געוויינטלעך, ווען מע שעלט עפּעס אויף ייִדיש, "שיקט" מען עס אין דר׳ערד. מיט צוויי וואָכן צוריק, אָבער, האָבן צוויי מענער, אַ האַוואַיִשער יוריסט און באָטאַניקער, און אַ שפּאַנישער שרײַבער, אָנגעקלאָגט אינעם קרײַז־געריכט פֿון האָנאָלולו, אַז די אייראָפּעיִשע וויסנשאַפֿטלער פּלאַנירן אַן עקספּערימענט, וועלכער וועט, כּלומרשט, אַרײַנציִען די ערד גופֿא אין אַ "שוואַרצער לאָך". די אָנקלאָגער האָבן באַטאָנט, אַז אויף דעם "גרויסן האַדראָן-קאָלײַדער", וועלכער ווערט איצט צוגעגרייט צו דער אַרבעט אין דער שווייץ, נישט ווײַט פֿון זשענעווע, וועלן געשאַפֿן ווערן פֿאַרשיידענע עקזאָטישע מינים שטאָף, אַרײַנגערעכנט די "שוואַרצע לעכער". לויט די אָנקלאָגער, קאָנען אַזעלכע עקספּערימענטן אַרויסרופֿן אַ "קייט-רעאַקציע", וואָס וועט צעשטערן אונדזער גאַנצן פּלאַנעט.
דער "גרויסער האַדראָן-קאָלײַדער" איז אַ ריזיקער יאָן־אַקסעלעראַטאָר, וועלכער וועט דערמעגלעכן צו "צעיאָגן" פּראָטאָנען ביז דער ענערגיע פֿון 7 טריליאָן עלעקטראָן-וואָלט. ווען צוויי פּראָטאָן-שטראַלן וועלן זיך צונויפֿשטויסן, פֿליִענדיק איינער אַנטקעגן דעם צווייטן כּמעט מיט דער גיכקייט פֿון ליכט, וועלן זיי נאָכמאַכן, אין אַ קליינעם פֿאַרנעם, דעם מצבֿ, וואָס האָט געהערשט אינעם אוניווערס די ערשטע נאַנאָסעקונדע נאָכן "גרויסן אויפֿרײַס" ("Big Bang").
די אַרבעט איבער דעם דאָזיקן ריזיקן אינטערנאַציאָנאַלן פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן מיט 14 יאָר צוריק, און איז הײַנט כּמעט פֿאַרענדיקט געוואָרן. דעם זומער וועט מען אָנצינדן די אויסשטאַטונג; צום סוף יאָר וועט מען פֿאַרגרעסערן די ענערגיע פֿון פּראָטאָנען ביזן פּלאַנירטן ניוואָ. דער אַקסעלעראַטאָר איז אויפֿגעשטעלט אין אַ לאַנגן רינג-אַרטיקן אונטערערדישן טונעל, 17 מײַל די לענג, אויפֿן שטח פֿון "CERN" — די גרעסטע לאַבאָראַטאָריע אין דער וועלט, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פֿאָרשונגען פֿון עלעמענטאַרע טיילכלעך. אַרום דעם טונעל איז אויסגעבויט געוואָרן אַ גאַנץ שטעטל פֿון אַפּאַראַטור, וואָס וועט באַזאָרגן די אונטערערדישע אויסשטאַטונג און אַנאַליזירן די רעזולטאַטן פֿון עקספּערימענטן. אַ ריזיקע סיסטעם פֿרידזשידערן קילט אָפּ די סופּער-דורכפֿירנדיקע מאַגנעטן אַרום דעם אַקסעלעראַטאָר, שאַפֿנדיק אַ נידעריקע טעמפּעראַטור, בלויז צוויי גראַד איבערן אַבסאָלוטן נול.
די וויסנשאַפֿטלער האָפֿן, אַז דער קאָלײַדער וועט דערמעגלעכן צו באַשטימען די "סטאַנדאַרטע מאָדעל" פֿון פֿיזיק, וועלכע באַטראַכט אַלע דרײַ פֿונדאַמענטאַלע פֿיזישע כּוחות, אַחוץ גראַוויטאַציע, ווי פֿאַרשיידענע אַנטפּלעקונגען פֿונעם זעלבן פֿעלד. צווישן אַנדערן, האָפֿט מען צו אַנטדעקן דעם "היגס-באָזאָן", אַן עלעמענטאַר טיילכל, פֿאָרויסגעזאָגט אין דער "סטאַנדאַרטער מאָדעל". אַ טייל פֿאָרשער האַלטן אויך, אַז דער קאָלײַדער וועט, מעגלעך, פּראָדוצירן אַ צאָל אַנדערע עקזאָטישע אָביעקטן, אַזעלכע ווי מאַגנעטישע מאָנאָפּאָלן, "מאָדנע מאַטעריע" און מיקראָסקאָפּישע "שוואַרצע לעכער".
די גרויסע "שוואַרצע לעכער" אינעם קאָסמאָס זענען געוועזענע שטערן, וועלכע האָבן זיך צונויפֿגעפּרעסט צוליב זייער אייגענער גראַוויטאַציע, און כאַפּן אין זיך איצט אַרײַן מאַטעריע און אַפֿילו ליכט — דערפֿאַר בלײַבן זיי כּמעט אינגאַנצן שוואַרץ. אַלבערט אײַנשטיין האָט פֿאָרויסגעזאָגט די עקזיסטענץ פֿון "שוואַרצע לעכער" מיט איבער 90 יאָר צוריק. ערשט לעצטנס, אָבער, האָבן די אַסטראָנאָמען געפֿונען זיי אינעם קאָסמאָס.
מיט אַ וואָך צוריק האָבן צוויי וויסנשאַפֿטלער פֿון "נאַסאַ", ניקאָלײַ סאַפּאָזשניקאָוו און לעוו טיטאַרטשוק, איבערגעגעבן, אַז זיי האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען די קלענסטע באַקאַנטע "שוואַרצע לאָך", בלויז 15 מײַל די גרייס, אויפֿן מהלך פֿון בערך 15,000 ליכט-יאָר. ווען אַזאַ קליינע "שוואַרצע לאָך", וואָס וועגט "בלויז" 3.8 מאָל מער ווי די זון, וואָלט זיך דערנענטערט צו אונדז, וואָלט זי טאַקע געקאָנט גרינג "אויפֿעסן" די גאַנצע ערד.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די קלאַנגען וועגן מיקראָסקאָפּישע "שוואַרצע לעכער" קאָנען עמעצן איבערשרעקן. די וויסנשאַפֿטלער פֿון דער "CERN"־לאַבאָראַטאָריע האָבן, אָבער, דערקלערט, אַז מע דאַרף זיך נישט שרעקן פֿאַר די פּלאַנירטע עקספּערימענטן. אונדזער פּלאַנעט ווערט כּסדר באַשאָסן מיט די קאָסמישע שטראַלן, וועלכע טראָגן אָפֿט אַ סך מער ענערגיע, ווי עס וועלן טראָגן די פּראָטאָנען אינעם "גרויסן האַדראָן-קאָלײַדער". הגם אַזעלכע "עקספּערימענטן" ווערן שטענדיק דורכגעפֿירט אויף דער נאַטור, בלײַבט די ערד דערווײַל אויפֿן אָרט. לויט די חשבונות פֿון די פֿיזיקער, ווערן די מיקראָסקאָפּישע "שוואַרצע לעכער" תּיכף אויסגעוועפּט, און קאָנען נישט ברענגען קיין שאָדן צוליב זייער נישטיק-קליינער גראַוויטאַציע. זייער מעגלעכע, הגם ווייניק-וואַרשײַנלעכע, אַנטדעקונג, וואָלט אָבער געהאָלפֿן צו פֿאַרשטיין אַ סך וויכטיקע פֿראַגעס אין פֿיזיק.