געשיכטע, טשיקאַװעס
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
די אוראַלטע ייִדישע קמיע, געפֿונען אין האַלבטורן, עסטרײַך

מיט אַ חודש צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן געפֿונען אַ ייִדישע קמיע פֿונעם 3טן יאָרהונדערט, אויפֿן אוראַלטן רוימישן צווינטער אין דער שטאָט האַלבטורן, מיזרח-עסטרײַך. די קמיע, אַ קליינע גאָלדענע מגילה מיטן ערשטן פּסוק פֿון קריאת-שמע, 2.2 סאַנטימעטער די לענג, פֿאַרשריבן מיט גריכישע אותיות, איז געלעגן אין אַ קבֿר פֿון אַ קליין קינד.

טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט

געוויינטלעך, ווען מע שעלט עפּעס אויף ייִדיש, "שיקט" מען עס אין דר׳ערד. מיט צוויי וואָכן צוריק, אָבער, האָבן צוויי מענער, אַ האַוואַיִשער יוריסט און באָטאַניקער, און אַ שפּאַנישער שרײַבער, אָנגעקלאָגט אינעם קרײַז־געריכט פֿון האָנאָלולו, אַז די אייראָפּעיִשע וויסנשאַפֿטלער פּלאַנירן אַן עקספּערימענט, וועלכער וועט, כּלומרשט, אַרײַנציִען די ערד גופֿא אין אַ "שוואַרצער לאָך".

טשיקאַװעס
אַן אַלטע טיבעטישע מאַפּע פֿון שאַמבאַלאַ

אין די נײַעס וועגן דעם איצטיקן קאָנ­פֿליקט אין טיבעט פֿיגורירט נישט זעלטן דאָס וואָרט "שאַנגרי־לאַ" — דער נאָמען פֿונעם אוטאָפּישן לאַנד אין דזשיימס היל­טאָנס ראָמאַן "פֿאַרלוירענער האָריזאָנט". אַ סך אייראָפּעער שטעלן זיך פֿאָר טיבעט, ווי אויך דעם בודיסטישן ווײַטן מיזרח בכלל, ווי אַן עקזאָטישע אידיליע פֿון שלום, אַריכות-ימים, נאַטירלעך לעבן צווישן דער אומ­באַרירטער ווילדער נאַטור.

הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס'איז געקומען פּורים. ער קלאַפּט אָן אין טיר. וועגן פּורים האָט מען אַמאָל געזאָגט:

מיר זײַנען אַלע פּורים־שפּילער,
ווײַל הײַנט איז נעכטן —
און מאָרגן איז אויס.
שענקט אונדז אַ חלום,
און וואַרפֿט אונדז אַרויס:
"מיר זײַנען אַלע פּורים־שפּילער".

מיינט צו זאָגן, אַז מיר זײַנען אַלע לצים, אפֿשר קעגן אייגענעם ווילן. אָבער פֿאָרט פֿירן מיר אויס די ראָלעס פֿון קאָמישע לצים און טראַגישע פֿיגורן. דער עיקר, מ'איז אין אַ געווירבל.

טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
אַ טײַך־ראָרזינגער (reed warbler)

אַ גרופּע ביאָלאָגן פֿון רוסלאַנד און דײַטש­לאַנד האָבן נישט לאַנג צוריק דורכ­גע­פֿירט אַן עקספּערימענט: זיי האָבן גע­כאַפּט די טײַך־ראָרזינגער (European reed warblers) בעת זייער פֿרי­לינג-מיג­ראַציע, אַריבערגעפֿירט זיי מיט אַן עראָפּלאַן 1,000 קילאָמעטער אויף מיזרח, און אַרויסגעלאָזט. די פֿאָרשער האָבן איבער­געגעבן, אַז די באַפֿרײַטע פֿייגל האָבן גע­ביטן די ריכטונג פֿון זייער פֿלי, און זיך אומגעקערט צום פֿריִערדיקן מאַרשרוט.

פּובליציסטיק, טשיקאַװעס
פּיראַהאַ-קינדער

אין אוריאל ווײַנרײַכס ייִדיש-ענגלישן ווערטערבוך, וווּ עס ווערט געבראַכט אַ קליינע צאָל ייִדישע שפּריכווערטער, וועל­כע דער מחבר האָט געהאַלטן פֿאַר די וויכ­טיקס­טע, שטייט, אַז דער אויסדרוק "קיין צוויי נישט קענען ציילן" איז אַ סינאָנים פֿון אַ גאָר נאַיִוון מענטש אָדער אַ נאַר. ענלע­כע אויסדרוקן ווערן גענוצט אויך אויף ענג­ליש, רוסיש און אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן; אַ מערבֿדיקער מענטש קאָן זיך נישט פֿאָר­שטעלן, ווי אַזוי קען מען זיך באַגיין אינעם לעבן אָן עלעמענטאַרער אַריטמעטיק.

טשיקאַװעס
אַ צייכענונג פֿונעם אוראָבאָראָס, ווי אַ טייל פֿון אַן אַלכעמישן סימבאָל פֿונעם 18טן יאָרהונדערט

מיט 110 יאָר צוריק, אין פֿרילינג 1898, האָט זיגמונד פֿרויד צוגעגרייט צום דרוק זײַן בוך וועגן דעם פּסיכאָלאָגישן באַדײַט פֿון חלומות. במשך פֿון טויזנטער יאָרן האָבן די מענטשן זיך ערנסט באַצויגן צו זייערע חלומות, און פֿלעגן זוכן אין זיי ענט­פֿערס אויף פֿאַרשיידענע לעבנס-פֿראַגעס, פֿאָרויס­זאָגונגען פֿון צוקונפֿט און אַנדערע מינים געהיימע אינפֿאָרמאַציע. צוליב פֿרוידס בוך, וואָס ווערט הײַנט פֿאַררעכנט ווי אַ קלאַסישע פּסיכאָלאָגיע-שטודיע, האָבן די פּסיכאָלאָגן אָנגעהויבן פֿאָרשן דעם אָפּטײַטשן פֿון חלומות און דעם פֿענאָמען פֿון חלומען גופֿא ווי אַן ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע דיסציפּלין.

פֿאַרשײדנס
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ שלעכטע בשׂורה?

"פֿון יעדן איינעם קען מען זיך אָפּלערנען אַ מוסר־השׂכּל", פֿלעג זאָגן מײַן מיטלשול־ (און דערנאָך מײַן פּריוואַטער) לערער, פֿישל הערשטיין, און דערנאָך צוגעבן, בדרך־הלצה — "אַפֿילו פֿון פֿרויען אויך". האָט ער שוין מיט אַ ברייטערן שמייכל דערקלערט, אַז דאָס האָט ער ווי אַ מסורה פֿון זײַן אייגענעם רבין. יענער פֿלעג אויפֿקלערן — "והוא ימשל בך" — מיטן טײַטש — "ער זאָל זיך בײַ איר אַראָפּנעמען אַ משל"! אָט דער שפּאַסיקער טײַטש איז מיר אײַנגעפֿאַלן בעתן לייענען אייער­נעכטן אויפֿן לשונות־אַדרעס פֿון דער ייִדישער אינטערנעץ־זײַט — "מענדעלע" — אַ ידיעה וועגן מײַנע אַלטע באַקאַנטע, די קאָרניש­לײַט: די תּושבֿים פֿון קאָרנישלאַנד אין סאַמע דרומ­דיקסטן טייל פֿון ענגלאַנד.

פֿאַרשײדנס

אַן עטיקעט־וועגווײַזער ווי אַזוי צו ניצן בליצפּאָסט

די בליצפּאָסט (e-mail, בלע״ז) איז אַ מחיה. דורך איר קען מען שרײַבן אַ מענטשן אויף דער אַנדערער זײַט וועלט, און מיט אַ מינוט שפּעטער באַקומען פֿון אים אַן ענטפֿער; מע קען אַרויסשיקן אַ בריוו אַפֿילו 2:00 בײַ נאַכט, און וויסן, אַז דער מענטש וועט עס איבערלייענען, ווען ער וועקט זיך אויף; אָדער מע קען אַרויסשיקן אַ מעלדונג צו דרײַ, צען, אָדער עטלעכע הונדערט מענטשן מיט איין מאָל.

פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס
אַ זײַט פֿונעם קבלה-ספֿר "פּרדס רמונים", וועגן די "צירופֿי-אותיות" (אויבן) און אַן אילוסטראַציע פֿון דאָנאַלד קנוטס בוך "די קונסט פֿון קאָמפּיוטער-פּראָגראַמירן" (אונטן)

סוף 18טן יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן אַ פּראָצעס, וועלכער האָט אויפֿגערודערט די גאַנצע וועלט: אויף אַ סך טעקסטילע פֿאַרבריקן, וווּ די אַרבעטער פֿלעגן אַליין דרייען די ווערקשטעלן, שפּי­נענדיק די פֿעדעם און וועבנדיק די שניט-סחורה, האָט מען אויפֿגעשטעלט די דאַמף-מאַשינען, וועלכע האָבן דערמעגלעכט אויס­צופֿירן די אַרבעט אָן דעם מענטשלעכן כּוח. אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט זענען מע­כאַניזירט געוואָרן אַ סך אַנ­דערע פּראָדוציר-פּראָצעסן.

פֿאַרשײדנס

לית־מאַן־דפּליג, אַז צו האָבן אַ גרויס און באַרימט לשון איז געזינטער, ווי צו האָבן אַ רעלאַטיוו קליינס און אַ נישט באַקאַנטס; און אַ שם, אַז וואָס ווייניקער מען האָט צו טאָן מיט זיי איז געזינטער. און אַזוי ווי ס׳איז נישטאָ קיין סיבה זיך צו פֿאַרלאָזן, אַז אויפֿן עולם־הלשונות איז פֿאַראַן מער יושר ווי מען האָט בײַ אונדז אין דער היים, צי אויף דער גאַס, צי אין דער שיל, מוזן מיר זיך אונטערגאַרטלען, כּדי אַליין זיך קענען מער אָפּגעבן לטובֿת דעם וווילזײַן פֿון אונדזערע קלענערע און גאָר קליינע לשונות. דער סוד פֿון ייִדישקייט ליגט דאָך אין מער אַקטיוויזירן זיך אַליין און איז געבויט מער אויפֿן אייגענעם אַקטיוון מוסטער און ווייניקער אויף אידעאָלאָגיע. און נאָך עפּעס: וויפֿל אַזעלכע קלענערע ייִדישע לשונות ס׳זענען אין גאַנג פֿון דער ייִדישער געשיכטע געווען, און אַפֿילו וויפֿל ס׳זענען אַזעלכע נאָך געבליבן נאָך דער גאַנצער שבֿטישער און גלותדיקער ייִדישער געשיכטע אונדזערער, איז דאָס זיכער אַ שטח, אויף וועלכן מען מעג זיך ווינטשן "ס׳זאָל אונדז נאָר צוקומען דאָס וואָס אונדז פֿעלט!"

רעליגיע, פֿאַרשײדנס

פֿאַרשיידענע מינים דריידלעך זענען צווישן די עלטסטע שפּילעכלעך אין דער וועלט, באַקאַנט פֿון דער פֿריִיִקסטער תּקופֿה פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע, מיט 5,500 יאָר צוריק; מ׳האָט געשפּילט אין דריידלעך נאָך אינעם אוראַלטן שומער, מצרים, כינע און גריכנלאַנד. דריידלעך האָבן תּמיד פֿאַרחידושט פֿילאָסאָפֿן, פּאָעטן און אַפֿילו אַ טייל מיסטיקער, וועלכע האָבן געפּרוּווט פֿאָרויסצוזאָגן דורך זיי די צוקונפֿט.