך ניט אָפּגעזאָגט פֿון קײן מיליאָן דאָלאַר. דער "פּואַנקאַרע־היפּאָטעז" איז טאַקע אַ באַרימטע טאָפּאָלאָגישע פּראָבלעם, נאָר זי האָט װײניק צו טאָן מיט "קיניגלעך", "בייגלעך" און "טעפּלעך". און עס איז גאַנץ זיכער, אַז גריגאָרי פּערעלמאַן איז ניט קײן זון פֿון יעקבֿ פּערעלמאַן, דעם מחבר פֿון די װוּנדערלעכע פּאָפּולערע ביכער וועגן װיסנשאַפֿט, וועלכער איז געשטאָרבן פֿון הונגער בעת דער נאַצי־בלאָקאַדע פֿון לענינגראַד, איבער צוואַנציק יאָר פֿריִער, איידער גריגאָרי פּערעלמאַן איז געבױרן געװאָרן.
אינעם 20סטן יאָרהונדערט זענען דאָ געװען דרײַ באַרימטע פּראָבלעמען אין מאַטעמאַטיק: "די גרויסע פֿערמאַ־טעאָרעם", דערװיזן פֿון ענדריו װײַלסן מיט אַ צען יאָר צוריק, דער "פּואַנקאַרע־היפּאָטעז", געלײזט איצט דורך פּערעלמאַנען, און דער "רימאַן־היפּאָטעז", װאָס בלײַבט אָפֿן ביזן הײַנטיקן טאָג. דער "פּואַנקאַרע־היפּאָטעז" איז אױך געװען אײנע פֿון די זיבן פּראָבלעמען אין מאַטעמאַטיק, וואָס פֿאַר זייער לייזונג האָט דער באָסטאָנער "קלײ־אינסטיטוט" — אַ נישט לאַנג צוריק געגרינדעטע פּריװאַטע אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציע, װאָס שטיצט מאַטעמאַטיק — פֿאָרגעלייגט אין יאָר 2000 אַ פּריז פֿון אַ מיליאָן דאָלאַר; די איבעריקע זעקס פּראָבלעמען זענען נאָך נישט געלייזט געוואָרן. דער "קליי־אינסטיטוט" האָט, אָבער, נאָך ניט באַשלאָסן, צי מע זאָל געבן פּערעלמאַנען דעם פּריז.
פּערעלמאַן האָט זיך אָבער יאָ אָפּגעזאָגט פֿון דעם פּרעסטיזשפֿולן "פֿילדס־מעדאַל" — צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע; קיין וויסנשאַפֿטלער האָט זיך אויך נאָך קיינמאָל נישט אָפּגעזאָגט פֿרײַוויליק פֿון דער "נאָבעל־פּרעמיע". אין אַ שמועס מיט זשורנאַליסטן פֿונעם זשורנאַל "ניו־יאָרקער" דערקלערט פּערעלמאַן די סיבות פֿון זײַן אָפּזאָג. לױט פּערעלמאַנען זײַנען די עטישע נאָרמעס אין װיסנשאַפֿט ניט גענוג הױך, דערפֿאַר װיל ער ניט, װי אַ געווינער פֿון דער "פֿילדס־פּרעמיע", טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דער מאַטעמאַטישער געזעלשאַפֿט. ער זאָגט אױך, אַז דער פּריז איז פֿאַר אים ניט װיכטיק.
אין דער אמתן, זענען די עטישע נאָרמעס אין מאַטעמאַטיק זײער הױך, כאָטש ניט אידעאַל, און פֿאַר אַ סך מאַטעמאַטיקער קלינגט פּערעלמאַנס מײנונג אַ ביסל אומגעוויינטלעך. אָבער, פֿאַר די, װאָס קענען פּערעלמאַנס כאַראַקטער, איז זײַן פּאָזיציע ניט קײן חידוש.
גריגאָרי (גרישאַ) פּערעלמאַן איז געבױרן געװאָרן אין 1966 אין לענינגראַד. אין 1982 האָט ער געװוּנען אַ גאָלדענעם מעדאַל אױף דער אינטערנאַציאָנאַלער שול־אָלימפּיאַדע אין מאַטעמאַטיק; דעם זעלבן יאָר האָט ער אָנגעהױבן שטודירן אין דעם לענינגראַדער מלוכישן אוניװערסיטעט. אין יענע צײַטן, װאָס זײַנען, דאַנקען גאָט, שוין לאַנג פֿאַרבײַ, איז געװען גאָר שװער פֿאַר אַ ייִד צו װערן אַ סטודענט אין געוויסע אוניווערסיטעטן. די געװינער פֿון דער שול־אָלימפּיאַדע האָבן אָבער געהאַט רעכט זיך אָנצושליסן אין יעדן אוניװערסיטעט אָדער אינסטיטוט.
נאָך דער אַספּיראַנטור אין דעם זעלבן אוניװערסיטעט האָט פּערעלמאַן געהאַט אַ פּאָר פּאָסטדאָקטאָראַלע שטעלעס אין אַמעריקע. אין יענער צײַט האָט ער שױן געלײזט אַ צאָל צענטראַלע פּראָבלעמען אין דער "רימאַן־געאָמעטריע"; מ׳האָט אים פֿאַרבעטן צו װערן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון די סאַמע באַװוּסטע אַמעריקאַנער אוניװערסיטעטן. פּערעלמאַן האָט אָבער ניט אָנגענומען די פֿאָרשלאָגן און האָט זיך אומגעקערט קײן פּעטערבורג, וווּ ער האָט געהאַט אַ פֿאָרש־שטעלע אין "סטעקלאָװס מאַטעמאַטישן אינסטיטוט". דאָרטן, זײַענדיק אַ פֿאָרשער און נישט געבנדיק קיין לעקציעס, האָט ער געקענט זיך אינגאַנצן אָפּגעבן מיט טעאָרעטישע פֿאָרשונגען.
דער געהאַלט פֿון אַ מאַטעמאַטיק־פֿאָרשער אין רוסלאַנד איז, אָבער, געװען זײער קלײן, קױם דורכצוקומען דעם טאָג. אין אַ פֿוסנאָט בײַ זײַנע שפּעטערדיקע אַרטיקלען מיטן דערווײַז פֿון דעם "פּואַנקאַרע־" און "געאָמעטריזאַציע"־היפּאָטעז, האָט פּערעלמאַן באַדאַנקט די אָפּגעשפּאָרטע אַמעריקאַנער סטיפּענדיעס. װײַזט אױס, אַז דאָס געלט, װאָס ער האָט אָפּגעשפּאָרט בעת זײַנע אַקאַדעמישע באַזוכן אין אַמעריקע, האָט אים דערלױבט צו לעבן אין רוסלאַנד נאָך כּמעט צען יאָר — אַזױ לאַנג, װי ער האָט געדאַרפֿט פֿאַר דער לײזונג פֿון דעם "פּואַנקאַרע־היפּאָטעז".
אָבער דעמאָלט, נאָך זײַן צוריקקער פֿון אַמעריקע, האָט קײנער ניט געװוּסט, אַז פּערעלמאַן טראַכט צו אַרבעטן אױף דער דאָזיקער פּראָבלעם. ער האָט אױפֿגעהערט צו פּובליקירן אַרטיקלען, צו האַלטן רעפֿעראַטן און אָנטיילצונעמען אין קאָנפֿערענצן. ס׳איז געװען קלאָר: אָדער ער האָט זיך אינגאַנצן קאָנצענטרירט אױף אַ שװערער וויסנשאַפֿטלעכער פּראָבלעם, אָדער, פֿאַרקערט, האָט אױפֿגעהערט צו אַרבעטן בכלל. אין משך פֿון יאָרן האָבן אַלץ מער מענטשן זיך גענייגט צו דער צװײטער ווערסיע.
אָבער, אין 2002—2003 האָט פּערעלמאַן פֿאַרעפֿנטלעכט אױף דער אינטערנעץ דרײַ אַרטיקלען. דער ערשטער איז גלײַך געװאָרן אַ סענסאַציע אין דער מאַטעמאַטישער װעלט; די צװײ אַנדערע, אין וועלכע פּערעלמאַן האָט פֿאַרענדיקט דעם דערװײַז, האָבן, פֿאַרשטײט זיך, געמאַכט די דאָזיקע סענסאַציע נאָך גרעסער.
ס’איז אינטערעסאַנט, אַז כּדי צו דערווײַזן די רײן־טאָפּאָלאָגישע טעאָרעמען — דעם "פּואַנקאַרע"־ און נאָך שטאַרקערן "געאָמעטריזאַציע־היפּאָטעז" — האָט פּערעלמאַן אויסגענוצט אַנדערע, ניט טאָפּאָלאָגישע מעטאָדן. ער האָט געפֿאָלגט דעם צוטריט פֿון ריטשאַרד האַמילטאָן און אָנגעווענדט "ריטשיס גלײַכונג" — אַ מאָדיפֿיקאַציע פֿון אײַנשטײַנס גלײַכונג אין דער "רעלאַטיװיטעט־טעאָריע".
בדרך־כּלל, ווערן די וויכטיקע מאַטעמאַטישע אַנטדעקונגען געדרוקט אין די װיסנשאַפֿטלעכע זשורנאַלן, קאָנטראָלירט דורך קאָמפּעטענטע רעפֿערענטן. לויט די תּנאים פֿונעם "קלײ־אינסטיטוט", באַקומט מען דעם געלט־פּריז צוויי יאָר נאָך דער "אָפֿיציעלער" פּובליקאַציע. ס׳דאַכט זיך, אָבער, אַז פּערעלמאַן איז ניט געװען פֿאַראינטערעסירט מיט דעם דאָזיקן פּריז. ער האָט ניט פּובליקירט זײַנע אַרטיקלען אין קײן זשורנאַל — בלױז אױף דער אינטערנעץ. אָבער, דאָס הײסט ניט, אַז זײ זײַנען געװען קאָנטראָלירט װײניקער, ווי אין די זשורנאַלן. פֿאַרקערט, גאַנצע קאָלעקטיװן פֿון זײער קאָמפּעטענטע מאַטעמאַטיקער האָבן געאַרבעט דרײַ יאָר צו פֿאַרשטײן פּערעלמאַנס דערװײַז. דאָס איז ניט געװען לײַכט, װײַל דער דערװײַז איז קאָמפּליצירט און נוצט אויס די רעזולטאַטן פֿון פֿאַרשײדענע מאַטעמאַטיק־געביטן; אַחוץ דעם, זענען פּערעלמאַנס אַרטיקלען אָנגעשריבן זײער לאַקאָניש, אָן קײן סך פּרטים.
עס זײַנען לעצטנס דערשינען עטלעכע אַרטיקלען, פֿיל לענגער פֿון פּערעלמאַנס אָריגינעלע אַרבעטן, װאָס דערקלערן זײַנע אַרגומענטן. דער פּרטימדיקסטער וואַריאַנט פֿונעם דערװײַז איז פּובליקירט געוואָרן אינעם בוך פֿון דזשאָן מאָרגאַן און גאַנג טיִאַן, מיט אַ פּאָר חדשים צוריק. דערפֿאַר, האָט "קלײ־אינסטיטוט" באַשלאָסן ניט צו פֿאָדערן פֿון פּערעלמאַנען די פֿאָרמעלע פּובליקאַציע, און אין אַ צװײ יאָר אַרום װעט ער, מסתּמא, ווערן דער ערשטער "קלײ־לאַורעאַט".
ס׳איז, אָבער, ניט קלאָר, צי פּערעלמאַן װעט אָננעמען דעם פּריז, אַזױ װי ער האָט ניט אָנגענומען די "פֿילדס־פּרעמיע". ס׳איז אפֿשר אַ ביסל שװער צו פֿאַרשטײן זײַן אויפֿפֿירונג — נאָר ס׳איז אַ סך, אַ סך שװערער צו פֿאַרשטײן זײַן דערװײַז פֿון דעם "פּואַנקאַרע־היפּאָטעז".