געשיכטע, װיסנשאַפֿט
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרים די ייִדענע (אַ מיטל־עלטערישע גראַוויור)
מרים די ייִדענע (אַ מיטל־עלטערישע גראַוויור)

די מאָדערנע תּקופֿה

אויב מע בעט עמעצן אָנצורופֿן די סאַמע באַקאַנטע ייִדישע וויסנשאַפֿטלער, וועלן ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע, מסתּמא, דערמאָנען בלויז אַ צאָל פּערזענלעכקייטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט: אַלבערט אײַנשטיין, זיגמונד פֿרויד, לעוו לאַנדאַו, נילס באָר. די, וואָס קענען די ייִדישע געשיכטע, וואָלטן אויך דערמאָנט די גרויסע מיטל־עלטערישע אַסטראָנאָמען, מאַטעמאַטיקער און דאָקטוירים, אַזעלכע ווי רבי אַבֿרהם אבֿן־עזרא און דער רמב״ם.

נישט יעדער מענטש, אַפֿילו אַ געבילדעטער, קאָן אָבער גרינג אָנרופֿן די נעמען פֿון באַרימטע ייִדישע כעמיקער, הגם אַ צאָל פֿון זיי, אַרײַנגערעכנט די נאָבעל־לאַורעאַנטן, האָבן געהאַט זייער בונטע ביאָגראַפֿיעס.

דער ביאָכעמיקער קריסטיאַן אַנפֿינסען, וועלכער האָט באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר זײַנע פֿאָרשונגען פֿון ריבאָנוקלעאַזע אינעם יאָר 1972, איז געבוירן געוואָרן אין אַ קריסטלעכער אַמעריקאַנער משפּחה פֿון נאָרוועגישן אָפּשטאַם. אינעם יאָר 1979 האָט ער חתונה געהאַט מיט זײַן צווייטער פֿרוי, ליבע־אסתּר שולמאַן, און זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישקייט. אַנפֿינסען האָט זיך מגייר געווען, געפֿירט אַ פֿרום לעבן און פֿלעגט אויפֿטרעטן ווי אַ פּראָמינענטער אָרטאָדאָקסישער וויסנשאַפֿטלער אינעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט און אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס; ער איז געווען דער איינציקער אָרטאָדאָקסישער גר צווישן די נאָבעל־לאַורעאַטן.

דער כעמיקער משה גאָמבערג האָט אַנטדעקט די ערשטע סטאַבילע פֿרײַע ראַדיקאַלן — מאָלעקולן מיט אַן אָפֿן עלעקטראָן־שאָלעכץ, וועלכע רעאַגירן גרינג מיט די אַנדערע כעמישע שטאָפֿן. זײַן משפּחה איז אַנטלאָפֿן פֿון רוסלאַנד קיין אַמעריקע, צוליב די פּאָגראָמען און מלוכישע רדיפֿות; די פּאָליציי האָט פֿאַרדעכטיקט זײַן טאַטן אין אַנטי־צאַרישער טעטיקייט, און אָפּגענומען זייער פֿאַרמעגן.

גאָמבערג איז געווען אַ זעלטענער מין וויסנשאַפֿטלער, וואָס האָט זיך אינגאַנצן אָפּגעגעבן מיט די וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס, און אָפּגעלעבט זײַן לעבן ווי אַ בחור. ער האָט אויך פֿאַרווערט זײַנע סטודענטן חתונה צו האָבן, כּל־זמן זיי לערנען זיך אינעם אוניווערסיטעט, כּדי זיי זאָלן זיך קאָנען קאָנצענטרירן אויף דער וויסנשאַפֿט.

אַן אַנדער אַמעריקאַנער ייִדישער נאָבעל־לאַורעאַט, מאַרטין קאַמען, האָט אַנטדעקט, צוזאַמען מיט זײַן קאָלעגע, סעם רובין, דעם ראַדיאָ־אַקטיוון איזאָטאָפּ פֿון זויערשטאָף, וועלכער ווערט ברייט באַנוצט אינעם זויערשטאָף־אַנאַליז, וואָס דערמעגלעכט צו באַשטימען דעם עלטער פֿון די אוראַלטע אָביעקטן. די דאָזיקע אַנטדעקונג האָט געבראַכט צו אַ גאַנצער רעוואָלוציע אין אַ סך געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, אַרײַנגערעכנט לינגוויסטיק און געשיכטע.

אין די 1940ער יאָרן, נאָך אַן עקספּערימענט מיט אַ ציקלאָטראָן, האָט קאַמען באַמערקט, אַז אַ מוסטער פֿון נאַטריום, וואָס ער האָט באַקומען פֿון דער לאַבאָראַטאָריע, איז צו שטאַרק ראַדיאָ־אַקטיוו, און לאָזט אַרויס אַ ליכט אין דער פֿינצטערניש. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ערגעץ אין זײַן אינסטיטוט אַרבעט אַ נוקלעאַרער רעאַקטאָר, און האָט עס דערציילט זײַנע קאָלעגן. די אַמעריקאַנער זיכערהייט־דינסטן האָבן באַשולדיקט דעם וויסנשאַפֿטלער אינעם אויסגעבן די געהיימע אינפֿאָרמאַציע; שפּעטער, האָט מען אים פֿאַרדעכטיקט אין שפּיאָנאַזש לטובֿת דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, און אָפּגעזאָגט צו געבן אים אַ נײַעם פּאַספּאָרט, ביזן יאָר 1955. צוליב די רדיפֿות, האָט דער וויסנשאַפֿטלער געמאַכט אַ פּרוּוו זיך צו נעמען דאָס לעבן; צום גליק, איז עס אים ניט געלונגען.

אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה איז פֿאָרגעקומען מיטן כעמיקער דיאָרד דע העוועשי — אַן אונגאַרישער ייִד, וועלכער האָט באַקומען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַרן אַנטוויקלען אַ מעטאָד, וואָס דערמעגלעכט צו אָבסערווירן כעמישע פּראָצעסן אין די לעבעדיקע באַשעפֿענישן, מיט דער הילף פֿון ראַדיאָ־אַקטיווע "מערק".

ווען דאָס נאַצי־דײַטשלאַנד האָט אָקופּירט דענמאַרק, האָט העוועשי געהאָלפֿן צוויי דײַטשישע נאָבעל־לאַורעאַטן אין פֿיזיק, מאַקס פֿאָן לאַוע און דזשיימס פֿראַנק, אויסצובאַהאַלטן זייערע גאָלדענע נאָבעל־מעדאַלן, וועלכע זיי האָבן אַרויסגעשמוגלט פֿון דײַטשלאַנד; לויט די נאַצי־געזעצן, האָט זיי געדראָט אַ טויט־שטראָף. העוועשי האָט צעלאָזט די מעדאַלן אין זויערס, און איבערגעלאָזט די פֿליסיקייט אינעם קאָפּענהאַגענער "נילס באָרס אינסטיטוט". נאָך דער מלחמה, האָט דער נאָבעל־קאָמיטעט געמאַכט נײַע מעדאַלן פֿונעם זעלבן גאָלד, וואָס מ׳האָט אַרויסבאַקומען צוריק פֿונעם זויערס. העוויסי אַליין האָט זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס אין שטאָקהאָלם.

אוראַלטע מיצרישע כעמיקער

די דערמאָנטע פּערזענלעכקייטן קאָנען נישט באַטראַכט ווערן ווי עפּעס אַ באַזונדערער מין "ייִדישע וויסנשאַפֿטלער"; ס׳רובֿ פֿון זיי — אַחוץ דעם פֿרומען נאָרוועגישן גר אַנפֿינסען — זענען געווען גאַנץ אַסימילירט. אַדרבה, די רעליגיע און עטנישער אָפּשטאַם שפּילן נישט קיין גרויסע ראָלע אין דער הײַנטיקער קאָסמאָפּאָליטישער נאַטור־וויסנשאַפֿט.

אין דער אוראַלטער וועלט איז די מעשׂה געווען אַנדערש. ווייניק מענטשן ווייסן הײַנט, אַז במשך פֿון כּמעט 1,500 יאָר האָבן די כעמיקער — אָדער, פּינקטלעכער צו זאָגן, אַלכעמיקער — געהאַלטן, אַז זייער וויסנשאַפֿט איז געגרינדעט געוואָרן דורך אַ ייִדישער פֿרוי — "מרים די ייִדענע", און בכלל באַטראַכטן אַלכעמיע ווי אַ "ייִדישע וויסנשאַפֿט". אין די אייראָפּעיִשע שפּראַכן פֿלעגט מען זי רופֿן, אויפֿן קריסטלעכן שטייגער, מאַריע.

צוליב דעם, האָבן די מיטל־עלטערישע אַלכעמיקער שטודירט כּסדר העברעיִש; אַזוי ווי לאַטײַן צווישן די דאָקטוירים, פֿלעגט מען באַטראַכטן לשון־קודש ווי "די עכטע כעמישע שפּראַך". נישט ווייניק אַלכעמיקער, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל אויסגעשפּראָכענע אַנטיסעמיטן, האָבן אַפֿילו געוואַנדערט יאָרן־לאַנג אַרום דער וועלט, כּדי צו לערנען זיך בײַ די ייִדישע חכמים. למשל, דער גרויסער אַראַבישער דאָקטער און כעמיקער אבן־סינאַ (אַוויצענע) האָט זיך געלערנט בײַ אַ ייִדישן "רבין".

אין דער אמתן, הגם נישט ווייניק פּראָמינענטע מיטל־עלטערישע אַלכעמיקער זענען געווען ייִדן, זענען די באַרימטסטע מומחים אינעם דאָזיקן געביט געווען די מוסולמענער און קריסטן. די "ייִדישע" רעפּוטאַציע פֿון אַלכעמיע שטאַמט פֿון די פֿריִערדיקע צײַטן, ווען די ייִדן האָבן טאַקע געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון כעמיע; די אַנטדעקונגען פֿון "מרים די ייִדענע" ווערן נאָך אַלץ ברייט אויסגענוצט אין דער כעמישער אינדוסטריע.

נאָך מיט 5,000 יאָר צוריק, האָבן די חכמים אינעם אַלטן מצרים געקענט די יסודות פֿון פּראַקטישער כעמיע. שפּעטער, איז אַלעקסאַנדריע, די הויפּטשטאָט פֿונעם העלעניסטישן עגיפּטן, געוואָרן אַ גרויסער וועלט־צענטער פֿון וויסנשאַפֿט, וווּ די אַלטע מיצרישע חכמות האָבן זיך אויסגעמישט מיט דער גריכישער פֿילאָסאָפֿיע און מאַטעמאַטיק.

די מכשירים פֿון "מרים די ייִדענע" (פֿון רפֿאל פּאַטײַס בוך "ייִדישע אַלכעמיקער")
די מכשירים פֿון "מרים די ייִדענע" (פֿון רפֿאל פּאַטײַס בוך "ייִדישע אַלכעמיקער")

אין דער אוראַלטער אַלעקסאַנדריע איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן די גרעסטע ביבליאָטעק אין דער וועלט, וווּ עס האָט אַמאָל געדינט, ווי אַן אַדמיניסטראַטאָר, דער גרויסער מאַטעמאַטיקער עראַטאָספֿען, וועלכער האָט נאָך מיט 2,300 יאָר צוריק ריכטיק אויסגעמאָסטן דעם פּערימעטער פֿון דער ערד. אויך אין אַלעקסאַנדריע האָט זיך, מעגלעך, געלערנט אין דער יוגנט דער באַרימטער וויסנשאַפֿטלער אַרכימעד.

די שטאָט איז אויך געווען די היים פֿון אַ ריזיקער ייִדישער קהילה. די אַלעקסאַנדריער ייִדן האָבן נישט איין מאָל געליטן פֿון בלוטיקער רציחה מצד די גריכישע און רוימישע פֿירער און סאָלדאַטן; פֿונדעסטוועגן, האָבן זיי זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער אַנטוויקלונג פֿון פֿילאָסאָפֿיע און וויסנשאַפֿט.

הײַנט ווערט כעמיע אָפֿט באַטראַכט ווי אַ "מענערלעכע" פּראָפֿעסיע. אין די אוראַלטע צײַטן האָט מען זי אָבער אַסאָציִיִרט דווקא מיט די פֿרויען, וועלכע פֿלעגן פֿירן עקספּערימענטן מיט געווירצן, שטיינער, מעטאַל און אַנדערע מאַטעריאַלן, פּרוּוונדיק צו שאַפֿן בעסערע מינים צירונגען, פֿאַרבן, קאָסמעטיק און מעדיקאַמענטן.

"מרים די ייִדענע", וואָס אַ סך אוראַלטע און מיטל־עלטערישע מחברים באַטראַכטן זי ווי די גרינדערין פֿון אַלכעמיע, האָט געוווינט אין אַלעקסאַנדריע, בערך אינעם 1־3טן יאָרהונדערט. לויט אַ שפּעטערדיקן עגיפּטישן אַלכעמיקער, זאָסומוס, וועלכער האָט געלעבט אין סוף פֿון 3טן — אָנהייב דעם 4טן יאָרהונדערט, האָט זי דערפֿונדן פֿאַרשיידענע מינים דיסטילאַטאָרס און דעם "וואַסער־באָדן" — אַ קאָך־מכשיר, וואָס דערמעגלעכט צו האַלטן דעם מאַטעריאַל אונטער אַ פֿיקסירטער טעמפּעראַטור. אויף פֿראַנצויזיש און ענגליש הייסט אַזאַ מכשיר, נאָך איר נאָמען, "bain-marie". זי איז אויך געווען אַ באַגאַבטע אינזשענירין, און פֿלעגט קאָסטרויִרן קאָמפּליצירטע גלעזערנע און בראָנדזענע כעמישע אַפּאַראַטן.

לויט די שפּעטערדיקע מחברים, האָט מרים אַנטדעקט דאָס זאַלץ־זויערס (HCl), באַשריבן די סולפֿידן, אַרסענידן, אָקסידן און כלאָרידן פֿון מעטאַלן. אירע פֿאָרשונגען האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער שפּעטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון כעמיע.

"מרים די ייִדענע" האָט אַנטוויקלט אַ פֿריִיִקע טעאָריע פֿון כעמישע עלעמענטן מיט אַ ייִדישן טעם; צומאָל, קלינגט זי ווי אַ מין "מקובלטע". אַזוי ווי די אַנדערע אַלכעמיקער, האָט מרים צונויפֿגעמישט די פּראַקטישע וויסנשאַפֿט מיט מיסטישע ענינים. זי האָט באַטראַכט די כעמישע רעאַקציעס ווי אַ "זיוווּג" צווישן די מענערלעכע און ווײַבלעכע כּוחות אינעם אוניווערס, און געהאַלטן, אַז די כעמישע שטאָפֿן באַשטייען, ווי אַ מענטש, פֿון אַ גוף און נפֿש. זי האָט דערקלערט, אַז "אחדות איז דאָס אַלץ, און דורך דעם ווערט דאָס אַלץ געבוירן". הגם מע קאָן אָפּטײַטשן די דאָזיקע פֿראַזע, אינעם קאָנטעקסט פֿון איר טעאָריע, ווי עפּעס אַ כעמישע אינסטרוקציע, האָט זי אויך אַ קלאָרן גײַסטיקן באַדײַט; זי האָט געמיינט, אַז די ג-טלעכע אייניקייט ווערט אַנטפּלעקט אין די עלעמענטן פֿון דער נאַטור. דער אויסדרוק "הכּל אחד", "אַלץ איז אייניקייט", טרעפֿט זיך אָפֿט אין די קבלה־ספֿרים.

זי האָט אויך אַמאָל געזאָגט, אַז "פֿון איינס ווערט צוויי, פֿון צוויי ווערט דרײַ, און פֿון דרײַ און פֿיר ווערט אייניקייט; דערפֿאַר איז צוויי איז איינס". ענלעכע רעטענישפֿולע פֿראַזעס טרעפֿן זיך אויך אין די קבלה־ספֿרים און מיינען, אַז דאָס ג-טלעכע ליכט ווערט פֿאַרשפּרייט דורך דרײַ גײַסטיקע כּוחות — כתר, חכמה און בינה — און ווערט אַנטפּלעקט דורך דער פֿערטער מדרגה — מלכות, וואָס ווערט פֿאַראייניקט, בעצם, מיט איר שורש, כתר.

הגם עס בלײַבט נישט קלאָר, צי די אוראַלטע וויסנשאַפֿטלערין האָט טאַקע געמיינט אַזאַ טיפֿן קבלה־ענין, ווערט פּונקט אַזאַ סכעמע, צום בײַשפּיל, געבראַכט אינעם קבלה־ספֿר "שערי גן־עדן", טאַקע אין שײַכות מיט די פֿיר "אַלכעמישע" עלעמענטן.

צום באַדויערן, זענען אָפּגעהיט געוואָרן צו ווייניק דאָקומענטן פֿון יענער תּקופֿה, דערפֿאַר בלײַבן די מיסטישע טראַדיציעס פֿון די אַמאָליקע העלעניסטישע ייִדן אומקלאָר. אין די ווערק פֿונעם באַרימטן אַלעקסאַנדריער ייִדישן פֿילאָסאָף פֿילאָן טרעפֿן זיך אָבער ניט ווייניק קאָנצעפּציעס, וואָס קלינגען ווי קבלה. ס׳איז מעגלעך, אַז די דאָרטיקע פֿרויען־אַלכעמיקער זענען אויך געווען באַקאַנט מיט דער אוראַלטער ייִדישער מיסטישער מסורה, וואָס די מקובלים האָבן פֿאַרשריבן מיט הונדערטער יאָרן שפּעטער.

ליידער, בלײַבן מרימס ביאָגראַפֿיע אומקלאָר; מע ווייסט אויך ווייניק וועגן איר סבֿיבֿה. זי האָט באַטראַכט אַלכעמיע ווי אַ ספּעציפֿיש־ייִדישע וויסנשאַפֿט, "וואָס געהערט בלויז צו די אייניקלעך פֿון אַבֿרהם". זאָסימוס, אַ שפּעטערדיקער אַלכעמיקער, האָט געטענהט, אַז בלויז די ייִדן קענען די עכטע אַלכעמישע חכמה, וואָס זיי האַלטן בסוד. מע זעט אָבער, אַז פֿון מרימס אַלכעמישער שול זענען אַרויס אויך אַ סך ניט־ייִדישע תּלמידים און תּלמידות.

עס זענען געבליבן אַ צאָל אַנדערע אַלכעמישע דאָקומענטן פֿון יענער תּקופֿה, וואָס קלינגען ייִדישלעך. ס׳זעט אויס, אַז דער מחבר פֿונעם אַנאָנימען "ליידען־פּאַפּירוס" וועגן מעטאַל־טראַנספֿאָרמאַציעס איז געווען אַ ייִד. דער מחבר פֿון אַן אַנדער אוראַלטן טראַקטאַט, אָנגעשריבן אונטערן פּסעוודאָנים פֿונעם גריכישן פֿילאָסאָף דעמאָקריט, האָט פֿאַרשריבן די נעמען פֿון מעטאַלן און מינעראַלן מיט די ייִדישע אותיות, און דערמאָנט "אונדזער תּורה". אין די מיצריש־גריכישע טראַקטאַטן פֿיגורירן אַ ריי פֿרויען: קלעאָפּאַטרע, איזיס, טעאָסעבעיאַ, פּאַפֿנוטיאַ און אַנדערע. ס׳איז מעגלעך, אַז אין אַלעקסאַנדריע איז אַמאָל געווען אַ גאַנצער קרײַז ייִדישע פֿרויען־אַלכעמיקער.

אַלכעמיע ווערט אָפֿט אַסאָציִיִרט מיט שאַרלאַטאַנישע פּרוּוון צו שאַפֿן גאָלד און ווערן גרינג רײַך. אָבער, די ערנסטע נאַטור־פֿאָרשער האָבן תּמיד קריטיקירט אַזאַ צוגאַנג, און באַטראַכט דעם "פֿילאָסאָפֿישן שטיין", וואָס פֿאַרוואַנדלט די אַנדערע מעטאַלן אין גאָלד, מער ווי אַ סימבאָל פֿון שלימות און גײַסטיקע ליכט.

ווי עס דרינגט אויס פֿון די אָפּגעהיטע דאָקומענטן, האָבן די אוראַלטע ייִדישע אַלכעמיקער זיך מער אינטערעסירט מיט טעכנישער וויסנשאַפֿט און מיסטישע השׂגות; דער "גאָלדענער פֿיבער" איז זיי געווען פֿרעמד. זיי האָבן געהאַלטן זייערע סודות, דער עיקר, כּדי אָפּצוהיטן זייערע טיפֿע רוחניותדיקע ידיעות פֿון פֿאַרגרעבטע מענטשן. אַזאַ צוגאַנג ווערט אויסגעדריקט אינעם מיטל־עלטערישן אַלכעמישן ספֿר "אש מצרף". דאָרטן שטייט געשריבן, אַז אַן עכטער אַלכעמיקער מוז זיך פֿירן ווי דער נבֿיא אלישע, און טאָר זיך נישט יאָגן נאָך גאָלד און רײַכטום.

הײַנט איז פֿאַר אונדז שווער זיך פֿאָרצושטעלן דאָס לעבן אין דער אַמאָליקער אַלעקסאַנדריע. צומאָל, קלינגט עס גאַנץ פֿרעמד, און צומאָל — זייער באַקאַנט און פֿאַרשטענדלעך. צום באַדויערן, הגם ס׳איז שוין פֿאַרלאָפֿן אַזאַ לאַנגע צײַט, הערשן אין דער וועלט פֿאַקטיש די זעלבע נטיות. די "ריינע וויסנשאַפֿטלער" האָבן פֿײַנט קאָמערץ און קאָנקורענץ, אָבער עס זענען אויך דאָ גענוג "שאַרלאַטאַנען", וועלכע שטרעבן צו פֿאַרוואַנדלען יעדע קליינע דערפֿינדונג אין אַ קוואַל פֿון צווייפֿלהאַפֿטיקן רווח.

אַפֿילו דאָס לעבן פֿון כעמיקער קאָן נאָך אַלץ זײַן סכּנותדיק. אַזוי ווי די אוראַלטע אַלכעמיקער, וואָס די קיניגן פֿלעגן זיי כּסדר פֿאַרדעכטיקן אין כּלערליי פֿאַרברעכנס, האָבן נישט ווייניק וויסנשאַפֿטלער אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט געליטן פֿון אומיושר און רדיפֿות. ווי דערמאָנט, האָט דיאָרד העווישע געמוזט אויסבאַהאַלטן דאָס גאָלד פֿון די נאַציס אויף אַן אומגעוויינטלעכן "אַלכעמישן" שטייגער. און אויך, ווי אינעם פֿאַל פֿון "מרים די ייִדענע", בלײַבן אַ סך וויכטיקע נעמען פֿון וויסנשאַפֿטלער בלויז אינעם זכּרון פֿון אַ קליינער צאָל היסטאָריקער.