פֿאַרשײדנס

לית־מאן־דפּליג, אַז די צוקונפֿט פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע וועט געשאַפֿן ווערן אין אינדיע און אין כינע. ביידע מדינות זענען די היימען פֿון אַלט־אַלטע קולטורן (אַן ערך צוויי מאָל די עלטער פֿון דער אַלט־העברעיִשער) און מיט זייער קלאַסישער ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿיע, רעליגיעזע מיטאָסן, קונסט און מוזיק קוויקט זיך די מערבֿ־וועלט די גאַנצע 200־300 יאָר זינט מיר זענען דערגאַנגען צו זיי. זיי זענען פֿאַר אונדז געווען ממש פֿאַרשלאָסענע און בפֿירוש ניט־באַקאַנטע אוצרות, ביז זייערע אייגענע אָפּהיטערס האָבן אונדז מגלה־סוד געווען וווּ זיי צו געפֿינען, ווי אַזוי זיי איבערצולייענען און פֿאַרשטיין, און ווי אַזוי זיי אויסצוטײַטשן אי אויף אַ פֿאַרגלײַכיקן אופֿן אי אינעם פֿעלד פֿון די אַנדערע קלאַסישע קולטורן פֿון אַזיע: מאַנדאַרין (כינעזיש), טיבעטיש, פּאַלי, יאַוואַנעזיש, לשון־קודש, א״אַ.

דער ווײַטער נעכטן לעבט נאָך און פֿאָדערט נאָך "זײַנס"

סוף 19טן־יאָרהונדערט איז דאָס געווען, פּונקט ווען אליעזר־בן־יהודה איז געווען אַ תּושבֿ אין פּאַריז און האָט דאָרטן אָנגעהויבן זײַן לעבנסוועג וואָס האָט געפֿירט צום תּחית־הלשון פֿון אונדזער אייגענער קלאַסישער שפּראַך, לשון־קודש, ווען די ערשטע פֿולע ידיעות וועגן די קולטור־אוצרות פֿון דער אַלט־אַלטער אינדיע, זענען דערגאַנגען קיין פּאַריז. ס׳איז אוממעגלעך איבערצוטרײַבן דעם רושם וואָס אָט די ידיעות האָבן דאָרטן אַרויסגערופֿן (ווי אויך אין לאָנדאָן, בערלין, רוים און אַנדערע צענטערס פֿון דער מערבֿדיקער קולטורוועלט). וואָס איז אַזוינס געווען דער חידוש? דער חידוש איז געווען אַז אַזאַ קולטור האָט זיך בכלל געקענט שאַפֿן ערגעץ אויף דער וועלט אָן קײן שום צושטײַער פֿון אייראָפּע, פֿון די מעכטיקע גריכישע, העברעיִשע און רוימישע קולטורן פֿון וועלכע "אייראָפּע" אַליין איז דער בן־זקונים. דער גאַנצער יחוס פֿון אַזיע האָט זיך געביטן אין די אייראָפּעיִשע אויגן. בן־יהודהס איבערצײַגונג אַז אויך די ייִדישע קלאַסיק וואָס שטאַמט פֿון אַזיע קען באַקומען די אַנערקענונג וואָס ס׳קומט איר, און דערבײַ ווערן צוריק אַ גערעדט לשון, להיפּוך צו די אַנדערע נײַ־געפֿונענע קלאַסישע לשונות, האָט זיך זייער געשטאַרקט.

להיפּוך צום קלאַסישן כינעזיש אָדער צום קלאַסישן מיצריש האָט די קלאַסישע קולטורוועלט פֿון אינדיע געשריבן מיט אַן אַמתן אַלף־בית און ניט מיט סטיליזירטע בילדעלעך (היעראָגליפֿן) אָדער פֿלעקעלעך (קונעאָפֿאָרם, פֿלעקלשריפֿט). דאָס לשון אויף וועלכן ס׳איז געשריבן הייסט סאַנסקריטיש און די שריפֿט אַליין הייסט דעווענאַגראַפֿי ("הייליקע שריפֿט"). הײַנט ווייסן מיר אַז די צענדלינגער לשונות פֿון צפֿון־אינדיע זענען אַלע געשריבן מיט וואַריאַנטן פֿון אָט דעם אַלף־בית. און אין דער זעלבער קלאַסישער צײַט (אָדער נאָך מיט טויזנט יאָר פֿריִער, ווי אייניקע ווילן האָבן) איז אין דרום־אינדיע אויפֿגעקומען נאָך אַן אַנדער קלאַסיש לשון, טאַמיל, די קרוין פֿון דער דראַווידישער שפּראַך־משפּחה. ביידע לשונות, סאַנסקריטיש און טאַמיל, זענען געווען שטיצערס פֿון בודיזם, נאָר האָבן ניט געהאַלטן איינער פֿונעם אַנדערן און געפֿירט צווישן זיך אַ קאָנקורענץ, סײַ וואָס שייך האַנדל, סײַ וואָס שייך "פֿרומקייט". זייערע אַלף־ביתן זענען געווען ענלעכע און האָבן געדינט ווי דוגמאָות פֿאַר די אַרומיקע צענדלינגער רעדשפּראַכן. מיט 800 יאָר צוריק, ווען מערסטע גערעדטע לשונות פֿון אייראָפּע זענען נאָך געווען נישטגראַמאָטנע, זענען אין אינדיע שוין געווען אַ צענדלינג צי מער געשריבענע לשונות און אַ געשריבענע און פּאָפּולערע פֿאָלקס־ליטעראַטור. ס׳רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג איז געווען שרעקלעך אָרעם, נאָר די פּריצים און די גרויסע לאַנד־אייגנטימער האָבן געפֿירט אַ רײַך לעבן מיט גערויכערטע און געזאַלצענע שפּײַזן, געווירצן, בריליאַנטן, זײַדנס און אויסגעאַרבעטע בראָנזענע, זילבערנע און גאָלדענע חפֿצים. פֿאַר די ממשלות פֿון אייראָפּע זענען די פּראָדוקטן פֿון אינדיע געווען "מיט גאָלד גלײַך", נאָר כּדי צוצוקומען צו זיי אין מרחקים און צוריקצוקומען פֿון זיי קיין אייראָפּע פֿלעג געדויערן, אין בעסטן פֿאַל און בלי־גוזמא, "אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך".

הײַנט (פֿון דער באַפֿרײַונג
ביזן סוף 20סטן י"ה)

כּדי צו פֿאַרקירצן און צו פֿאַרשנעלערן דעם מהלך פֿון און קיין אינדיע איז דאָך אַמעריקע אַליין אַנטדעקט געוואָרן און אירע אײַנגעבוירענע תּושבֿים האָט מען טעותדיק אַ נאָמען געגעבן "אינדיאַנער". אינדיע איז לסוף אײַנגעגלידערט געוואָרן אין דער ענגלישער אימפּעריע (זי איז געווען "דער אבֿן־טובֿ אין דער קרוין"), דער קיניג פֿון ענגלאַנד איז געוואָרן דער אימפּעראַטאָר פֿון אינדיע און גרויס־בריטאַניע איז געוואָרן אַ וועלטמאַכט.

אָבער סוף־כּל־סוף האָט מען זיך גענומען אַרומזען אַז פֿון אַ ריין עקאָנאָמישן קוקווינקל לוינט ניט דער גאַנצער ענין. אויסצוהאַלטן קאָלאָניעס (באַשיצונג, געזונט, טראַנספּאָרטאַציע, דערציִונג אאַז״וו) קאָסט פֿיל מער ווי דאָס ווערט פֿון די רויע פּראָדוקטן וואָס זיי שטעלן צו. לכתּחילה זענען שקלאַפֿן אויך געווען אַ ווערטפֿולער מיסחר. נאָר סוף 18טער י״ה איז דאָך שקלאַפֿערײַ בכלל אַרויס פֿון דער מאָדע אין דער "ווײַסער" און סאַלאָן־פֿעיִקער געזעלשאַפֿט. האָט זיך אָנגעהויבן די סדרה פֿון "באַפֿרײַען" (אָדער באַפֿרײַען זיך פֿון) די אַמאָליקע קאָלאָניעס. אין אינדיע איז אָט דער פּראָצעס צוגעגאַנגען לפֿי־ערך רויִק, כּלפּי־חוץ. די בריטישע פּרינציפּן פֿון דעמאָקראַטיע און "פֿעיר־פּליי" האָבן, אין משך פֿון די יאָר־הונדערטער פֿונעם קאָלאָניאַלן סטאַטוס, משפּיע געווען אי אויף די הערשערס, אי אויף די באַהערשטע און מען האָט זיך ווייניק פֿײַנט געהאַט איינער דעם אַנדערן. אויך מאַהאַטמאַ גאַנדיס פּאַציפֿיזם האָט שטאַרק באַווירקט ביידע צדדים און באַרויִקט די מאַסן וועלכע האָבן אָפֿט געפֿירט אַ גאַנדיסטישן "פּאַציפֿיסטישן ווידערשטאַנד". אָבער כּלפּי־פּנים זענען אויסגעבראָכן צוויי מלחמות וואָס זענען געווען בלוטיקע ביז גאָר.

צפֿון־ און דרום־אינדיע האָבן טאַקע געטיילט איין רעליגיע (הינדויִזם), נאָר דער מעריבֿ פֿונעם ריזיקן לאַנד איז געווען באַפֿעלקערט ס׳רובֿ פֿון מאַכמעדאַנער. נישט נאָר איז זייער גלויבן געווען אַן אַנדערער נאָר זייער לשון (אורדו, כּמעט אידענטיש צו הינדי) האָט מען בכּיוון געשריבן מיט פּערסיש־אַראַבישע אותיות כּדי הינדוסן זאָלן דאָס ניט קענען פֿאַרשטיין און קיין אַנדערע דרוקשריפֿטן פֿון אינדיע האָבן זיי בײַ זיך אין פּאַקיסטאַן ניט דערלויבט (אויסער אַראַביש). לכתּחילה האָבן אויך אין דער ס׳רוב־הינדויִסטישער אינדיע געלעבט ניט ווייניק מאַכמעדאַנער, אָבער נאָך גאַנדיס מאָרד (דורך צוויי "סיכן", גאָר אַן אנדער רעליגיעזע גרופּע וואָס איז דעמאָלט געווען צעקריגט מיט די הינדוסן) זענען די געפֿילן פֿון נקמה בײַגעקומען די פֿריִערדיקע האַרמאָניע צווישן הינדוסן און מאַכמעדאַנער און ס׳האָט אויסגעבראָכן אַ בלוטיקער בירגערקריג צווישן די צוויי הויפּט־רעליגיעס פֿון ריזיקן סוב־קאָנטינענט. דער סוף דערפֿון איז געווען אַז ס׳איז אויפֿגעקומען אין מערבֿ פֿונעם האַלב־אינדזל (צאָלנדיק דעם פּרײַז פֿון מער ווי אַ מיליאָן געפֿאַלענע) אַ נײַע מאַכמעדאַנישע מדינה, פּאַקיסטאַן.

לכתּחילה האָט דער מאַכמעדאַנער חלק פֿון דער בענגאַלי באַפֿעלקערונג פֿון מיזרח־אינדיע אויך באַקומען אַ נחלה (אַ פּראָווינץ) פֿאַר זיך, ווי אַן אָפּגעזונדערטער טייל פֿון פּאַקיסטאַן ("מיזרח־פּאַקיסטאַן"), נאָר לסוף האָט איין טייל פּאַקיסטאַן מיטן אַנדערן ניט געקענט אויסקומען און דערפֿון איז געוואָרן עד־היום אַ באַזונדער לאַנד, בענגלאַדעש. הכּלל, פֿון גאַנדיס אַמאָליקן חלום פֿון אַ פֿאַראייניקטער, הינדי־רעדנדיקער, דעמאָקראַטישער אינדיע איז געבליבן בלויז דאָס לעצטע: אינדיע איז הײַנט די גרעסטע דעמאָקראַטישע מדינה אין אַזיע און וואָס די צוקונפֿט זאָל פֿאַר איר ניט ברענגען איז איר דעמאָקראַטישקייט פֿאַרזיכערט (וועגן פּאַקיסטאַן און בענגלאַדעש קען מען דאָס ניט זאָגן). עס לעבט זיך דאָרט אויך שוין טויזנטער יאָרן, ניט־געשטערט, אַ קליינער און לפֿי־ערך רײַכער, ייִדישער מיעוט, וואָס איר יוגנט צעפֿאָרט זיך ביסלעכווײַז קיין ישׂראל (וווּ מען רופֿט זיי ווײַטער "בני־ישׂראל" און זייער ייִדישקייט ווערט אָנגענומען פֿונעם ראַבינאַט). די קינדער זייערע לערנען זיך גוט אין די שולן און קענען ענגליש פֿון באָבע־זיידע און פֿון טאַטע־מאַמע אין דער היים, וועלכע האָבן דאָס לשון נאָך מיטגעבראַכט פֿון אינדיע מיט צוויי־דרײַ דורות צוריק. עס זענען נאָך פֿאַראַן אין אינדיע צענדלינגער אַנדערע שבֿטים וואָס זאָגן אַז זיי שטאַמען פֿון ייִדן, נאָר דער ראַבינאַט האָט נאָך פֿאַר זיי קיין הכשר ניט געגעבן.

מאָרגן: אַ קוק פֿאָרויס

אינדיע איז אַ לאַנד פֿון גרויסע קאָנטראַסטן וווּ עס לעבן צוזאַמען אַ ביליאָן מענטשן, צווישן זיי מיליאָנען און מיליאָנען אין דער שרעקלעכסטער אָרעמקייט. אָבער צוליב דער לפֿי־ערך גוטער דערציִונג וואָס עס באַקומען די קינדער פֿון מיטעלען קלאַס און העכער (אַזוי אַז אַ סך קענען פֿאַרשטיין, רעדן און שרײַבן ענגליש), איז אינדיע לעצטנס אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין טעלעפֿאָניש באַדינען די קונים פֿון אַמעריקעס גרעסטע געשעפֿטן. עס קאָסט ווייניקער צו באַצאָלן איינעם וואָס וועט דאָס טאָן, גוט, געשווינד און דרך־ארצדיק, זיצנדיק בײַ אַ טעלעפֿאָן אין אינדיע, ווי עס קאָסט אָנצושטעלן זײַנס גלײַכן וואָס וווינט אין אַ שטאָט אין אַמעריקע. אָט די לעצטנס שטאַרק אָנזעעוודיקע מעלה פֿון גוט קענען ענגליש, אַפֿילו נאָך אין מיטלשול עלטער, האָט אָבער זייער משפּיע געווען דאָס לעבן פֿון די אַנדערע לשונות אין אינדיע. עלטערן רײַסן זיך מען זאָל אויך אָננעמען זייערע קינדער וואָס פֿריִער אין שולן וווּ מען וועט מיט זיי לערנען אַזוי פֿיל ווי נאָר מעגלעך ענגליש און אויף ענגליש. דעם פּרײַז דערפֿאַר באַצאָלן ספּעציעל די שולן וואָס פֿירן זיך נאָך אויף אַלע קלענערע פּראָווינץ־לשונות.

די צענטראַלע רעגירונג אין דער הויפּטשטאָט פֿון לאַנד (דעלהי און נײַ־דעלהי) קען ניט דערלויבן אַז הונדערטער פֿאָלקשולן זאָלן אויפֿגעבן די לימודים פֿון און אויף זייערע אייגענע לאָקאַלע לשונות און אין גאַנצן אַריבער אויף ענגליש. מען דאַרף אין אַלע רעגירונג־שולן לערנען די פּראָווינצשפּראַך פּלוס הינדי אָדער טאַמיל (די צוויי אײַנגעבוירענע מיט־אָפֿיציעלע לשונות פֿון לאַנד), צוליב כּבֿוד־המדינה, און דער צוצי פֿון ענגליש טאָר אויך ניט שטעלן אין שאָטן דעם כּבֿוד און די עקזיסטענץ פֿון די הויפּט לאָקאַלע רעדשפּראַכן און מוטערשפּראַכן. אינעם שטאַט קאַרנאַטאַקע, למשל, האָט די רעגירונג פֿאַרשלאָסן מער ווי 600 שולן וואָס האָבן אַליין באַשלאָסן זיך צו פֿירן לגמרי אויף ענגליש. דאָס האָט געבראַכט צו פּראָטעסטן מצד עלטערן, לערערס און תּלמידים באַשר־בכן מען איגנאָרירט זייער אַלעמענס וווילזײַן און דעם גורל פֿון זייערע קינדער און קינדסקינדער. די מלוכה וויל אויסמײַדן די לשונות־מהומות וואָס זענען אַ מאָל, אין די 40ער און 50ער יאָרן, פֿאָרגעקומען ווען מען האָט די לאָקאַלע לשונות ניט אָנערקענט ווי ס׳איז זיי געקומען. איצט זענען פֿאַראַן 20 אָנערקענטע פּראָווינץ־לשונות, שוין ניט רעכענענדיק הינדי און טאַמיל, וואָס יעדע איז "אָפֿיציעל" בײַ זיך אין דער געגנט.

אָבער אין דער זעלבער צײַט האָט אויך הינדי לעצטנס באַקומען צוויי אָנערקענונגען פֿון דער רעגירונ, וואָס וועלן אַפֿשר אַ ביסל פֿאַרזיסן די קאָנקורענץ וואָס זי דאַרף לעצטנס אויסשטיין מצד ענגליש. די רעגירונג פֿון אינדיע קלײַבט זיך פֿאָרלייגן אַז הינדי זאָל ווערן איינע פֿון די אָפֿיציעלע לשונות פֿון דער "יו־ען". אינדיע האַלט בפֿירוש אַז איר גרויס לשון, וואָס ווערט גערעדט און געלייענט פֿון אַזוי פֿיל הונדערטער מיליאָנען מענטשן איבער דער וועלט, ווערט נעבעך פֿאַרקוקט ווײַל זי שטופּט זיך ניט (ווי עס טוען "אַנדערע"). דערווײַל, האָט דאָס קולטור־מיניסטעריום פֿון אינדיע אויסגעקליבן דעם זשורנאַל "סאַנסקריטי", וואָס ווערט אַרויסגעגעבן דורך דער "הינדי שפּראַך־אַקאַדעמיע", ווי דער בעסטער ניט־קאָמערציעלער זשורנאַל אין גאַנץ אינדיע. דער חלום ווידער אויפֿצולעבן סאַנסקריטיש ווי אַ גערעדט (ניט נאָר ווי אַ געדאַוונט און שטודירט) לשון לעבט נאָך, ווײַזט אויס, אין אינדיע. אין דער זעלבער צײַט גייט אָן מצד דער צענטראַלער רעגירונג אי אַ קאָמפּאַניע לטובֿת ענגליש אינעם געשעפֿט־לעבן בתּוך און מחוץ אינדיע, אי לטובֿת הינדי אין דער "יו־ען" גופֿא, און, צום סוף, אויך לטובֿת סאַנסקריטיש ווי אַ קלאַסיש לשון מיט וועלכן זיך אויסצופּוצן ווען מען קומט צווישן מענטשן אין דער ברייטער וועלט.

אייניקע לענדער (אַמעריקע און ישׂראל בתוכם) שרעקן זיך פֿאַר זייער אייגענער מערשפּראַכיקייט. אינדיע גיט זיך דערמיט אַן עצה דורך אָנהאַלטן אַ מאָס און אַ באַלאַנס צווישן אַלע אירע לשונות. אינדיע לאָזט ניט, אַז ענגליש זאָל דאָרטן איבערנעמען אַלע פֿונקציעס. פֿונעם קוקווינקל פֿון סאַנסקריטיש איז ענגליש ניט מער ווי אַ ווויליונגערישער חבֿרה־מאַן פֿון קנאַפּע 1,200 יאָר, אין פֿאַרגלײַך מיט די טויזנטער יאָר פֿון סאַנסקריטיש, וועלכע האָט שוין ניט נאָר דערלעבט אַרויסצוגעבן פֿון זיך אייגענע "קינדער", וואָס יעדער פֿון זיי איז אַ סך עלטער פֿונעם ענגלישן לשון, נאָר קינדסקינדער אויך. אין מיטן פֿון דער גאַנצער מאָדערניזאַציע און דעם גלאָבאַליזם, דאַרף מען פֿאָרט געדענקען ווער מען איז, און אין גירסא־דינקותא ניט פֿאַרגעסן. אויך מיר האָבן אַן אמת קלאַסישן לשון, אַ באַנײַטן קלאַסישן לשון, לפֿי־ערך יונגע אייגענע לשונות, און וועלט־לשונות מיט וועלכע זיך צו ספּראַווען. ס׳איז ניט גרינג, נאָר אינדיע האָט געוויזן דעם וועג ווי אַזוי אַלע קענען לעבן צוזאַמען בשלום און די עקאָנאָמיע פֿון לאַנד זאָל כּסדר וואַקסן.