|
דער ספֿר ״אור השם״ |
|
אינעם יאָר 1600 איז דער פּראָמינענטער איטאַליענישער פֿילאָסאָף דזשאָרדאַנאָ ברונאָ פֿאַרברענט געוואָרן אויפֿן אינקוויזיציע־שײַטער פֿאַר זײַנע "הערעטישע" מחשבֿות. צווישן אַנדערן, האָט מען באַשולדיקט ברונאָן אין דעם, וואָס ער האָט געגלייבט, אַז אויף אַנדערע פּלאַנעטן קענען אויך עקזיסטירן לעבעדיקע באַשעפֿענישן. אַ סך היסטאָריקער האַלטן, אַז דאָס אַליין איז שוין געווען פֿאַררעכנט, לויט די אַכזריותדיקע געזעצן פֿון אינקוויזיציע, פֿאַר אַ "טויטלעכן פֿאַרברעכן"; אַ טייל אַנדערע פֿאָרשער מיינען, אָבער, אַז די עיקר־סיבֿה פֿונעם אורטייל איז געווען פֿאַרבונדן מיט נאָך גרעסערע "עבֿירות": ברונאָ האָט אָפּגעלייקנט די "דרײַפֿאַכיקע נאַטור" פֿון ג־ט און געהאַלטן פֿון גילגולים, ווי אויך אַנדערע "אומקריסטלעכע" ענינים.
אין די פּאָפּולערע ביכער ווערט דזשאָרדאַנאָ ברונאָ צומאָל פֿאָרגעשטעלט ווי אַ "טרוקענער" וויסנשאַפֿטלער, וועלכער האָט באַקעמפֿט די אַלטמאָדישע רעליגיע; ס׳איז אָבער נישט אמת: ברונאָ איז געווען אַ דאָמיניקאַנער מאָנאַך און אַ טיף־רעליגיעזער דענקער. זײַנע רעליגיעזע מחשבֿות האָט ער אָבער געשעפּט, על־פּי־רובֿ, פֿון דער נעאָפּלאַטאָנישער און הערמעטישער פֿילאָסאָפֿיע, ווי אויך פֿון קבלה און אַזעלכע ייִדישע פֿילאָסאָפֿישע ספֿרים, ווי שלמה אבן גבֿירולס "מקור חיים"; די אידעען, וועלכע האָבן געבראַכט ברונאָ צו דער שרעקלעכער מיתה־משונה, וואָלטן געקלונגען אין דער ייִדישער וועלט גאַנץ היימיש און טראַדיציאָנעל. אין אַ געוויסן זין, מעג מען זאָגן, אַז ברונאָ איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון זײַן "ייִדישלעכקייט".
די קעגנערשאַפֿט צו דער מחשבֿה, אַז אינעם קאָסמאָס קענען עקזיסטירן אַנדערע לעבעדיקע וועלטן, איז געווען פֿאַרשפּרייט דווקא אין די קריסטלעכע לענדער. למשל, אין אינדיע און אויפֿן בודיסטישן ווײַטן מיזרח איז געווען תּמיד אָנגענומען, אַז די ערד איז בלויז אַ "זאַמדעלע" אינעם ריזיק־גרויסן אוניווערס, באַוווינט מיט כּלערליי משונהדיקע באַשעפֿענישן. אין דער מוסולמענישער וועלט האָט מען אויך געשטיצט אַזעלכע געדאַנקען.
על־פּי־קבלה איז דער גאַנצער אוניווערס אומגעהײַער־גרויס און פֿול מיט לעבן. אַחוץ אומצאָליקע מלאכים, שׂכלים־הנבֿדלים (קאָסמישע אינטעלעקטן), שדים און אַנדערע רוחניותדיקע אָדער האַלב־רוחניותדיקע באַשעפֿענישן און מדריגות, ווערן אין געוויסע ספֿרים אויך דערמאָנט און באַטראַכט גשמיותדיקע בריות, וואָס שטימען מיט דער מאָדערנער קאָנצעפּציע פֿון די "עליִענס".
אין אַ סך ספֿרים ווערט דערמאָנט, אַז די פּלאַנעטן און שטערן האָבן אַן אייגענעם שׂכל. דער גרויסער ייִדישער פילאָסאָף רמב״ם האָט געשריבן, אַז די פּלאַנעטן זענען קליגער פֿון מענטשן. אַגבֿ, אין די קבלה־ספֿרים שטייט, אַז אונזדער פּלאַנעט האָט אויך אַ שׂכלדיקע נשמה. אינעם אַסטראָלאָגישן "ספֿר העצמים", וואָס זײַן מחבר איז געווען, לויט דער טראַדיציע, דער גרויסער תּנ״ך־קאָמענטאַטאָר ר׳ אַבֿרהם אבן־עזרא, ווערט באַטאָנט, אַז די פּלאַנעטן זענען משפּיע אויף אונדז, און אַז דורך ספּעציעלע מעדיטאַציעס און ריטואַלן קען אַ מענטש זיך פֿאַרבינדן מיט זיי און באַקומען אינפֿאָרמאַציע. אבן־עזרא האָט, אָבער, געוואָרנט, אַז אַזאַ פּראַקטיק איז אויסערגעוויינטלעך סכּנותדיק און קען ברענגען דעם מיסטיקער צו עבֿודה־זרה.
די אידעע פֿון "פּלאַנעטישע נשמות" ווערט טאַקע אָפֿט באַהאַנדלט אין דער הײַנטצײַטיקער פֿאַנטאַסטישער ליטעראַטור — למשל, אין סטאַניסלאַוו לעמס ראָמאַן "סאָלאַריס". ס׳איז אָבער נישט קלאָר, צי דער רמב״ם און אבן־עזרא האָבן טאַקע געהאַלטן, אַז די פּלאַנעטן זענען בוכשטעבלעך לעבעדיק. על־פּי־קבלה, האָט אפֿילו יעדער שטיינדל אַן אייגענעם מלאך, אַ נפֿש, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט אים; דאָס הייסט נישט, אָבער, אַז די שטיינער אָדער פּלאַנעטן אַליין זענען לעבעדיקע באַשעפֿענישן.
דער ערשטער באַקאַנטער ייִדישער חכם, וועלכער האָט בפֿירוש באַטראַכט די מעגלעכקייט פֿונעם ביאָלאָגישן לעבן אויף אַנדערע פּלאַנעטן, איז געווען ר׳ חסדאי קרשׂקשׂ (קרעסקאַס), אַ פּראָמינענטער רבֿ פֿונעם 14סטן יאָרהונדערט. קרשׂקשׂ איז געווען זייער אַ טיפֿער און אָריגינעלער דענקער; אין פֿאַרגלײַך מיטן רמב״ם, האָט ער כּסדר באַהאַנדלט פֿאַרשיידענע קבלה־ענינים און קריטיקירט דעם צו־ראַציאָנעלן צוגאַנג פֿון רמב״מס "מורה נבֿוכים".
אין זײַן ספֿר "אור השם" האָט קרשׂקשׂ באַטראַכט די פֿראַזע פֿון גמרא, אַז "דער אייבערשטער איז משגיח אויף 18,000 וועלטן" און באַטאָנט, אַז חז״ל האָבן, אַפּנים, געמיינט דערמיט די עקזיסטענץ פֿון אַנדערע ציוויליזאַציעס. אין יענער צײַט האָבן די וויסנשאַפֿטלער געטענהט, אַז אונדזער וועלט איז דער צענטער פֿונעם גאַנצן אוניווערס, דערפֿאַר וואָלטן די זאַכן פֿון די אַנדערע פּלאַנעטן געפֿאַלן אויף דער ערד; קרשׂקשׂ האָט אָפּגעוואָרפֿן די דאָזיקע טענות און דערקלערט, אַז די אַנדערע וועלטן קענען האָבן אייגענע צענטערס, וועלכע ציִען צו צו זיך די מאַטעריע. ער האָט אויך געהאַלטן, אַז די תּנ״כישע דאַטע פֿון וועלט־באַשאַפֿונג קען פֿאַרטײַטשט ווערן אויף אַן אַלעגאָרישן אופֿן, דערפֿאַר קען אונדזער אוניווערס זײַן עלטער, ווי 6,000 יאָר.
דער ספֿר "אור השם" ווערט אָפֿטמאָל ציטירט אין די ווערק פֿונעם באַרימטן איטאַליענישן קריסטלעכן מיסטיקער דזשאָוואַני פּיקאָ דעלאַ מיראַנדאָלאַ. מיראַנדאָלאַ איז געווען אַ גוטער פֿרײַנד פֿון ייִדן, זיך געלערנט בײַ אַ צאָל פּראָמינענטע רבנים, אַרײַנגערעכנט דעם מקובל ר׳ יוחנן אלימאנו (אַלעמאַנאָ), און האָט זיך פֿאַרנומען מיטן פֿאַרשפּרייטן קבלה צווישן די קריסטן. אַ דאַנק מיראַנדאָלאַס איבערזעצונג, האָבן קרשׂקשׂעס מחשבֿות משפּיע געווען אויף ברונאָ, גאַלילעאָ, קאָפּערניק און ניוטאָן. אַ טייל הײַנטיקע היסטאָריקער האַלטן, אַז ר׳ חסדאי קרשׂקשׂ איז געווען דער גרינדער פֿון דער מאָדערנער קאָסמאָלאָגיע און גראַוויטאַציע־טעאָריע.
אַן אַנדער גרויסער ייִדישער פֿילאָסאָף, ר׳ יוסף אַלבו (אַלבאָ), האָט אין זײַן "ספֿר העיקרים" זיך סקעפּטיש באַצויגן צו דער היפּאָטעז וועגן דעם לעבן אין אַנדערע וועלטן, און באַטאָנט, אַז בלויז מיר, מענטשן, האָבן די בחירה־חפֿשית (דעם פֿרײַען ווילן), דערפֿאַר זענען אין קאָסמאָס, מסתּמא, נישטאָ קיין אַנדערע ציוויליזאַציעס. זײַן אַרגומענט איז געוואָרן פּאָפּולער אין די ייִדישע קרײַזן; אָבער, אינעם 18טן יאָרהונדערט האָט דער פּראָמינענטער ווילנער רבֿ און מקובל, ר׳ אליהו פּינחס האָראָוויץ, אויפֿגעוויזן, אַז צווישן די מיינונגען פֿון "אור השם" און "ספֿר העיקרים" איז, אין דער אמתן, נישטאָ קיין סתּירה.
הרבֿ האָראָוויץ איז געווען, אין דער זעלבער צײַט, אַ טראַדיציאָנאַליסט, אַ שאַרפֿער קענגער פֿון השׂכּלה, און אויך אַ גרויסער קענער פֿון פֿילאָסאָפֿיע און וויסנשאַפֿט. ער האָט, אָבער, פֿאַרדאַמט דעם ראַציאָנאַליסטישן דרך פֿון די משׁכּילים און געשטיצט די פֿילאָסאָפֿיע פֿון זײַן באַרימטן דײַטשישן מיטצײַטלער, אימאַנועל קאַנט. אין זײַן הויפּט־ווערק, "ספֿר־הברית", האָט האָראָוויץ באַהאַנדלט אַן אויסערגעוויינטלעך ברייטע ריי ענינים, אַרײַנגערעכנט פּסיכאָלאָגישע און סאָציאַלע פֿראַגעס. צווישן אַנדערן, האָט ער אַרויסגעזאָגט אַ צאָל כּמו־סאָציאַליסטישע אידעען און גערופֿן צו ליבשאַפֿט און סאָלידאַריטעט צווישן אַלע פֿעלקער.
אין זײַן אוניווערסאַליסטישן "ספֿר־הברית" ווערט אויך באַהאַנדלט דאָס לעבן אויף אַנדערע פּלאַנעטן. דער מחבר האָט געבראַכט דעם זעלבן מאמר פֿון גמרא, וועגן די "18,000 וועלטן", און באַטאָנט, אַז הגם מע האַלט, אַז מלאכים און שדים האָבן נישט קיין פֿרײַען ווילן, זענען זיי פֿאָרט פֿאַרנונפֿטיקע באַשעפֿענישן. אדרבא, דערקלערט "ספֿר־הברית", ס׳שטייט אין גמרא, אַז די אײַנוווינער פֿון אַ געוויסן שטערן, וואָס הייסט מרוז (מיירויז), זענען באַשטראָפֿט געוואָרן פֿאַרן נישט העלפֿן די ייִדן בעת דער מלחמה קעגן דעם כּנענישן קעניג סיסרא! הרבֿ האָראָוויץ האָט אָבער געהאַלטן, אַז די קאָסמישע באַשעפֿענישן, וועלכע לעבן אין אַנדערע נאַטור־סבֿיבֿות, קענען נישט אויסזען ווי מיר, בשׂר־ודמס, ווײַל "אַפֿילו אין אונדזער וועלט זענען די ים־באַשעפֿענישן אינגאַנצן אַנדערש, ווי די יבשה־בריות".
אין די הײַנטיקע צײַטן פֿון קאָסמישע נסיעות און גרויסע אַסטראָנאָמישע אַנטדעקונגען, איז די פֿראַגע פֿונעם לעבן אויף אַנדערע פּלאַנעטן געוואָרן גאַנץ אַקטועל. ד״ר וועלוול גרין, אַ פֿרומער ביאָלאָג פֿון "נאַסאַ", האָט אַמאָל געפֿרעגט בײַם ליובאַוויטשער רבין, ר׳ מנחם־מענדל שניאורסאָן, וואָס ער טראַכט וועגן דעם לעבן אין קאָסמאָס. דער רבי האָט אים געגעבן אַן אָפּטימיסטישע עצה: "זוכט לעבן אויף מאַרס! אויב איר וועט עס דאָרטן נישט געפֿינען, זוכט ערגעץ אַנדערש אין קאָסמאָס".
הרבֿ אַריה קאַפּלאַן, דער באַרימטער פֿאָרשער פֿון ייִדישע מעדיטאַציעס און אַנדערע קבלה־ענינים, האָט געגלייבט, אַז אונדזער ציוויליזאַציע איז די וויכטיקסטע, אָבער, לויט די קבלה־ספֿרים, נישט די איינציקע. ער האָט מסביר געווען, אַז דער ספּעציפֿיש־מענטשלעכער פֿרײַער ווילן איז אַ ריין־גײַסטיקער ענין, וואָס האָט ווייניק צו טאָן מיטן שׂכל; אַפֿילו אָן בחירה־חפֿשית קענען די "עליִענס" זיך פֿירן גאַנץ פֿאַרנונפֿטיק, פּונקט ווי מענטשן. לויט זײַן פֿוטוריסטישער וויזיע, וועט די מענטשהייט זיך אין דער צוקונפֿט פֿאַרשפּרייטן איבערן אוניווערס, און וועט זיך, מסתּמא, טרעפֿן מיט די אַנדערע ציוויליזאַציעס. הרבֿ קאַפּלאַן האָט אויך געהאַלטן, אַז די עוואָלוציע און אַנדערע מאָדערנע וויסנשאַפֿטלעכע טעאָריעס שטימען גאַנץ גוט מיט דעם מיסטישן טײַטש פֿון דער תּורה. צום בײַשפּיל, האָט ער ציטירט אַ גרויסן מקובל פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, ר׳ יצחק פֿון עכּו, וועלכער האָט געשריבן, אַז דער אוניווערס איז איבער 15 מיליאַרד יאָר אַלט, און אַז דער תּנ״כישער פּשט האָט צו טאָן בלויז מיט דער לעצטער קאָסמישער תּקופֿה.
אַן אַנדער רבי און אַ גרויסער מקובל, וועלכער האָט אויך דערמאָנט די מעגלעכקייט פֿונעם לעבן אין קאָסמאָס, איז געווען הרבֿ יהודה־לייב אַשלג (אַשלאַג) — דער מחבר פֿונעם פֿילבענדערדיקן פּירוש אויפֿן "זוהר" — "הסולם" , און אַ סך אַנדערע קבלה־ספֿרים. אַ טייל הײַנטיקע קבלה־לערנער האַלטן אים פֿאַר איינעם פֿון די גרעסטע מקובלים אין דער געשיכטע. הרבֿ אַשלג איז אויך געווען אַ לינקער ראַדיקאַל, אַ טעאָרעטיקער פֿונעם פֿרײַוויליקן "אַלטרויִסטישן קאָמוניזם" — אַ מין רעליגיעזע אַנאַרכאָ־קאָמוניסטישע געזעלשאַפֿט, באַזירט אויף קבלה־יסודות. אין איינעם פֿון זײַנע ראַדיקאַלע אַרטיקלען, האָט אַשלג געזאָגט, אַז די אַנדערע פּלאַנעטן זענען, אפֿשר, באַוווינט מיט רעדנדיקע, שׂכלדיקע און גײַסטיקע באַשעפֿענישן, ענלעך אויף אונדז, אָבער פֿון אונדזער רעלאַטיוון שטאַנדפּונקט זענען דווקא מיר, מענטשן, דער גײַסטיקער יאָדער פֿונעם גאַנצן אוניווערס. אַשלג האָט דערמיט געמיינט, אַז דאָס לעבן אויף אַנדערע פּלאַנעטן, צי עס עקזיסטירט, צי נישט, איז פֿאַר אונדז ווייניק רעלעוואַנט; פֿונדעסטוועגן, איז עס זייער אינטערעסאַנט, אַז אין אַזאַ אומדערוואַרט אָרט, ווי אַ פֿרומער ראַדיקאַלער אַרטיקל, ווערן דערמאָנט די קאָסמישע ציוויליזאַציעס.
אַ טייל ראַציאָנאַליסטיש־טראַכטנדיקע "פֿײַנשמעקער" פֿילן זיך אומצופֿרידן, ווען דער שמועס גייט אַראָפּ צו אַזעלכע טעמעס, ווי "עליִענס". ס׳טײַטש, טענהט מען, ווי קען אַ ייִד טראַכטן ערנסט וועגן אַזעלכע ענינים, וואָס טויגן בלויז פֿאַר "ניו־איידזשערס" און אַנדערע "משוגעים"? מע זעט, אָבער, אַז די דאָזיקע פֿראַגע האָט פֿאַרחידושט אַ צאָל גאָר גרויסע רבנים — הגם, ווי הרבֿ אַשלג האָט ריכטיק באַמערקט, זי האָט ווייניק צו טאָן מיט אונזדער אַקטועל לעבן. נישט אַלץ, וואָס אַ בכּבֿודיקער חכם באַטראַכט, מוז זײַן ראַציאָנעל. אַפּנים, אַז אין דער מענטשלעכער נשמה שטעקט עפּעס אַן אומראַציאָנעלער אימפּולס צו דערגיין די סודות פֿונעם אוניווערס, אַפֿילו ווען זיי זעען אויס — דערווײַל — "אומרעלעוואַנט".