- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ באַגעגעניש צווישן צוויי מענטשן איז פּונקט ווי אַ קאָנטאַקט צווישן צוויי כעמישע שטאָפֿן: ווען זיי רעאַגירן איינער מיטן צווייטן, ווערן זיי ביידע טראַנספֿאָרמירט. קאַרל גוסטאַוו יונג
די הײַנטצײַטיקע אויספֿאָרשונגען האָבן אָבער געוויזן, אַז די אַלטע אַלכעמישע מאַנוסקריפּטן אַנטהאַלטן אין זיך אַ סך טיפֿע פּסיכאָלאָגישע און פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען. דער ראָמאַנטיש־פֿילאָסאָפֿישער גײַסט פֿון אַלכעמיע האָט אויך געדינט ווי אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע פֿאַר אַ סך הײַנטצײַטיקע שרײַבער, אַרײַנגערעכנט כאָרכע לויִס באָרכעס, גאַרסיאַ מאַרקעס און אומבערטאָ עקאָ. אַ סך באַרימטע "פֿאַרמאָדערנע" וויסנשאַפֿטלער, בתוכם ראָבערט בויל, אײַזעק ניוטאָן און טיכאָ בראַהע, זענען אויך געווען פּראָמינענטע אַלכעמיקער. אין אונטערשייד צו דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט, האָבן די אַלכעמיקער געהאַלטן, אַז די אינערלעכע וועלט פֿון דער מענטשלעכער פּסיכיק געפֿינט זיך אין אַ טיפֿער האַרמאָנישער אייניקייט מיטן גאַנצן אוניווערס. דערפֿאַר האָבן זיי געגלייבט, אַז אַ גײַסטיק־דערהויבענער מענטש קען טראַנספֿאָרמירן די כעמישע עלעמענטן איינער אינעם צווייטן, און שאַפֿן דעם "פֿילאָסאָפֿישן שטיין", וואָס פֿאַרוואַנדלט דאָס בלײַ און אַנדערע "גראָבע" מעטאַלן אין ריין גאָלד, ווי אויך צו מאַכן דעם "עליקסיר", וואָס היילט אויס אַלע קראַנקייטן און פֿאַרלענגערט דאָס לעבן. די אַלכעמיקער האָבן אויך געמיינט, אַז די מעדיטאַציעס איבער די נאַטור־פּראָצעסן, בפֿרט דאָס קוקן אויף כעמישע רעאַקציעס, העלפֿט צו פֿאַרשטיין די טיפֿענישן פֿון דער מענטשלעכער פּסיכיק. פֿאַר אַן אַלכעמיקער איז די אינערלעכע און אויסערלעכע וועלט — אַן אומצעשיידלעכע גאַנצהייט. ס׳איז טאַקע אמת, אַז צווישן די מענטשן, וואָס האָבן זיך פֿאַרנומען מיט אַלכעמיע, זענען געווען גענוג שאַרלאַטאַנען און שווינדלער. די אַלכעמישע קרײַזן זענען געווען פֿאַרמאַכטע, געהיימע געזעלשאַפֿטן; די אַלכעמישע ביכער זענען פֿול מיט סודותפֿולע סימבאָלן און באַנוצן זיך דווקא מיט אַ געהיימער, שיפֿרירטער שפּראַך. די געבילדעטע, פּראָמינענטע אַלכעמיקער האָבן אָבער כּסדר דערקלערט, אַז עס אינטערעסירן זיי בלויז די סודות פֿון דער נאַטור און די גײַסטיקע טראַנספֿאָרמאַציע, נישט קיין פּערזענלעכער רווח און כּבֿוד: "Aurum nostrum non est aurum vulgi" — "אונדזער גאָלד איז נישט דאָס פּראָסטע מאַטעריעלע גאָלד". זיי האָבן אָבער געמיינט, אַז די מיסטישע מיסטעריעס טאָרן נישט פֿאַרשפּרייט ווערן צווישן די פּשוטע, נישט־צוגעגרייטע מענטשן, דערפֿאַר האָבן זיי געהאַלטן זייער לערע אין אַ טיפֿן סוד. בדרך־כּלל, קען אַלכעמיע אײַנגעטיילט ווערן אין דרײַ געביטן: דער "טעכנאָלאָגישער" אַספּעקט — די פּראַקטישע כעמישע עקספּערימענטן מיט מעטאַל־טראַנספֿאָרמאַציעס; דער "מיסטיש־פּראַקטישער" — די טעאָריע, אַז אַ גאָר דערהויבענע נשמה קען פֿאַרשטיין די טיפֿע נאַטור פֿון די מאַטעריעלע זאַכן און איז בכּוח צו פֿאַרוואַנדלען זיי אין גאָלד — דאָס הייסט, צו ברענגען זיי צום פּערפֿעקטן, "גאָלדענעם" מצבֿ; דער פּסיכאָלאָגישער אַספּעקט, וווּ דער "פֿילאָסאָפֿישער שטיין", האָט געדינט ווי אַ סימבאָל פֿונעם ריינעם גײַסט, און האָט ווייניק צו טאָן מיט מאַטעריעלע מעטאַלן. די וויכטיקסטע אַלכעמישע ווערק זענען אָנגעשריבן געוואָרן אין דער מיטל־עלטערישער אייראָפּע, פּערסיע און אין די אַראַבישע לענדער. דאָס וואָרט "אַלכעמיע" באַשטייט פֿונעם אַראַביש אַרטיקל "אַל‑" און דעם גריכישן וואָרט "χημεία" — "צונויפֿשמעלצן". די היסטאָרישע מקורים פֿון דער דאָזיקער חכמה זענען אומקלאָר; מיט איבער 2,200 יאָר צוריק זענען אין גריכנלאַנד, כינע און אינדיע שוין געווען באַקאַנט מיט די אַלכעמישע אידעעס און מעטאָדן. די מערבֿדיקע און אַראַבישע אַלכעמיע שטאַמט, אַפּנים, פֿון עגיפּטן. סײַ אין דער מערבֿדיקער, סײַ אין דער ווײַט־מיזרחדיקער אַלכעמישער טראַדיציע זענען דאָ אַ סך ענלעכע קאָנצעפּציעס, וועלכע זענען אויך זייער נאָענט, און אַפֿילו אינגאַנצן אידענטיש, מיט קבלה. אי די קריסטלעכע, אי די מוסולמענישע אַלכעמיקער פֿלעגן כּסדר באַטאָנען, אַז הגם זייער טראַדיציע שטאַמט פֿון עגיפּטן, איז זי אַנטוויקלט געוואָרן דווקא דורך די ייִדן און איז תּמיד געווען "די ייִדישע וויסנשאַפֿט". די גוייִשע אַלכעמיקער האָבן הויך געשעצט קבלה, צומאָל אויסגענוצט לשון־קודשדיקע ווערטער, און זיך געווענדט צו ייִדן. דער מיטאָס־"פֿאָטער" פֿון טעאָרעטישער אַלכעמיע איז געווען דער עגיפּטיש־גריכישער חכם הערמעס טריסמעגיסט; אַ טייל אַלכעמיקער האָבן אַסאָציִיִרט הערמעסן מיט חנוך, דער עלטער־זיידע פֿון נוח. די "מוטער" פֿון דער פּראַקטישער אַלכעמיע, לויט דער לעגענדע, איז געווען די מיסטעריעזע "מרים די ייִדענע". לויט אַ באַקאַנטער ווערסיע פֿון דער לעגענדע, איז עס געווען מרים הנבֿיאה, משה־רבינוס שוועסטער; די היסטאָריקער האַלטן אָבער, אַז די רעאַלע מרים האָט געלעבט אינעם 2־3טן יאָרהונדערט אין אַלעקסאַנדריע, עגיפּטן. זי איז געווען אַ ייִדישע פֿרוי, וועלכע האָט געפֿירט כעמישע עקספּערימענטן און דערפֿונדן אַ סך אַפּאַראַטן און פּראָצעסן, וועלכע ווערן ברייט באַנוצט אין כעמיע ביזן הײַנטיקן טאָג, אַרײַנגערעכנט דעם דיסטילאַטאָר און אויטאָקלאַוו. די היסטאָרישע קוואַלן ווײַזן אָן, אַז די אַמאָליקע ייִדישע קהילה אין עגיפּטן איז טאַקע געווען דער וועלט־צענטער פֿון אַלכעמיע. אבן־סינאַ (אַוויצענאַ), דער גרויסער פּערסישער דאָקטער און וויסנשאַפֿטלער פֿונעם 10טן יאָרהונדערט, האָט געשריבן, אַז זײַן "אַלכעמישער רבי" אין אַלכעמיע איז געווען אַ ייִד. הגם במשך פֿון דער מיטל־עלטערישער תּקופֿה האָבן זיך בלויז אַ רעלאַטיוו־קליינע צאָל ייִדן פֿאַרנומען מיט פּראַקטישער אַלכעמיע, האָבן זיי פֿאַרדינט די רעפּוטאַציע פֿון גרויסע מומחים אין דעם דאָזיקן געביט. אַ טייל ראַציאָנאַליסטיש־געשטימטע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן, אַרײַנגערעכנט דעם רמב״ם, ר׳ יהודה הלוי און יוסף אַלבו, האָבן זיך סקעפּטיש באַצויגן צו אַלכעמיע; אַ צאָל אַנדערע מחקרים זענען געווען "פּראָ־אַלכעמיש" געשטימט, אָבער זיי האָבן נישט באַהאַנדלט קיין אַלכעמישע ענינים. אין אונטערשייד צו די פֿילאָסאָפֿן, האָבן אַ סך מקובלים בפֿירוש געשטיצט, שטודירט און אַפֿילו פּראַקטיקירט אַלכעמיע. געוויסע אַלכעמישע ענינים ווערן דערמאָנט איז די וויכטיקסטע קבלה־ספֿרים: אינעם צווייטן באַנד פֿונעם "זהר" (ע׳ כ״ג־כ״ד), און אין עטלעכע ערטער אינעם "ספֿר־יצירה". דער עיקר־תּלמיד פֿונעם אַריז״ל, ר׳ חיים וויטאַל, אַ רבֿ, אַ גרויסער מקובל און אַ דאָקטער, האָט געהאַלטן אַן אייגענע אַלכעמישע לאַבאָראַטאָריע. אין שלמה מוסאַיעפֿס ספֿרים־קאָלעקציע אין ירושלים געפֿינט זיך אַ מאַנוסקריפּט פֿון חיים וויטאַלן, איבער 150 בלעטער, וווּ עס ווערן פֿאַרשריבן, צווישן אַנדערע, איבער אַ הונדערט אַלכעמישע רעצעפּטן. דער מאַנוסקריפּט איז זייער פֿאַרשיידנאַרטיק, און דערציילט אַפֿילו וועגן אַזעלכע זאַכן, ווי מיסטישע (אַפּנים, פּסיכאָדעלישע) גראָזן און רעצעפּטן פֿון פֿרויען־קאָסמעטיק. ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז אין וויטאַלס אַלכעמישע נאָטיצן ווערן בכלל נישט דערמאָנט קיין קבלה־ענינים. אין פֿאַרגלײַך מיט זײַנע ספֿרי־קודש, קלינגט דאָ ר׳ חיים וויטאַל ווי אַ "טרוקענער" וויסנשאַפֿטלער. ר׳ אַבֿרהם חמוי, אַ פּראָמינענטער מאַראָקאַנער מקובל פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, שרײַבט אין זײַן ספֿר "נפֿלאות מעשׂיך", אַז אין זײַן יוגנט האָט ער שטודירט אַלכעמיע. אַזוי ווי ר׳ חיים וויטאַל, קליגנט ר׳ אַבֿרהם חמוי ווי אַ מער "טעכנאָלאָגישער" אַלכעמיקער. דער גרויסער מקובל פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, ר׳ משה די ליאון, ברענגט אינעם ספֿר "שקל־הקודש" אַ גאַנצע מיסטישע טעאָריע פֿון כעמישע (אָדער פּסיכישע?) עלעמענטן. ער דערקלערט, אַז "דער, וואָס קען די מלאָכה, איז בכּוח צו פֿאַרוואַנדלען די נאַטור פֿון קופּער אין זילבער און גאָלד". פֿונעם קאָנטעקסט איז קלאָר, אַז אונטערן וואָרט "גאָלד" האָט ער געמיינט סײַ דאָס אינערלעכע ליכט פֿון דער נשמה, סײַ דאָס שלימות פֿון דער נאַטור, וואָס ווערט סימבאָליזירט אינעם גשמיותדיקן גאָלד. ר׳ יוסף טאיטצק (טײַטאַצאַק), אַ באַרימטער צפֿתער מקובל פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, האָט דערקלערט, אַז דער "לייטער", וואָס יעקבֿ־אָבֿינו האָט געזען אין אַ חלום, איז דער שליסל צו די סודות פֿון אַלכעמיע. דער, וואָס פֿאַרשטייט דעם סוד פֿונעם "לייטער" און ווייסט, ווי אַזוי צו פֿאַרבינדן די העכערע און די נידעריקע וועלטן, און דאָס גײַסטיקע גאָלד און זילבער מיטן נידעריקן גאָלד און זילבער, קען "גרינג שאַפֿן אַלע זיבן מעטאַלן". "און דאָס איז די חכמה פֿון אַלכעמיע, די ג-טלעכע חכמה". צום באַדויערן, איז דער אַנדערער כּתבֿ־יד, וווּ טײַטאַצאַק האָט מסביר געווען די סודות פֿונעם מיסטישן "לייטער", נישט פֿאַרהיט געוואָרן. טײַטאַצאַק איז געווען אַן עקספּערט אין מעדיטאַציע־ענינים און האָט באַשריבן דעם מעטאָד, ווי אַזוי צו קאָמוניקירן מיט אַ פּערזענלעכן "מגיד" — אַ מלאך, פֿון וועלכן מע קען באַקומען גײַסטיקע אינפֿאָרמאַציע. זײַן מיטצײַטלער ר׳ יוסף קאַרו (קאַראָ), דער מחבר פֿונעם "שולחן־ערוך", האָט אויסגענוצט טײַטאַצאַקס מיסטישע מעטאָדן און אָנגערופֿן אים "דאָס ליכט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק". פֿון זײַנע ספֿרים אויך קומט אַרויס, אַז דאָס אַלכעמישע "גאָלד" איז אַ סימבאָל פֿונעם אויפֿגעקלערטן, הייליקן שׂכל. ס׳איז גאָר אינטערעסאַנט, אַז ער האָט בפֿירוש געהאַלטן אַלכעמיע פֿאַר "אַ ג-טלעכער חכמה". טײַטאַצאַק איז געווען איינער פֿון חיים וויטאַלס רביים, אָבער, אין אונטערשייד צו וויטאַלס נאָטיצן, האָט ער אויסגעדריקט בפֿירוש אַ פּסיכאָלאָגיש־רעליגיעזן צוגאַנג צו אַלכעמיע. דער מעזריטשער מגיד, אַ גרויסער חסידישער רבי, איינער פֿון די וויכטיקסטע תּלמידים בײַם בעל־שם־טובֿ, האָט געזאָגט, אַז ווען דער מענטשלעכער שׂכל ווערט "צעלאָזט" אין ג־טלעכקייט, איז ער בכּוח צו ברענגען זאַכן אַרום זיך צום שלימות, "און אַפֿילו פֿאַרוואַנדלען זיי אין גאָלד". נישט אַזוי לאַנג צוריק, אינעם יאָר 1928, האָט דער מאַראָקאַנער מקובל הרבֿ מכלוף אמסלם (מאַכלוף עמסעלעם) פֿאַרעפֿנטלעכט אַ טייל פֿון זײַן ספֿר "תּפּוחי זהבֿ במשׂכּיות כּסף"; שפּעטער, נאָך זײַן פּטירה, האָט די משפּחה פּובליקירט דאָס גאַנצע ווערק — איבער 500 זײַטן. אַ היפּשער טייל פֿונעם ספֿר האָט צו טאָן דירעקט אָדער אומדירעקט מיט אַלכעמיע. עמסעלעמס חיבור איז אויך אַרויסגעשטעלט געוואָרן אין דער אינטערנעץ: אַן אינטערעסאַנט בוך וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדן, קבלה און אַלכעמיע איז אָנגעשריבן געוואָרן דורך דעם פּראָפֿ' רפֿאל פּאַטײַ, "די ייִדישע אַלכעמיקער" ("The Jewish Alchemists"). צוליב דעם דורכפֿאַל פֿון די ראַציאָנאַליסטישע "אויפֿקלערונג"־ווערטן אינעם 20סטן יאָרהונדערט, איז אַלכעמיע טיילווײַז "רעהאַביליטירט" געוואָרן אויך אין דער סקעפּטישער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט. דער גרויסער שווייצאַרישער פּסיכיאַטער קאַרל גוסטאַוו יונג (1875־1961), דער גרינדער פֿון דער "אַנאַליטישער" שיטה אין פּסיכאָלאָגיע, האָט זייער הויך געשעצט דעם "אינערלעכן" אַספּעקט פֿון אַלכעמיע, און אָנגעשריבן צוויי גאַנצע ביכער וועגן דעם. צוליב זײַנע ווערק, איז די "אינערלעכע" אַלכעמיע געוואָרן פּאָפּולער צווישן אַ טייל הײַנטיקע פּסיכאָלאָגן. די קוואַנט־פֿיזיק האָט דערוויזן, אַז דער באַוווּסטזײַן פֿונעם סוביעקט ווירקט אויף די פֿיזישע אָביעקטן — לכל־הפּחות אויפֿן מיקראָסקאָפּישן ניוואָ; די גרענעץ צווישן דעם אָביעקט און סוביעקט איז נישט אינגאַנצן קלאָר —פּונקט אַזוי האָבן אַמאָל געטענהט די אַלכעמיקער. די "בוכשטעבלעכע" אַלכעמיע — טראַנסמוטאַציע פֿון כעמישע עלעמענטן — איז אויך נישט אינגאַנצן אַוועק פֿון דער אַקאַדעמישער סצענע. אַ פּראָמינענטער פֿראַנצויזישער ביאָלאָג, אַ נאָמינאַנט פֿונעם "נאָבעל־פּרײַז" אין פֿיזיאָלאָגיע, קאָרענטען לוּי קעווראַן (Kervran) האָט דורכגעפֿירט אַ סעריע עקספּערימענטן, וועלכע האָבן דעמאָנסטרירט, אַז הינער און אַנדערע לעבעדיקע באַשעפֿענישן זענען בכּוח צו פֿאַרוואַנדלען די כעמישע עלעמענטן — למשל, קאַליום אין קאַלציום. ס׳רובֿ וויסנשאַפֿטלער האָבן אָפּגעוואָרפֿן זײַן היפּאָטעז; עטלעכע אַנדערע פֿאָרשער האָבן אָבער אויך באַשטעטיקט קעווראַנס עקספּערימענטן. אויב קעווראַן איז טאַקע גערעכט, שטעקט אינעם לעבן — לאו־דווקא אינעם מענטש — עפּעס אַ מיסטעריעזער כּוח, וואָס איז העכער ווי די גרענעצן פֿון דער פֿיזישער נאַטור. די געשיכטע פֿון אַלכעמיע איז אַ פֿאַסצינירנדיקער "ראָמאַן" וועגן די באַציִונגען צווישן דער מאַטעריע און גײַסט, דעם באַוווּסטזיניקן און אומבאַוווּסטזיניקן, רעליגיע און וויסנשאַפֿט, פֿילאָסאָפֿיע און פּסיכאָלאָגיע. אין דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿון קאָנקורענץ און גלאָבאַליזאַציע, ווען אַ סך מענטשן קוקן אויף דער נאַטור, ווי אויך איינער אויפֿן צווייטן, ווי אויף אָביעקטן פֿון עקספּלואַטאַציע, ווערט די "אינערלעכע אַלכעמיע" אפֿשר אַפֿילו נאָך מער אַקטועל, ווי אין מיטל־עלטער. ווי דער פֿילאָסאָף־עקזיסטענציאַליסט מאַרטין הײַדעגער האָט זיך אויסגעדריקט, איז דער מענטש פֿאַרוואַנדלט געוואָרן פֿונעם "פּאַסטעך פֿון דער נאַטור" אין אַן עקספּלואַטאַטאָר. די אַלכעמיקער האָבן, אָבער, געשטרעבט נישט צו "באַקעמפֿן" און "פֿאַרשקלאַפֿן" די נאַטור, נאָר צו ברענגען זי צו אַן אייניקייט און שלימות. ס׳איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז די האַרמאָנישע, "אַלכעמישע", באַציִונגען צווישן דער אינערלעכער וועלט פֿונעם מענטש, דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט און דער נאַטור טאָרן נישט אָפּגעטיילט ווערן פֿונעם מאַטעריעלן וווילזײַן און טעכנאָלאָגישן פּראָגרעס. |