אַ זײַט פֿונעם קבלה-ספֿר "פּרדס רמונים", וועגן די "צירופֿי-אותיות" (אויבן) און אַן אילוסטראַציע פֿון דאָנאַלד קנוטס בוך "די קונסט פֿון קאָמפּיוטער-פּראָגראַמירן" (אונטן) |
סוף 18טן יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן אַ פּראָצעס, וועלכער האָט אויפֿגערודערט די גאַנצע וועלט: אויף אַ סך טעקסטילע פֿאַרבריקן, וווּ די אַרבעטער פֿלעגן אַליין דרייען די ווערקשטעלן, שפּינענדיק די פֿעדעם און וועבנדיק די שניט-סחורה, האָט מען אויפֿגעשטעלט די דאַמף-מאַשינען, וועלכע האָבן דערמעגלעכט אויסצופֿירן די אַרבעט אָן דעם מענטשלעכן כּוח. אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט זענען מעכאַניזירט געוואָרן אַ סך אַנדערע פּראָדוציר-פּראָצעסן.
די אינדוסטריעלע רעוואָלוציע האָט געביטן דעם גאַנצן לעבנס-שטייגער פֿון דער מענטשהייט; צוליב די מאַשינען, האָבן די אַרבעטער זיך באַפֿרײַט פֿון אַ סך מינים שווערע מלאכות; די טעכנאָלאָגישע דערפֿינדונגען האָבן אָבער אויך געבראַכט ניט ווייניק צרות. אין די אַלטע צײַטן האָט אַ בעל-מלאכה געקאָנט אָרגאַניזירן אַן אייגענעם אומאָפּהענגיקן עסק; נאָך דער אינדוסטריעלער רעוואָלוציע האָט זיך געשאַפֿן די הײַנטיקע קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם, וווּ די פּשוטע אַרבעטער זענען צוגעבונדן, ווי אַ מין שקלאַפֿן, צו די פּראָדוקציע-מיטלען, וואָס געהערן צו די רײַכע אייגנטימער פֿון די פֿאַבריקן.
דאָס מאָדערנע געווער איז אויך אָן אַ שיִער מער סכּנותדיק, ווי די אַלט-מאָדישע ביקסן און האַרמאַטן. ביידע וועלט-מלחמות, ווי אויך דער ייִדישער חורבן, וואָלטן נישט געקאָנט געשען אָן די נײַע מיליטערישע טעכנאָלאָגיעס. בקיצור, מיט אַלע מעלות פֿון דער טעכנאָלאָגיע, איז זי אויך געוואָרן איינע פֿון די ערגסטע קוואַלן פֿון אומיושר און גוואַלד אין דער געשיכטע. בײַם אָנהייב פֿון דער אינדוסטריעלער רעוואָלוציע, האָבן די מאַשינען גורם געווען נאָך אַ צרה: אַ סך מענטשן, וועלכער פֿלעגן אויספֿירן די מלאכה מיט זייערע אייגענע הענט, האָבן פֿאַרלוירן די פּרנסה. אַ טייל אויפֿגעבראַכטע אייראָפּעיִשע אַרבעטער, וועלכע האָבן זיך אָנגערופֿן "לודיטן", פֿלעגן סאַבאָטירן די "פֿאַרשאָלטענע מאַשינען", נישט געקוקט אויף דער סכּנה פֿון טויט-שטראָף. אַגבֿ, דאָס וואָרט "סאַבאָטאַזש" שטאַמט פֿונעם פֿראַנצויזישן נאָמען פֿון די הילצערנע שיך, וועלכע די לודיטן פֿלעגן אַרײַנשטעקן אין די מעכאַניזמען.
פֿאַרוואָס דערמאָן איך די דאָזיקע באַקאַנטע פֿאַקטן? די קאָמפּיוטער-פֿאָרשונגען פֿון די לעצטע יאָרן ווײַזן, אַז אין דער נאָענטער צוקונפֿט — מעגלעך, אין די קומענדיקע 20 יאָר — וועט פֿאָרקומען אַ נײַע אינדוסטריעלע רעוואָלוציע: פֿאַרשיידענע מינים אַרבעט, וואָס פֿאָדערט נישט צופֿיל שׂכל, וועלן אויסגעפֿירט ווערן דורך ראָבאָטן. אויפֿן הײַנטיקן טאָג זענען שוין פֿאַראַן עקספּערימענטאַלע אויטאָמאַטישע זיך-פֿירנדיקע אויטאָס, עלעקטראָנישע בויער, טרעגער, אויפֿראַמער, סעקרעטאַרן און אַפֿילו כירורגן. מיט אַ וואָך צוריק האָט דער דרום-קאָרעיִשער מיניסטעריום פֿון טראַנספּאָרט און בויערײַ געמאָלדן, אַז צום יאָר 2010 פּלאַנירט זי צו פֿאַרבײַטן בײַם בויען הויכע בנינים אַ גרויסן טייל אַרבעטער מיט ראָבאָטן; די דרום-קאָרעיִשע אינסטאַנצן האָבן צוגעזאָגט צו באַזאָרגן אַלעמען אינעם לאַנד מיט ראָבאָטן צום יאָר 2020.
די נײַע אינדוסטריעלע רעוואָלוציע, וואָס מע קאָן אָנרופֿן "ראָבאָטיזאַציע", קאָן זײַן מסוגל צו שאַפֿן אַן אוטאָפּישע געזעלשאַפֿט, וווּ יעדער מענטש וועט קאָנען אויסקלײַבן אַן אָנגענענעמע, שעפֿערישע באַשעפֿטיקונג, לויט זײַנע אינטערעסן. שטעלט זיך פֿאָר, אַז ס׳רובֿ פֿאַכן, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט אומבאַקוועמקייט, סכּנה אָדער נודנעקייט — למשל, שאַכטיאָרן, בויער, וואַסערלייטער, שאָפֿערן, סאַרווער, מיסט-ראַמער און סעקרעטאַרן — וועלן פֿאַרשוווּנדן ווערן.
אויב די ראָבאָט־טעכנאָלאָגיעס וועלן זײַן צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען, און נישט בלויז פֿאַר די רעגירונגען און קאָרפּאָראַציעס, קאָנען אין אַזאַ געזעלשאַפֿט גרינגער אָפּגעשאַפֿט ווערן אַלע מאַכט-היעראַרכיעס. ביז הײַנט האָבן די לינקע ראַדיקאַלע געטראַכט — און אַזוי פֿירט מען זיך טאַקע אין פֿאַרשיידענע קאָמונעס, אַרײַנגערעכנט אַ טייל ישׂראלדיקע קיבוצים — אַז אין אַ קלאַסלאָזיקער געזעלשאַפֿט מוז די שווערע און אומאָנגענעמע אַרבעט צעטיילט ווערן צווישן אַלעמען אויף גלײַך; דאָס איז איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס אַ טייל פּראָגרעסיווע מענטשן, וועלכע זענען נישט צוגעוווינט צו פֿיזישער מי, באַציִען זיך סקעפּטיש צו די ראַדיקאַלע געדאַנקען. מיט דער הילף פֿון די ראָבאָטן — וועלכע, ווי כ׳האָב שוין פֿריִער דערקלערט, זענען שוין ניט קיין פֿאַנטאַסטיק, הגם זיי געפֿינען זיך דערווײַל בלויז אין לאַבאָראַטאָריעס — וואָלט מען געקאָנט שאַפֿן מער "אָנגענעמע" קאָמונעס.
הלוואי זאָלן מענטשן אויסנוצן די מאַשינען בלויז אויף אַ פֿרידלעכן אופֿן, און אינטערעסירן זיך מיט שאַפֿן קאָמונעס, און אַנדערע פּראָגרעסיווע און ראַדיקאַלע אידעען. ווען די דרום-קאָרעיִשע רעגירונג האָט געמאָלדן, אַז זי פּלאַנירט אויפֿשטעלן קאָמפּיוטעריזירטע אויטאָמאַטישע ביקסן אויף דער גרענעץ, האָבן אַ צאָל אינטערנעץ-"בלאָגערס" פֿאַרגליכן זיי מיטן ראָבאָט־מערדער פֿונעם פֿילם "טערמינאַטאָר". די דרום-קאָרעיִשע אינזשענירן האָבן שוין געוויזן ראָבאָטן, וואָס קענען אַרומלויפֿן און שפּילן פֿוסבאָל; מיט טעכנאָלאָגישע פֿאַרבעסערונגען, קאָן עמעצער קאָמבינירן ביידע מכשירים און שאַפֿן טאַקע אַ "קיבער-סאָלדאַט", וואָס קען נאָכיאָגן דעם ציל גיכער ווי יעדער מענטש און שיסן מיט פּערפֿעקטער פּינקטלעכקייט — פּונקט ווי אין די שרעקלעכע פֿאַנסטאַסטישע פֿילמען.
איינע פֿון די גרעסטע מעלות פֿון די הײַנטיקע קאָמפּיוטער-טעכנאָלאָגיעס איז זייער דעצענטראַליזאַציע. צוליב דעם רעלאַטיוו-נידעריקן פּרײַז פֿון די קאָמפּיוטערס קאָנען געוויסע "בעל-מלאכות" אַרבעטן אומאָפּהענגיק, אַזוי ווי אין די פֿאַראינדוסטריעלע צײַטן. הגם אַ סך קאָמפּיוטער-ספּעציאַליסטן אַרבעטן אין גרויסע קאָרפּאָראַציעס, לויט שטרענגע קאָנטראַקטן, וועלכע פֿאַרווערן זיי אויסצוזאָגן די טעכנאָלאָגישע סודות, זענען אין דער וועלט פֿאַראַן אַ סך אומאָפּהענגיקע קאָאָפּעראַטיוון, וואָס שאַפֿן אומזיסטע, אָפֿענע פּראָגראַמען, וועלכע קומען אַרויס אָפֿטמאָל אַ סך בעסער, ווי די "אָפֿיציעלע" קאָרפּאָראַטיווע פּראָדוקטן.
דער ראָבאָט "Twendy-one"דינט ווי אַן אָפֿיציאַנט אינעם "וואַסעדאַ־אוניווערסיטעט", טאָקיאָ, נאָוועמבער 2007 |
Getty Images |
אויב די קומענדיקע ראָבאָט-טעכנאָלאָגיעס וועלן מאָנאָפּאָליזירט ווערן דורך די רעגירונגען אָדער פֿירמעס, וועלן די ראָבאָטן קאָנען ברענגען נאָך מער גוואַלד און אומיושר; כּדי זיי זאָלן אויסגענוצט ווערן צום גוטן, מוזן זיי זײַן אָפֿן און פֿרײַ-צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען. ווי עס האָט געוויזן די געשיכטע פֿון קאָמפּיוטערײַ, זענען דעצענטראַליזאַציע, פֿרײַהייט און אָפֿנקייט דווקא די בעסטע "סגולות" צו שאַפֿן פֿאַרזיכערטע, ניצלעכע און קוואַליטאַטיווע טעכנאָלאָגיעס.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין דער ייִדישער וועלט איז די אידעע פֿון קינסטלעכע אַרבעטער נישט קיין נאָווינע; די רבנים האָבן במשך פֿון אַ סך הונדערטער יאָר באַהאַנדלט טעאָרעטיש די פֿראַגעס וועגן די מעגלעכע מעלות און סכּנות פֿון ראָבאָטן, ווי אויך דער ענין פֿון קינסטלעכן לעבן און אינטעלעקט — אין שײַכות מיטן ענין פֿונעם גולם. נאָך מער חידושדיק איז דער פֿאַקט, וואָס געוויסע פּרטים פֿון "גולם-טעכנאָלאָגיע", באַשריבן אין די קבלה-ספֿרים, זענען וווּנדערלעך נאָענט צו דער הײַנטיקער טעאָריע פֿון קאָמפּיוטער-פּראָגראַמירונג.
ראָבאָט־אידעען בײַ ייִדן
לויט די לעגענדעס, ווערט אַ גולם געשאַפֿן פֿון ליים, גענומען פֿון "קרקע-בתולה"; כּדי צו אַקטיוויזירן דאָס קינסטלעכע באַשעפֿעניש, מוז דער מקובל סימולירן דעם פּראָצעס פֿון וועלט-באַשאַפֿונג, וואָס האָט צו טאָן, דער עיקר, מיט קאָמבינירן און טראַנספֿאָרמירן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים רייען פֿון סימבאָלן-אותיות. די חכמה פֿון אַזעלכע טראַנספֿאָרמאַציעס, "צירופֿי-אותיות", באַשטייט פֿון אַרײַנשטעלן, בײַטן, איבערשטעלן און אַרויסנעמען די אותיות און גאַנצע ווערטער, לויט פֿאַרשיידענע, צומאָל גאַנץ קאָמפּליצירטע אַלגאָריטמען, וואָס נעמען אין באַטראַכט דעם קאָנטעקסט, און קאָנען זײַן שטרענג באַשטימט אָדער דערלויבן עטלעכע מעגלעכע וואַריאַנטן פֿונעם רעזולטאַט.
אין די קבלה-ספֿרים שטייט, אַז אין דער גײַסטיקער וועלט זענען פֿאַראַן מיסטישע "טויערן", וועלכע פֿירן דורך די טראַנספֿאָרמאַציעס פֿון די סימבאָל־שטראָמען, שאַפֿנדיק דעם גאַנצן "מאַטריקס" פֿונעם אוניווערס; אַגבֿ, ווערן די ספֿרים, וואָס דערציילן וועגן דעם דאָזיקן פּראָצעס, אָפֿט באַגלייט טאַקע מיט עכטע מאַטריקסן — טאַבעלעס פֿון צאָלן און סימבאָל-קאָמבינאַציעס. כּדי צו אַקטיוויזירן אַ גולם, מוז דער מקובל אַרויסזאָגן אַ ריזיק-לאַנגע געהיימע ריי פֿון אותיות; אין פֿאַרגלײַך מיט די הײַנטיקע ראָבאָטן, "פּראָגראַמירט" דער גולם-שאַפֿער די גײַסטיקע כּוחות, כּדי צו שאַפֿן אַ מין "מיני-אוניווערס" און "אָנצוצינדן" אין דער ליימענער פֿיגור אַ מיסטישן אויפֿלעבונג-פּראָצעס — ענלעך אויף דעם, וואָס ס׳האָט פּראָדוצירט דאָס לעבן אויף דער ערד.
אינעם "ספֿר גימטריאות" פֿון רבי שמואל החסיד, אַ מיטל-עלטערלעכער אַשכּנזישער מיסטיקער, ווערט דערציילט, אַז בן-סירא, צוזאַמען מיט זײַן טאַטן, דער נבֿיא ירמיהו, האָבן "פּראָגראַמירט" אַ גולם במשך פֿון דרײַ יאָר; צום סוף, האָט זיך זיי אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ באַשעפֿעניש מיט איבערמענטשלעכע כּוחות; דער גולם האָט זיי אַליין געבעטן אים צו "פֿאַרלעשן", כּדי די מענטשן זאָלן אים נישט אָנהייבן דינען ווי אַן עבֿודה-זרה. אַ טייל רבנים האָבן טאַקע געהאַלטן, אַז ס׳איז מעגלעך, אין פּרינציפּ, צו שאַפֿן אַן עכט לעבעדיק, שׂכלדיק באַשעפֿעניש, וואָס מע טאָר עס נישט הרגענען; אַ טייל אַנדערע האָבן אָבער באַטאָנט, אַז אַ גולם קען נישט האָבן קיין עכטן שׂכל, קען נישט רעדן, און ווערט פֿאַררעכנט, צום בעסטן, פֿאַר אַ מין חיה.
אין אַ סך מעשׂיות וועגן די גולמס ווערט דערציילט וועגן די מעלות פֿון אַזאַ באַשעפֿעניש, וואָס קאָן באַשיצן אַ מענטש און באַפֿרײַען אים פֿון דער פֿיזישער אַרבעט, ווי אויך וועגן געוויסע סכּנות. לויט דער לעגענדע, האָט דער באַרימטער מהר״לס גולם אָנגעהויבן ווערן אַלץ שטאַרקער און אַלץ מער אומאָפּהענגיק און דעסטרוקטיוו, דערפֿאַר האָט מהר״ל געמוזט אָפּמעקן דעם אות "אלף" פֿונעם וואָרט "אמת", אָנגעשריבן אויף דעם גולמס שטערן, וואָס האָט געדינט ווי אַ מין "פֿאַרלעש-קנעפּל", און צעשטערן דעם צעווילדעוועטן מאָנסטער.
די מעשׂיות און רבנישע וויכּוחים וועגן די גולמס קלינגען צומאָל גאַנץ ענלעך צו די הײַנטצײַטיקע עטישע דיסקוסיעס וועגן דעם קינסטלעכן אינטעלעקט. ס׳איז קלאָר, אַז אויב די וויסנשאַפֿטלער וועט זיך אַמאָל טאַקע אײַנגעבן צו שאַפֿן באַוווּסטזיניקע ראָבאָטן מיט אַן אייגענעם שׂכל, וועלן די מענטשן נישט האָבן קיין רעכט זיי צו עקספּלואַטירן, שאַפֿנדיק אַ נײַעם מין שקלאַפֿערײַ; כּדי די ראָבאָט-טעכנאָלאָגיעס זאָלן זײַן יושרדיק און פֿאַרזיכערט, מוזן די פּשוטע ראָבאָט-אַרבעטער בלײַבן דווקא "שטומפּיקע", געדאַנקלאָזע אויטאָמאַטן.
דרך-אַגבֿ, איז די טעכנאָלאָגישע רעוואָלוציע אויך פֿאָרויסגעזאָגט געוואָרן אין די קבלה-קוואַלן. אינעם אוראַלטן ספֿר "זוהר" שטייט, אַז "אינעם זעקסטן יאָרהונדערט פֿונעם זעקסטן יאָרטויזנט" — דאָס קאָן אָפּגעטײַטש ווערן, לויט דעם אַלגעמיינעם קאַלענדאַר, אינעם יאָר 1740 אָדער 1840, וועלן זיך "עפֿענען די קוואַלן" פֿון דער גײַסטיקער און וועלטלעכער חכמה. דער דאָזיקער פּעריאָד האָט זיך טאַקע כאַראַקטעריזירט מיט אַ סך טעכנאָלאָגישע דערפֿינדונגען, ווי אויך טיפֿע פּאַראַדיגמע-ענדערונגען אינעם הומאַניטאַרן געדאַנק, וועלכע האָבן שטאַרק געביטן דאָס מענטשלעכע לעבן און באַוווּסטזײַן.
ווען מע שטודירט די טעאָריע פֿון קאָמפּיוטערײַ און קינסטלעכן אינטעלעקט, דאַכט זיך צומאָל, אַז מע לייענט עפּעס אַ מאָדערנעם קאָמענטאַר וועגן די "צירופֿי-אותיות". למשל, די כּללים פֿון נועם כאָמסקיס "פֿאָרמעלער גראַמאַטיק", וועלכע שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין קאָמפּיוטער-טעאָריע, ווי אויך די אַבסטראַקטע אויטאָמאַטן פֿון דזשאָן פֿאָן־ניומאַן, עמיל פּאָסט און אַלאַן טוירינג, זענען גאַנץ ענלעך צו די קבלהדיקע סימבאָל-טראַנספֿאָרמאַציעס. אַגבֿ, דרײַ פֿון די דערמאָנטע וויסנשאַפֿטלער, אַחוץ טיורינג, זענען טאַקע ייִדן. אין די פֿאָרשונגען אינעם געביט פֿון קינסטלעכן אינטעלעקט האָבן אָנטיילגענומען אַ סך ייִדן — למשל, דזשאָן מאַק׳קאַרטי, מאַרווין מינסקי, טערי ווינאָגראַד, דזשעראַלד זוסמאַן, הערבערט סימאָן, סימאָר פּאַפּערט און אַנדערע פּראָמינענטע פֿאָרשער בײַ דער "לאַבאָראַטאָריע פֿון קינסטלעכן אינטעלעקט" אין "MIT".
איינער פֿון די ערשטע ישׂראלדיקע קאָמפּיוטערס, געשאַפֿן אין 1964, האָט געהייסן "גולם"; דעם זעלבן נאָמען טראָגן אויך אַ צאָל אַלגעמיינע קאָמפּיוטערײַ-פּראָיעקטן אַרום דער וועלט. גרשום שלום, דער באַקאַנטער אַקאַדעמישער פֿאָרשער פֿון קבלה, האָט באַמערקט, אַז דער דאָזיקער נאָמען ווײַזט אָן אויף אַ פֿאַרבינדונג צווישן קבלה און קאָמפּיוטערײַ. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז די ראָבאָטן וועלן טאַקע פֿאַרווירקלעכן די אידעאַלן פֿון רוחניות און עטיק, און וועלן העלפֿן צו באַפֿרײַען די מענטשהייט פֿון אומיושר; אויב די וויסנשאַפֿטלער וועלן קאָאָפּערירן אין דער אַטמאָספֿער פֿון פֿרײַנדשאַפֿט און קענגזײַטיקער הילף — אַזוי ווי, צום בײַשפּיל, די דערמאָנטע פֿאָרשער פֿון "MIT" אין די 1960ער יאָרן — וועלן די פֿינצטערע חלומות פֿונעם "טערמינאַטאָר" און אַנדערע שרעקלעכע פֿילמען און ביכער פֿון דעם סאָרט, האָפֿנטלעך, קיינמאָל נישט מקוים ווערן.