מאַרטין סמאָל, אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן, מיט זײַנע קונסטווערק, אין דער היים, אין ברומפֿילד. זײַנע ווערק שילדערן אָפֿט די גרוילן פֿונעם חורבן |
Photo by David Jennings |
(אַ בינטל זכרונות וועגן אַ מערקווירדיקן קינסטלער, פּאָעט)
אין דעם נעקראָלאָג, וואָס איז דערשינען אין אונדזער "פֿאָרווערטס", דעם 19טן דעצעמבער 2008 האָט זײַן אַלמנה דאָריס און איר משפּחה, געלאָזט אונדז וויסן, אַז מאַרטין סמאָל (מאָטל שמולעוויטש) ז"ל "אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, קינסטלער און פּאָעט, איז אַוועק אין דער אייביקייט".
די דאָזיקע טרויער־מעלדונג האָט מיר פֿאַרשאַפֿט פֿיל צער און טרויער. ער איז געווען פֿאַר מיר אַ נאָענטער חבֿר און פֿרײַנד. איך בין זיכער, אַז דאָס זעלבע האָט גורם געווען בײַ די אַלע, וועלכע זענען געווען באַקאַנט און באַפֿרײַנדט מיט אים. ביז די לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן איז ער פֿאַרבליבן אַ זעלטענע פֿיגור אין אונדזער מחנה, איינער פֿון די וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם שרעקלעכן חורבן און אויף די עלטערע יאָרן געפֿונען אין זיך פֿיזישע און גײַסטיקע כּוחות, צו ווידמען זײַן צײַט און זײַן פֿריש־אַנטדעקטן טאַלאַנט, צו פֿאַראייביקן דעם חורבן־זכּרון אין וואָרט, אין פּלאַסטישער און מאָלערישער קונסט, צו זײַן טעטיק אין פֿאַרשיידענע קולטור־געזעלשאַפֿטלעכע אַקטיוויטעטן אין זײַנע וווינונגס־ערטער אין אַמעריקע.
מאָטל (מרדכי־לייב) האָט געשטאַמט פֿון דעם קליין שטעטל מייטשעט, ניט ווײַט פֿון באַראַנאָוויטש, אין פּויליש־ווײַסרוסלאַנד, וואָס ליגט בײַ דער הויפּט־באַן־ליניע, וואָס פֿאַרבינדט די געגנט מיט וואַרשע, ווילנע, לידע, סלאָנים, מיט דער גרויסער וועלט בכלל.
פֿון דעם שטעטל מייטשעט האָבן אויך געשטאַמט מײַן גאָטזעליקע מאַמע ע"ה און איר גאַנצע משפּחה. דאָס דאָזיקע שטעטל איז געווען אַרומגערינגלט מיט בעריאָזע־ און סאָסנע־וועלדער און שטילע, פּאַסטאָראַלע דערפֿער.
אין די הייסע זומער־חדשים פֿון יאָר פֿלעגן אַהין קומען זיך אָפּרוען ייִדן מיט זייערע משפּחות פֿון ווײַט און פֿון נאָענט, באַזונדערס די יוגנט פֿון דער גאַנצער געגנט, ווי אויך די ישיבֿה־בחורים פֿון די ישיבֿות אין נאַוואַרעדאָק, סלאָנים, מיר (דאַמיר), קלעצק א"אַנד.
מײַן געבורט־שטעטל זשעטל ליגט בלויז 24 קילאָמעטער פֿון מייטשעט, פֿלעגן איך און מײַן שוועסטער פֿאַניע קומען צו גאַסט צו מײַן זיידן און באָבען יעדן זומער. דאָרטן האָב איך זיך געחבֿרט מיט מרדכי־לייב שמולעוויטש. כאָטש ער איז געווען מיט עטלעכע יאָר עלטער פֿון מיר, זענען מיר ביידע געווען חבֿרים אין דער "שומר־הצעיר"־באַוועגונג.
די בלוטיקע אָקופּאַציע פֿון אונדזער געגנט דרוך דער דײַטשישער אַרמיי האָט געמאַכט אַ סוף צו אונדזער דעמאָלטיקן פֿרידלעכן שטייגער־לעבן. אונדזערע היימען זענען צעשטערט און חרובֿ געוואָרן, אונדזערע משפּחות זענען מערדערלעך אומגעבראַכט געוואָרן דורך די נאַציס און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער...
מיט נסים האָבן מיר ביידע, איך אין זשעטל און מרדכי־לייב אין מייטשעט זיך געראַטעוועט פֿון טויט. יעדער איינער פֿון אונדז איז דורכגעגאַנגען דעם גיהנום פֿון דעם חורבן.
מאָטל, ווי איך האָב אים ליבלעך און היימיש גערופֿן, האָט פֿאַרלאָרן אין די שחיטות זײַן פֿאָטער שלמה, זײַן מוטער אסתּר, זײַנע צוויי קליינע שוועסטערלעך פּעשע און עלקע זענען אומגעקומען אין מייטשעטער געטאָ. די שטעטלדיקע קריסטן האָבן געכאַפּט מאָטלען, צוזאַמען מיט נאָך 20 יונגע־לײַט, און זיי אַלעמען איבערגעגעבן אין די הענט פֿון די דײַטשן, וועלכע האָבן זיי אַלעמען אַוועקגעשיקט קיין באַראַנאָוויטש, און דאָרטן זיי פֿאַרשפּאַרט אין געטאָ.
מאָטל האָט געאַרבעט שווער בײַ דעם דײַטשישן מיליטער־דאָקטער, וועלכער איז געווען דער וואָס האָט באַשטימט וויפֿל ייִדן מען דאַרף אויסהרגענען אין די שחיטות.
אין איינער אַ נאַכט אַנטלויפֿט מאָטל פֿון געטאָ אין דעם דערבײַיִקן וואַלד, וווּ ער טרעפֿט זיך מיט זײַנע צוויי קוזינס חנן און משה. זיי שליסן זיך אָן אין דער פּאַרטיזאַנער־אָפּטיילונג א"נ "Грозный" (מוראדיקער), וווּ זיי נעמען אָנטייל אין אָפֿטע קאַמפֿן מיט די דײַטשן.
נאָך דער באַפֿרײַונג ווערט ער מאָביליזירט אין דער סאָוועטישער אַרמיי. אין איינער פֿון די קאַמפֿן אויפֿן פֿראָנט ווערט ער פֿאַרוווּנדעט אין דער רעכטער האַנט. נאָך לאַנגע וואַנדערונגען קומט ער ענדלעך אָן קיין איטאַליע, וווּ ער פֿאַרבלײַבט גאַנצע פֿינף יאָר. פֿון דאָרטן קומט ער אָן קיין אַמעריקע. ער האָט חתונה מיט דבֿורהן, אַ געראַטעוועטע פֿון בערלין, אַ דאַנק דעם קינדער־טראַנספּאָרט, וואָס איז אָנגעקומען פֿון דײַטשלאַנד קיין ענגלאַנד, נאָענט פֿאַר דעם אויסבראָך פֿון דער מלחמה.
נאָך דעם ווי ער גייט אַרויס אויף פּענסיע פֿון זײַן אַרבעט אין מאַנהעטן, ניו־יאָרק, באַזעצט ער זיך מיט זײַן משפּחה אין האָנטיגטאָן, לאָנג־אײַלענד.
די זומער־וווינונג באַשטייט פֿון צוויי נידעריקע, הילצערנע געבײַדעס אין שאָטן פֿון געדיכטע ביימער אַרום, דערמאָנען אים יעדן טאָג אָן זײַן אַלטער היים אין מייטשעט און אָן זײַנע קינדער־ און יוגנט־יאָרן. די דאָזיקע זכרונות זענען געווען בײַ אים טיף אײַנגעבאַקן אין האַרצן. ער דערפֿילט אַן אינערלעכן דראַנג אויסצודריקן זײַנע ליידן און איבערלעבונגען אין די מלחמה־יאָרן. ער נעמט זיך צום פּענדזל, צו מאָלערײַ און צום שאַרפֿן מעסער פֿון האָלץ־שניצערײַ.
מיט דער צײַט שאַפֿט ער אין קאָליר אויף דער קאַנווע, די קאָשמאַרע בילדער פֿון דעם אומקום פֿון זײַן משפּחה אין מייטשעט, פֿון די מיליאָנען אויסגעשאָכטענע און פֿאַרגאַזטע אין די געטאָס און לאַגערן, בילדער וואָס האָבן אים ניט געלאָזט רוען אין די שלאָפֿלאָזע נעכט, זינט דער מלחמה.
כאָטש ער האָט קיין מאָל נישט שטודירט פֿאָרמעל מאָלערײַ און האָלץ־שניצערײַ, האָט ער באַוויזן סוגעסטיוו און בילדעריש צו שילדערן אין גליִיִקע פֿאַרבן, די אימאַזשן פֿון די קרבנות וואָס שוועבן נאָך אַלץ פֿאַר זײַנע אויגן.
יעדע פֿון זײַנע שאַפֿונגען זענען באַגלייט מיט ציטאַטן פֿון תּנ"ך און תּפֿילות. זיי דריקן אויס צער און ווייטיק פֿון דעם קינסטלער אַליין, וואָס זענען אויך דער אויסדרוק־געשריי פֿון ייִדישן פֿאָלק בכלל.
עס איז ניט קיין וווּנדער, וואָס זײַנע האָלץ־שניצערײַען טראָגן די נעמען: "עקדת־יצחק", די "לוחות מיט די עשׂרת־הדיברות", "תּקיעת־שופֿר", "ירמיהו הנבֿיא באַוויינט דעם חורבן", "זכרונות פֿון שטעטל", "אַ חתונה אין שטעטל", "אַ מאַרקטאָג אין שטעטל" א"אַ. ער האָט אויך געווידמעט זײַנע שאַפֿונגען נאַציאָנאַלע טעמעס: "די גאָלדענע מנורה און דער מגן־דוד", "אם אשכּחך ירושלים, תּשכּח ימיני". די אותיות פֿון דעם דאָזיקן האָלץ־אויסשניט זענען אַרומגערינגלט מיט טאַנצנדיקע ייִדן, אַלט און יונג.
איך דערמאָן דאָ בלויז אַ קליין טייל פֿון די דאָזיקע סקולפּטורן, וואָס שילדערן דעם אומקום פֿון די זעקס מיליאָן קדושים.
מיט שטאָלץ האָט מיר מאַרטין דערציילט, בײַ אונדזער לעצטער באַגעגעניש, אַז זײַן גרויס בילד, אַ קאָלאַזש אין האָלץ, וואָס ער האָט אָנגערופֿן "געשרייען וואָס טראָגן זיך פֿון פֿײַער" געפֿינט זיך אין דער פּערמאַנענטער קונסט־גאַלעריע פֿון בילדער און סקולפּטור אין "יד־ושם", אין ירושלים. זײַנע שאַפֿונגען פֿון די קונסטבילדער, אויסגעשניצטע סקולפּטורן זענען געווען אויסגעשטעלט אין אַמעריקע און אין אייראָפּעיִשע לענדער.
מאַרטין סמאָל האָט געפֿונען די נייטיקע גײַסטיקע און פֿיזישע כּוחות צו זײַן שעפֿעריש און אַקטיוו אויף די עלטערע יאָרן, בײַצוטראָגן צו דעם ווויל פֿון די קהילות וווּ ער האָט געוווינט. ער האָט אויך געשריבן פּאָעזיע און פּראָזע אויף דער טעמע פֿון חורבן. ער פֿלעגט אויפֿטרעטן פֿאַר קינדער און יוגנטלעכע אין די שולעס און אויף אַנדערע פֿאָרומס פֿאַר דערוואַקסענע מיט רעפֿעראַטן וועגן דעם חורבן און די קאַמפֿן פֿון די פּאַרטיזאַנער־גרופּעס, אין וועלכע ער האָט פּערזענלעך אָנטיילגענומען.
ער האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך זכרונות אין ענגליש א"נ "Remember us" (געדענקט אונדז), אַ זאַמלונג פֿון עסייען וועגן אומקום פֿון דעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ער האָט אויך געשאַפֿן אַ וועבזײַטל אויף דער דאָזיקער טעמע אויף דער אינטערנעץ: martinsmallholocaustsurvivor.com.
מאַרטין סמאָל (שמולעוויטש) איז געווען אַן איבערגעגעבענער לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". ער פֿלעגט אָפֿט זיך טיילן מיט די לייענער פֿון דער צײַטונג מיט זײַנע געדאַנקען און זכרונות.
ערשט דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש יולי 2008, איז אין "פֿאָרווערטס" דערשינען זײַן לענגערער בריוו אין וועלכן ער דריקט אויס זײַן ליבע און פֿאַרערונג פֿאַר דער צײַטונג.
עס איז כּדאַי איבערצוגעבן עטלעכע פּאַראַגראַפֿן פֿון דעם דאָזיקן מערקווירדיקן בריוו:
"...איך, אַן 91־יאָריקער, זיץ איצט, שרײַב און לייען די גאָלדענע ווערטער אין ייִדיש, געשריבן פֿון מײַן חבֿר פֿון דער אַלטער היים מרדכי דוניץ, וועלכער וווינט איצט אין אונדזער פֿרײַער ארץ־ישׂראל און מײַן האַרץ קוועלט.
דאָס איז אַ צײַטונג, וואָס מענטשן לייענען אויף דער גאַנצער וועלט אַ דאַנק אײַך. איך האָב ניט קיין ווערטער אויסצודריקן אײַך מײַן דאַנק.
מרדכי דוניץ זאָל נאָר זײַן געזונט און אויף לאַנגע יאָרן שרײַבן זײַנע אַרטיקלען אין אונדזער הייליקער ייִדישער שפּראַך. איך ווינטש אויך אַלע אונדזערע ייִדישע שרײַבער אין "פֿאָרווערטס" לאַנגע, געזונטע יאָרן.
וועגן מײַן לעבן און שאַפֿן קען מען לייענען אין מײַן בוך אויף דעם וועבזײַטל אויף דער אינטערנעץ.
זײַט אַלע געזונט.
מיט גרוס
מאַרטין סמאָל
דענווער, קאָלאָראַדאָ, אַמעריקע"
כּבֿוד זײַן הייליקן אָנדענק!