‫פֿון רעדאַקציע

דעם 27סטן יאַנואַר האָט מען אָפּגעמערקט אין אייראָפּע דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין דעם טאָג האָט די סאָוועטישע אַרמיי באַפֿרײַט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ.

ווי עס פֿירט זיך אין דעם טאָג, הערן זיך פֿון די הויכע רעגירונג־טריבונעס, אײַנגעשלאָסן די “יו־ען", טרויעריקע רעדעס לזכּרון די אומגעבראַכטע 6 מיליאָן ייִדן. אַזוי גייט ער שוין אָן, דער יערלעכער ריטואַל: פֿון איין זײַט, רעדט מען וועגן דער גרויסער ייִדישער טראַגעדיע, וואָס איז אַגבֿ פֿאָרגעקומען נישט ערגעץ וווּ,

קונסט
" שענקט אַ נדבֿה! מיר זענען נישט אַזוי רײַך ווי אונדזערע טאַטע־מאַמעס זענען געווען אין אונדזער עלטער" — דיינאַ פֿראַדאָן, 1992

די "מאָרגאַן־ביבליאָטעק" וואָס דער פֿינאַנציר־מאַגנאַט פּירפּאַנט מאָרגאַן (1837—1913) האָט געגרידנעט מיט הונדערט יאָר צוריק האָט זיך אָנגעהויבן ווי זײַן פּריוואַטע ביבליאָטעק, און איז געוואָרן אַ וויכטיקער פּריוואַטער מוזיי און אומאָפּהענגיקע פֿאָרש־ביבליאָטעק אין צענטער ניו־יאָרק. אין 1924 האָט זײַן זון דזשאַק איבערגעמאַכט די ביבליאָטעק, און זי געמאַכט פֿאַר אַן עפֿנטלעכער אינסטיטוציע.

ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאַרטין סמאָל, אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן, מיט זײַנע קונסטווערק, אין דער היים, אין ברומפֿילד. זײַנע ווערק שילדערן אָפֿט די גרוילן פֿונעם חורבן

(אַ בינטל זכרונות וועגן אַ מערקווירדיקן קינסטלער, פּאָעט)

אין דעם נעקראָלאָג, וואָס איז דערשינען אין אונדזער "פֿאָרווערטס", דעם 19טן דעצעמבער 2008 האָט זײַן אַלמנה דאָריס און איר משפּחה, געלאָזט אונדז וויסן, אַז מאַרטין סמאָל (מאָטל שמולעוויטש) ז"ל "אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, קינסטלער און פּאָעט, איז אַוועק אין דער אייביקייט".

די דאָזיקע טרויער־מעלדונג האָט מיר פֿאַרשאַפֿט פֿיל צער און טרויער. ער איז געווען פֿאַר מיר אַ נאָענטער חבֿר און פֿרײַנד. איך בין זיכער, אַז דאָס זעלבע האָט גורם געווען בײַ די אַלע, וועלכע זענען געווען באַקאַנט און באַפֿרײַנדט מיט אים.

‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
יעקבֿ לעשצינסקי (צווייטער פֿון רעכטס), דער היסטאָריקער — שמעון דובנאָוו (אין מיטן), מאיר־אַבֿרהם הלוי פֿון בוקאַרעשט (לינקס) און אַנדערע דעלעגאַטן בײַ דער ייִוו״אָ־קאָנפֿערענץ שטייען בײַם קבֿר פֿון צמח שאַבאַד, דער פֿירער פֿון דער פֿאָלקספּאַרטיי און אַ גרינדער פֿון ייִוו״אָ, אין ווילנע

נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה איז בערלין געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿאַר ייִדישער טעטיקייט. אין דײַטשלאַנד בכלל און אין בערלין בפֿרט האָבן זיך באַזעצט טויזנטער פּלטים פֿון מיזרח-אייראָפּע. צווישן זיי זײַנען געווען אויך ניט ווייניק טוער פֿון ייִדישער קולטור. די היפּער-אינפֿלאַציע, וועלכע האָט געפּלאָגט די עקאָנאָמיע פֿון דײַטשלאַנד, האָט גלײַכצײַטיק געבראַכט רווח פֿאַר ייִדישע פֿאַרלעגער.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זענען מיר, הייסט עס, דאָס אויך שוין איבערגעקומען. כ’מיין, די מלחמה, וואָס איז פֿאָרמעל נאָך אַלץ נישט געווען קיין מלחמה לויט די קריטעריעס פֿון מלוכישן אָדער מיליטערישן לעקסיקאָן, נאָר בלויז אַן "אָפּעראַציע" באַקרוינט מיטן נאָמען "געגאָסענער בלײַ". זי האָט אויך געדויערט "נישט מער" ווי 22 טעג, אָבער לויטן פֿאַרנעם פֿון דער צאָל קרבנות פֿון דעם אָנגעגריפֿענעם צד, פֿון דער פֿאַרוויסטונג און פֿון דער ברוטאַלקייט, וואָס ווערט שוין דאָ — אין דעם פֿאָלקס־לשון און אין דער פּובליציסטיק — אָנגערופֿן:

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער באַשעפֿער האָט געזאָגט משה רבינו: "קום צו פּרעה, ווײַל איך האָב האַרט געמאַכט זײַן האַרץ און דאָס האַרץ פֿון זײַנע באַדינער". צו ווײַזן די ייִדן זײַן גרויסקייט, זיי זאָלן דערציילן זייערע קינדער און אייניקלעך וועגן די ניסים פֿון יציאת־מצרים, האָט דער אייבערשטער אַרײַנגעלייגט אין פּרעהס האַרץ די אומוויליקייט אַרויסצולאָזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, כּדי צו באַשטראָפֿן דאָס לאַנד מיט די לעצטע דרײַ מכּות: אַרבה (היישעריקן), חושך און מכת־בכורות.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ביסקופּ ריטשאַרד וויליאַמסאָן

דער אַמעריקאַנער עולם איז בדרך-כּלל צופֿרידן מיט די ערשטע טריט פֿונעם נײַעם פּרעזידענט. 68 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע לויבן באַראַק אָבאַמאַ — אַ העכערע אָפּשאַצונג, 72 פּראָצענט, האָט באַקומען אין די ערשטע טעג נאָר דזשאָן קענעדי, אין יאָר 1961. דאָך זײַנען 12 פּראָצענט אַמעריקאַנער גאָר ניט צופֿרידן מיט זייער פּרעזידענט, און בײַ אַ טייל פֿון זיי האָט עס, בלי-ספֿק, צו טאָן מיט אָבאַמאַס באַציִונג צו אַבאָרטן.

קהילה־לעבן, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Zvi Gitelman and Yaacov Ro

דער טיטל פֿונעם זאַמלבוך לכּבֿוד פּראָפֿעסאָר מרדכּי אַלטשולער, דעם פֿאָטער פֿון די סאָוועטישע ייִדישע שטודיעס אין ישׂראל, כאַפּט אויף דעם סאַמע עצם פֿון דער דרײַ־שטופֿיקער קאָנצעפּציע פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער געשיכטע אינעם 20סטן יאָרהונדערט, וועלכע האָט לאַנגע יאָרן געהערשט אין דער מערבֿדיקער וויסנשאַפֿט׃ פֿון רעוואָלוציע צו רעפּרעסיעס אין ווײַטער צום אויפֿלעב.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איידער איך גיי צו צו די חתונות, וועל איך אָנהייבן מיט מײַן אייגענער. וועגן מײַן חתונה־קלייד האָב איך שוין געשריבן, נאָר נישט וועגן דער חתונה גופֿא. ערשטנס, איז דאָס געווען איינע פֿון די ייִדישלעכסטע חתונות, כאָטש איך בין נישט געווען אין גאַנצן בײַם זינען. צווישן די געסט איז געווען די סמעטענע פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער געזעלשאַפֿט: ד״ר מאַקס ווײַנרײַך און זײַן פֿרוי רעגינע, זייער זון אוריאל און בינע ווײַנרײַך

קינאָ
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "אַ מיליאָנער פֿון אַ דלות-געגנט"

די טעג האָב איך געקוקט, מיט גרויס הנאה, דעם פֿילם Slumdog Millionaire, "אַ מיליאָנער פֿון אַ דלות-געגנט", וואָס וועט, אַ פּנים, צונויפֿקלײַבן אין דעם סעזאָן אַ היפּש ביסל באַלוינונגען. ס'איז אַן אינטערעסאַנטע קינאָ-אַרבעט — ניט קיין אינדישע, נאָר וועגן אינדיע, וועגן אַ לאַנד וואָס שליסט זיך אײַן אין דער מאָדערנער וועלט.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין אַ נישט־חתונה געהאַטע פֿרוי און ס‘איז מיר שוין נימאס געוואָרן, וואָס אַלע פֿרעגן בײַ מיר צי איך האָב "עמעצן". איך בין אַלט 34 יאָר און האָב אַ פֿײַנע קאַריערע ווי אַן אַדוואָקאַטקע. איך האָב אַ סך חבֿרים און האָב הנאה פֿון פֿאַרשיידענע אינטערעסן. געוויינטלעך, האָב איך אַ סך צוטרוי צו זיך.

רעצעפּטן

אַ נײַער אײַנפֿאַל פֿאַר אײַער קינדס שול־מיטאָג: באַשמירט קליינע פּיטאַס (3 אינטשעס אָדער 7.6 צענטימעטער) מיט צעמאָלענע בעבלעך (בעבלעך גיבן צו פּראָטעיִן) און לייגט אַרײַן אין דער פּיטאַ זײַנע באַליבטסטע גרינסן.

דאָס איבערגעבליבענע "בעבל־פּוטער" קענט איר ניצן שפּעטער ווי אַ טינקעכץ פֿאַר גרינסן, אָדער פּיטאַ־טשיפּקעלעך.