- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין אַ גוטן וועטער און ווען איך פֿויל זיך ניט, גיי איך אויף אַ שפּאַציר פּאַזע דעם אָקעאַן — פֿון ברײַטאָן-ביטש ביז סי-גייט. דער "באָרדוואָק" ציט זיך אויף 2.5 מײַל. אין סי-גייט גופֿא גיי איך זעלטן, אָבער יעדעס מאָל ווען איך בין דאָרטן, טראַכט איך וועגן די אַמאָליקע צײַטן, ווען דאָרטן האָבן געוווינט אַ סך ייִדישע פּען-מענטשן. איינער פֿון די סי-גייטער תּושבֿים, יצחק באַשעוויס זינגער, האָט פֿאַראייביקט די דאָזיקע ברוקלינער געגנט אין אַ צאָל ווערק זײַנע. סוף אויגוסט, זענען אָנגערופֿן געוואָרן די נעמען פֿון די הײַאָריקע פֿילדס־לאַורעאַטן. דער "פֿילדס־מעדאַל" איז די העכסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק, וואָס ווערט צעטיילט איין מאָל אין פֿיר יאָר. דאָס יאָר, האָבן עס באַקומען דער וויעטנאַמיש־פֿראַנצייזישער געלערנטער נגאָ באַאָ טשאַו, פֿאַר זײַנע רעזולטאַטן אין אַלגעבראַיִשער געאָמעטריע; אַ רוסלענדיש־שווייצערישער מאַטעמאַטיקער סטאַניסלאַוו סמירנאָוו, פֿאַר זײַנע ווערק אין סטאַטיסטישער פֿיזיק; איך האָב נישט געגלייבט מײַנע אויגן, נישט געריכט זיך און נישט פֿאָרגעשטעלט זיך, אַז אַ חבֿרה חסידים וועלן זיך פֿאַרשטענדיקן מיט מיר דורך בליצפּאָסט און מיר מכבד זײַן מיט אַזאַ מין בריוועלע אין זייער אייגן לשון. "מײַן נאָמען איז פֿײַוויש פֿונק (נישט דער אמתער נאָמען), און איך וווין אין ברוקלין. איך בין אַ טאַטע פֿון זיבן זיסע קינדערלעך און איך האָב בע״ה זייער אַ וווילע פֿרוי און אַ גוטע פּרנסה רעלאַטיוו צום הײַנטיגן עקאָנאָמיע. מיר זײַנען צען חסידים וואָס ליינען אײַערע אַרטיקלען וועכנטלעך כּמעט. פֿאַרשטייט זיך אַז מיר זענען מער נישט אַזוי קנאָיש (פֿאַנאַטיש) פֿרום, פֿון אינעווייניג מיר זענען טאָלעראַנט און "אויסגעברענט." אָבער פֿון דערויסען זענען מיר נאָרמאַל חסידיש. מיר האָבן אַלע פֿאַמיליעס. איך וואָלט געוואָלט בעטן טרעפֿן מיט אײַך. מיר וועלן צופֿאָרן אין דער בראָנקס אָדער מאַנהעטן. איך ווייס ניט צי איר האָט עס באַמערקט, אָבער אין פֿראַנקרײַך האָט זיך לעצטנס געטאָן חושך. הונדערטער טויזנטער מענטשן האָבן דעמאָנסטרירט און געסטרײַקט, ווײַל דער פּאַרלאַמענט האָט באַטראַכט (און שוין כּמעט אָנגענומען) אַ געזעץ וועגן אַריבערטראָגן אויף צוויי יאָר שפּעטער דעם עלטער, ווען אַרבעטנדיקע פֿראַנצויזן קענען פּענסיאָנירט ווערן. איצט איז דער עלטער דאָרטן 60 יאָר, בעת דער נײַער געזעץ פֿאַרלענגערט עס ביז 62 יאָר. (מע קען די פֿראַנצויזן סײַ-ווי-סײַ מקנא זײַן — אין אַ סך לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קען מען נאָר חלומען וועגן אַזאַ לוקסוס פֿאַר עלטערע מענטשן.) ווען טאַטע־מאַמע גטן זיך, באַקומט די מאַמע, בדרך־כּלל, דעם אויפֿזיכט אויף די קינדער. דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, ווײַל געוויינטלעך איז די מאַמע (כאָטש לויט די טראַדיציאָנעלע סטערעאָטיפּן) דער מענטש, וואָס קאָכט די מאָלצײַטן, וואַשט די וועש, העלפֿט די קינדער מיט דער היימאַרבעט און לייגט זיי שלאָפֿן. אין דײַטשלאַנד קאָן מען הײַנט טרעפֿן אַ וועלט מיט רוסישע שרײַבער־אימיגראַנטן (לויט אייניקע קוואַלן — אַרום 160 שרײַבער). וועגן אייניקע פֿון זיי, מער באַוווּסטע, געקומען מיט דער דריטער עמיגראַציע־כוואַליע, האָב איך שוין דערציילט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". הײַנט גיי איך אײַך באַקענען מיט אַ שרײַבער, וואָס נישט געקוקט אויף זײַנע מעסיקע טאַלאַנטן, איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין די ליטעראַרישע קרײַזן פֿון דײַטשלאַנד. איך מיין דאָ, אָלעג יוריעוו. לויט ווי מען גיט איבער, האָט מען אין איראַן אַרעסטירט אַן אשת־איש, וועלכע מ׳באַשולדיקט אין האָבן עסקים מיט עמעצן אויסער איר מאַן. דעריבער האָבן די אַיאַטאָלאַס צוגעפּסקנט זי מכבד זײַן מיט הונדערט שמיץ, און נאַכער זי פֿאַרשטיינערן. די רעליגיעזע שופֿטים האָבן נאָך צוגעשריבן צום פּסק אַזאַ מין ברוך־הבא: "קיינער טאָר נישט אַרויסווײַזן קיין מיטגעפֿיל אָדער רחמנות, ווײַל אַזוי האָט פֿאַראָרדנט אַלאַ (קאָראַן, 24:2). דאָס ייִדישע ווערטל, "אַז מען עסט שוין חזיר, זאָל עס רינען פֿון דער באָרד!" איז אַ דערמאָנונג נישט צו זײַן קיין פֿולער היפּאָקריט, אָבער איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ס’איז אויך אַ טיף באַגראָבענער אָפּקלאַנג פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדנטום אונטער דער שפּאַנישער אינקוויזיציע. אין אָנהייב פֿון די דאָזיקע גרויליקע צײַטן, מיט אַ 600 יאָר צוריק, איז אַ ייִד וואָס האָט זיך געמוזט ראַטעווען דורך דעם שמדן זיך — ווערן אַ "קאָנווערסאָ" — נאָך אַלץ נישט געווען זיכער מיטן לעבן. אונטער דער אימה פֿון די קריסטלעכע יעגערס און פֿאַררעטערס וואָס האָבן געוואָלט אויפֿווײַזן, אַז ער איז נאָך נישט קיין פֿולשטאַמיקער קריסט, האָט דער געוועזענער (און אָפֿט מאָל באַהאַלטענער) ייִד געמוזט זיך האַלטן אין דרויסן ווי אַ "קריסט מיט די ביינער". און אָט שטייען מיר שוין ווידער פֿאַר דעם אָנקום פֿון דעם נײַעם יאָר תשע״א. די יאָרן לויפֿן שנעל פֿאַרבײַ, עס דאַכט זיך, אַז ניט לאַנג צוריק, ערשט נעכטן, האָבן מיר געפֿײַערט די דאָזיקע טעג... אָבער דער יערלעכער לוח אויף דער וואַנט פֿעלשט ניט, זײַנע בלעטער זענען געוואָרן אַלץ ווייניקער און ווייניקער, עס איז געבליבן בלויז דאָס לעצטע בלעטל פֿון דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר, און דאָס וועט אויך באַלד, אין עטלעכע טעג אַרום, פֿאַרשווינדן... אָפֿט באַטראַכטן מיר די ספֿרדישע קהילה ווי איין גאַנצקייט און שיידן נישט אונטער די פֿאַרשיידענע עדות צווישן זיי; פּונקט ווי אַלע אַשכּנזישע ייִדן פֿון כּלערליי לענדער און געגנטן פֿירן זיך אַנדערש אין אַ סך פּרטים; אָבער ווערן אָפֿט באַהאַנדלט ווי איין גרופּע. ייִדן פֿון סיריע, מאַראָקאָ, גריכנלאַנד, טערקײַ און אַנדערע, אַזוי־גערופֿענע "שפּאַניש־פּאָרטוגעזישע" ייִדן, שטאַמען פֿון גירוש־שפּאַניע, אָבער האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער אַ ברייטן שטח; אין אַמעריקע האָבן זיי אויפֿגעשעטלט זייערע באַזונדערע סינאַגאָגעס. אַ טייל פֿון די ספֿרדישע מינהגים אויף ראָש־השנה זענען ענלעך צו די אַשכּנזישע מינהגים, אָבער אַנדערע — נישט. ייִדן זענען שוין פֿון לאַנג, לאַנג אַ פֿאָלק מיט כּסדרדיקע שפּראַך-פּראָבלעמען: מוטער-שפּראַך, חבֿרים-שפּראַך, שול-שפּראַך, דאַוון-שפּראַך, אַרבעט-שפּראַך, אימיגראַציע־שפּראַך, אאַז״וו. נאָר דער אמת איז, אַז גאָר אַ סך פֿעלקער האָבן פּונקט די זעלבע (אָדער גאָר ענלעכע) פּראָבלעמען. לאָמיר, למשל, אַ קוק טאָן. ווען דער דרויסן קריכט אַרײַן אינעווייניק דאָס לשון פֿונעם ברייטן דרויסן, וואָס גיט אירע רעדערס אַ צוטריט צו פּאָסטנס און צו כּל־מיני הכנסות, ווערט תּמיד געהאַלטן העכער און באַטראַכט מיט מער דרך־ארץ ווי דאָס לשון פֿון דער אָרעמער היים און פֿון דער אינטימער טאָג־טעגלעכקייט. דאָס דערמאָנט אינעם שײַכות צווישן ייִדיש און ענגליש בײַ נײַ־געקומענע קיין אַמעריקע. אָבער אַזוי ווי ענגליש איז פֿאַרבונדן מיט ייִחוס, ברענגט מען דאָס אַרײַן אין שטוב אויך, און די אינטימקייט ווערט צעטיילט אין צווייען. אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז הײַיאָר האָב איך דעם 12טן אויגוסט — די יאָרצײַט נאָך די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם סאָוועטיש־ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט — כּמעט דעם גאַנצן טאָג פֿאַרבראַכט אין דעם "פּאָליטישן אַרכיוו" בײַם אויסערן־מיניסטעריום פֿון דײַטשלאַנד. איך האָב לאַנג זיך געקליבן עס צו טאָן (גאָר ניט אומבאַדינגט אין אויגוסט), ווײַל איך האָב געוווּסט, אַז דאָרטן ליגן פּאַפּירן פֿון פּראָפֿעסאָר מאָריץ זאָבערנהײַם (1872—1933), וואָס האָט זינט 1918 ביז 1933 געאַרבעט בײַם אויסערן־מיניסטעריום ווי אַן עצה-געבער אין ייִדישע ענינים. אַ פֿעיִקער ייִדיש־דײַטשישער סעמיטאָלאָג און אַן אַקטיווער טוער אין ייִדישע קרײַזן, איז זאָבערנהײַם גלײַכצײַטיק געווען אַ דײַטשישער פּאַטריאָט און, דאַכט זיך, קיין גרויסע סתּירות ניט געזען אין דינען ביידע — ייִדישע און דײַטשישע — אינטערעסן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ביז 1933 איז עס באַזונדערס שווער ניט געווען. |