סצענע פֿונעם פֿילם "דער גרויסער דיקטאַטאָר" |
ער האָט זיכער געמוזט זײַן אַ ייִד, ווײַל בײַ דער ערשטער געלעגנהייט, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה, און די דײַטשן זײַנען באַפֿאַלן די ייִדן אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מזרח־אייראָפּע, איז ער אַרויס מיט זײַן ערשטן רעדעוודיקן פֿילם "דער גרויסער דיקטאַטאָר". ער האָט געשפּילט אַ טאָפּל־ראָלע, אַ ייִדישן שערער אין אַ שטעטל, און אין דער זעלבער צײַט האָט ער געשפּילט דעם "מאָנסטער" אַדאָלף היטלער. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס איז געווען גענוג אויף צו וויינען און אויף צו לאַכן. ער האָט פֿון דעם היטלערן געמאַכט אַש און פּאָרעך, און באַלד אַרויף אויף היטלערס שוואַרצע־ליסטע. און אַזוי ווי די האָליוווּדער ייִדישע מאַגנאַטן האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו אינוועסטירן געלט אין פֿילמען אויף ייִדישע טעמעס, מורא געהאַט מסתּמא, אַז ס׳וועט זיי עפּעס שאַטן, אָדער דער עולם וועט זיך, חלילה, דערוויסן, אַז מעטראָ־גאָלדווין מאיר און דייוויד אָ. סעלזניק און אַנדערע זײַנען אין דער אמתן געווען ייִדן — ס׳פּאַסט נישט. האָט מען אויסגעמיטן פֿילמען וועגן ייִדן, האָט טשאַרלי טשאַפּלין אַרײַנגעפּראָפּט זײַן אייגן געלט צו מאַכן זײַן סאַמע ערשטן רייד־פֿילם, און אויף אַ ייִדישער טעמע.
אין די פֿופֿציקער יאָרן האָט מען טשאַפּלינען באַשולדיקט אין קאָמוניזם. דעם סענאַטאָר דזשאָסעף מעקאַרטיס אינקוויזיציע איז אָנגעגאַנגען מיט אַ ריזיקן טעמפּאָ. געווען אַקטיאָרן, וואָס האָבן פֿאַרמסרט און אויסגעגעבן אַנדערע באַרימטע אַקטיאָרן, דער עיקר ייִדן. רעזשיסאָרן און פֿילם־שרײַבער האָבן אָנגעוווירן זייערע שטעלעס און געמוזט אָנגיין אונטער פֿאַלשע נעמען. אַפֿילו דער וווּנדערלעכער רעזשיסאָר איליאַ קאַזאַן (נישט קיין ייִד) האָט אויסגעגעבן זײַנע גוטע פֿרײַנד און מיטאַרבעטער. אַ גאַנצע חבֿרה ייִדישע און נישט־ייִדישע אַקטיאָרן פֿון האָליוווּד זײַנען געקומען פּראָטעסטירן פֿאַרן ווײַסן הויז קעגן דעם קאָמיטעט אין סענאַט, וואָס האָט גענומען אויפֿן צימבל די וווּנדערלעכע אַקטיאָרן און זיי פֿאַרמשפּט צו אַרבעטסלאָזיקייט און פֿאַרגעסנקייט; צווישן זיי לאַרי פּאַרקס, למשל (אַ ייִד), איז געשטאָרבן פֿאַר צרות, זיראָ מאָסטעל און אַנדערע. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך שטאַרק אָנגעליטן אין יענער צײַט. טשאַרלי טשאַפּלין האָט פֿאַרלאָזט אַמעריקע, נישט געוואָלט אַרײַנפֿאַלן אין דער "לינטש"־פּאַסטקע, וואָס דער ווילדער סענאַטאָר מעקאַרטי האָט צוגעשטעלט אַמעריקע.
גיי איך זיך דאָ נישט אַרײַנלאָזן אין די קרומע וועגן און אומוועגן פֿון האָליוווּד און דעם סענאַט, נאָר זיך קאָנצענטרירן אַ רגעלע אויפֿן אויסערגעוויינטלעכן פֿילם "דער גרויסער דיקטאַטאָר". און דערצו גיי איך אײַך נישט פֿאַרדרייען דעם קאָפּ מיטן סוזשעט פֿונעם פֿילם, מען מוז אים אַליין זען און אַליין איבערלעבן די אויסטערלישע מאָמענטן. מיר גייט אין לעבן צו דערציילן אײַך, אַז טשאַרלי טשאַפּלין האָט אַליין אָנגעשריבן דעם סוזשעט פֿונעם פֿילם מיט אַזאַ נאַיִווקייט, מיט אַזאַ אויפֿריכטיקייט, מיט אַזאַ אידעאַלן פֿאַרנעם, אַז ס׳האָט מיך אַזש אַרויסגעברענגט פֿון די כּלים. איך בין געווען אויף אַזוי פֿיל אַנטציקט פֿונעם פֿילם, אַז איך האָב רעקאָרדירט זײַן רעדע, וועלכע ער האָט געשאָנקען דער וועלט. אַ רעדע פֿול מיט האָפֿענונג פֿאַרן מין מענטש, פֿול מיט אַנטציקונג פֿאַר דער צוקונפֿט, פֿול מיט גלויבן אין אַ בעסערער וועלט. ער האָט געגלייבט, אַז די וועלט מוז פֿאָרט רעאַגירן אויפֿן חורבן, וואָס דאָס וואַנזיניקע פֿאַרזעעניש ווי היטלער האָט אָפּגעטאָן אין אייראָפּע; רעאַגירן אויפֿן משוגעת, וואָס האָט געשטעקט אין דעם דײַטשן קאַנצלער, אויף דעם כּישוף, וואָס ער האָט אָפּגעטאָן זײַן פֿאָלק, וועמען ער האָט מיט זײַן "הײַל היטלער" פֿאַרוואַנדלט נישט נאָר אין די נידעריקסטע באַשעפֿענישן, נאָר צוריקגערוקט די מענטשלעכע ציוויליזאַציע צו דער שטיין־עפּאָכע. עס איז פֿאַראַן אַ סצענע אין דעם פֿילם, וווּ היטלער — טשאַרלי, שפּילט זיך מיטן גלאָבוס פֿון דער וועלט, און דער גלאָבוס איז אַ באַלון, און טשאַפּלין־היטלער פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ באַלעט־טענצער, שמײַסט דעם באַלון וואָס אַ מאָל העכער אין דער לופֿטן, כאַפּט אים, וואַרפֿט אים צום באַלקן — אויף דער דר׳ערד, און שטעלט אונטער זײַן אונטערשטן חלק צו כאַפּן דעם באַלעם, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר די מאַפּע פֿון דער וועלט. וויזועל איז עס אַ מײַסטערווערק. צום סוף, ווען ער שפּילט די ראָלע פֿון היטלערן, קריגט ער דעם מיקראָפֿאָן און פֿאַרוואַנדלט זיך פּלוצעם אינעם ייִדישן שערער פֿון שטעטל און אָט וואָס ער האָט צו זאָגן דער וועלט:
— "ס׳טוט מיר לייד, אָבער איך וויל נישט זײַן קיין אימפּעראַטאָר, דאָס איז נישט מײַן עסק. איך וויל נישט רעגירן אָדער פֿאַרכאַפּן קיינעם. איך וויל העלפֿן יעדערן, וואָס נייטיקט זיך, ייִד, נישט־ייִד, אַ שוואַרצער אָדער אַ ווײַסער בן־אָדם. אַלע מוזן מיר העלפֿן איינער דעם אַנדערן, ווײַל מענטשן זײַנען אַזוי. מיר ווילן לעבן און פֿרייען זיך מיט יענעמס גליק און נישט פֿרייען זיך מיט יענעמס דורכפֿאַל. מיר ווילן נישט אַרומטראָגן זיך מיט שׂינאה און האַס צו יענעם. די גוטע ערד איז רײַך און קען באַזאָרגן יעדערן. דאָס לעבן קען זײַן פֿרײַ און שיין. אָבער מיר האָבן אָנגעוווירן דעם דרך אין לעבן. זשעדנעקייט האָט פֿאַרסמט די מענשטלעכע נשמות, האָט באַריקאַדירט די וועלט מיט האַס, פֿאַרוואַנדלט זי אין אַ שרעקלעכער בלוט־באָד. מיר האָבן אַנטוויקלט שנעלקייט, אָבער מיר האָבן זיך אויסגעשלאָסן פֿון דער וועלט. די מאַשינען, וואָס גיבן אונדז כּל־הגוטס, האָבן אונדז פֿאַראָרעמט, אונדזער וויסן האָט פֿון אונדז געמאַכט ציניקער, אונדזער חכמה האָט אונדז פֿאַרהאַרטעוועט. מיר טראַכטן צו פֿיל און פֿילן צו ווייניק. אַ סך מער ווי מאַשינען, נייטיקן מיר זיך אין מענטשלעכקייט. מער ווי חכמה, נייטיקן מיר זיך אין גוטהאַרציקייט און צאַרטקייט. אָן די קוואַליטעטן, וועט דאָס לעבן זײַן פֿול מיט רציחה און אַלץ וועט פֿאַרלוירן גיין. דער עראָפּלאַן און דער ראַדיאָ האָבן אונדז געבראַכט נעענטער. אָט די אַלע דערפֿינדונגען זײַנען אויפֿגעקומען צום גוטן, צו אוניווערסאַלער ברידערלעכקייט, וואָס פֿאַראייניקט אונדז אַלע. אַפֿילו איצט דערגרייכט מײַן שטימע מיליאָנען אויף דער וועלט, ביליאָנען פֿאַרצווייפֿלטע מענער, פֿרויען און קינדער, קרבנות פֿון אַ סיסטעם, וואָס צווינגט אַרויף פּײַניקונגען אויף אומשולדיקע קרבנות. צו יענע וואָס קענען מיך הערן, זאָג איך: ווערט נישט פֿאַרצווייפֿלט, די ליידן, וואָס מיר לײַדן איצט זענען נישט מער ווי פֿאַרבײַגייענדיקע גיריקייט, די ביטערקייט פֿון מענטשן, וואָס שטייען פּנים־אל־פּנים מיט מענטשלעכן פּראָגרעס. דער האַס וועט אַריבער און דיקטאַטאָרן שטאַרבן אַוועק, און יענע מאַכט, וואָס האָט אַוועקגערויבט פֿון מענטשן זייער פֿרײַהייט, וועט זיך אומקערן צו די מענטשן. און אַזוי לאַנג ווי די מיליטער־לײַט שטאַרבן, וועט די פֿרײַהייט קיין מאָל נישט אומקומען. סאָלדאַטן! גיט זיך נישט אונטער דעם ברוטאַלן שׂונא, מענטשן וואָס האַסן אײַך און פֿאַרוואַנדלען אײַך אין שקלאַפֿן, שׂונאים וואָס רעגימענטירן אײַערע לעבנס, גיבן באַפֿעלן, זאָגן אײַך וואָס צו טראַכטן און וואָס צו פֿילן, באַהאַנדלען אײַך ווי די שאָף, באַנוצן זיך מיט אײַער לײַב פֿאַר קאַנאָנען־פֿײַער. גיט זיך נישט אונטער די אומנאַטירלעכע מענטשן־קאַנאָנען, מענטשן בײַ וועמען דער שׂכל האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מאַשין, זייערע הערצער אין מאַשינען. אָבער איר זײַט נישט קיין מאַשינען, נישט קיין שאָף, איר זײַט מענטשן, איר האָט ליב דעם מין מענטש, איר זײַט נישט דורכגעפֿרעסן פֿון האַס. בלויז יענע, וואָס ווערן נישט געליבט — האַסן. סאָלדאַטן! שלאָגט זיך קעגן שקלאַפֿערײַ, שלאָגט זיך פֿאַר פֿרײַהייט. דאָס מלכות פֿון גאָט געפֿינט זיך אין יעדן איינעם פֿון אונדז. מענטשן! פֿאָדערט צוריק די מאַכט, די מאַכט צו דערפֿינדן מאַשינען, די מאַכט וואָס פֿאַרשאַפֿט פֿרייד. בײַ אײַך אין די הענט ליגט די מאַכט צו מאַכן דאָס לעבן שיין, צו מאַכן דאָס לעבן אַ וווּנדעלעכע עקסקורסיע, און אין נאָמען פֿון דעמאָקראַטיע, לאָמיר נוצן די מאַכט, לאָמיר זיך אַלע פֿאַראייניקן און קעמפֿן פֿאַר אַ נײַער וועלט; אַ מענטשלעכע וועלט, אַ וועלט, וווּ דער מענטש וועט האָבן די געלעגנהייט צו אַרבעטן פֿאַר דער צוקונפֿט, אַריכות־ימים און זיכערקייט. די טיראַנען פֿון דער וועלט זײַנען צוגעקומען צו דער מאַכט דורך אָט די אַלע צוזאָגן, זיי זײַנען ליגנער. די דיקטאַטאָרן באַפֿרײַען זיך אַליין, אָבער נישט די מאַסן. לאָמיר קעמפֿן צו באַפֿרײַען די וועלט, אָפּווישן נאַציאָנאַלע גרענעצן, אָפּווישן זשעדנעקייט, האַס און אומטאָלעראַנץ. לאָמיר קעמפֿן פֿאַר אַ לאָגישער וועלט, אַ וועלט פֿון וויסן און פּראָגרעס. סאָלדאַטן! אין נאָמען פֿון דעמאָקראַטיע, לאָמיר זיך פֿאַראייניקן. מיר קומען אַרויס פֿון חושך און טרעטן אַריבער די שוועל פֿון אַ נײַער וועלט, אַ בעסערער וועלט, וווּ די מענטשהייט וועט איבערוואַקסן זייער שׂינאה, זייער האַס און זייער ברוטאַלן אינסטינקט. זעט! די נשמה פֿון מענטש האָט באַקומען פֿליגל, זיי פֿליִען אַנטקעגן דעם ליכט פֿון האָפֿענונג, אַ צוקונפֿט וואָס געהערט מיר, אײַך און אונדז אַלעמען".
ווען טשאַרלי טשאַפּלין האָט רעציטירט זײַן דרשה פֿאַר דער וועלט אין זײַן פֿילם "דער גרויסער דיקטאַטאָר", אין 1940, איז עס געווען מיט גרויס ענטוזיאַזם, באַהערשט פֿון אידעאַל. ער איז געווען בכּוח מיטצורײַסן אַ וועלט. אָבער די וועלט איז זיך געגאַנגען ווײַטער איר אָקסן־שריט. דער מאָרד האָט געבליט פֿון שׂונאימס פּנימער. דער דײַטש האָט שוין פֿאַרניכטעט לענדער, אינדוסטריעס, די עקאָנאָמיע און דאָס געפֿיל פֿון זיכערקייט. היטלערן איז געלונגען צו דעגענערירן זײַן אייגן פֿאָלק, פֿאַרוואַנדלען זיי אין פֿאַרקרימענישן, פֿאַרזעענישן און ברוטאַלע רוצחים. אַ שאָד וואָס מיר לערנען זיך נישט אָפּ פֿון דער געשיכטע. נישט אַנדערש ווי יעדער נײַער דור איז פֿאַרמישפּט אַרײַנצופֿאַלן אין דער זעלבער פּאַסקטע, אונטערוואַרפֿן זיך זייערע דעמאַגאָגן, וועלכע קערן זיך אום צום צושטאַנד פֿון פּרעהיסטאָרישע ברואים, וואָס האָבן אַ מאָל באַוווינט די היילן אין די בערג, און זיך געשלאָגן פֿאַרן ביסן; פֿעיִק איבערנאַכט אָנצוּווערן אַלע מענטשלעכע מידות, פֿעיִק צו באַראַבעווען און שעכטן זייערס אַ שכן. איז וווּ האַלטן מיר? בײַם ראַנד פֿון אָנווערן אַלע אידעאָלאָגיעס. מיר שלאָגן זיך איבער "מײַן גאָטהייט איז די אמתע גאָטהייט", מיר שלאָגן זיך איבער טעריטאָריע, איבער נאַפֿט, מיר זײַנען גרייט אויספּרובירן דאָס נײַסטע געווער. מיר שלאָגן זיך איבער רײַכטום. רעדנדיק וועגן רײַכטום, האָבן זיך צוויי לענדער אַרויסגעדרייט פֿון די אַלע מלחמות — שווייץ און מאָנאַקאָ. זיי זײַנען גענוג רײַך נישט צו שלאָגן זיך. טשאַרלי טשאַפּלין האָט זיך צום סוף באַזעצט טאַקע אין דער שווייץ, געשטאָרבן אין טיפֿן עלטער. אַמעריקע האָט מיט דער צײַט אַראָפּגענומען פֿון אים דעם חרם און ער איז אָנערקענט געוואָרן פֿאַר זײַן גרויסן טאַלאַנט און קוואַליטעט פֿון פֿילמען.