קהילה־לעבן, ליטעראַטור
Zvi Gitelman and Yaacov Ro
Zvi Gitelman and Yaacov Ro

דער טיטל פֿונעם זאַמלבוך לכּבֿוד פּראָפֿעסאָר מרדכּי אַלטשולער, דעם פֿאָטער פֿון די סאָוועטישע ייִדישע שטודיעס אין ישׂראל, כאַפּט אויף דעם סאַמע עצם פֿון דער דרײַ־שטופֿיקער קאָנצעפּציע פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער געשיכטע אינעם 20סטן יאָרהונדערט, וועלכע האָט לאַנגע יאָרן געהערשט אין דער מערבֿדיקער וויסנשאַפֿט׃ פֿון רעוואָלוציע צו רעפּרעסיעס אין ווײַטער צום אויפֿלעב. אין הסכּם מיט דער דאָזיקער קאָנצעפּציע באַטראַכט מען, איינס נאָכן אַנדערן, אַזעלכע טעמעס ווי ייִדן און די סאָוועטישע מאַכט, דער סאָוועטישער אַנטיסעמיטיזם, דאָס אויפֿבויען פֿון ייִדישע קהילות נאָך קאָמוניזם, און דער רוסיש־ייִדישער "גלות" אין ישׂראל.

דאָס בוך שפּיגלט אָפּ די מעלות און חסרונות פֿון אָט דעם צוגאַנג. די דאָזיקע סכעמע אַרבעט גוט, ווען עס גייט די רייד וועגן ייִדן מיט אַ קלאָר־באַשטימטער אידענטיטעט — נאַציאָנאַלער אָדער רעליגיעזער. אָבער מיט דער צײַט האָט די מערהייט פֿון די סאָוועטישע ייִדן, בפֿרט אין די גרויסע שטעט, אָנגעוווירן זייער "ייִדישן" כאַראַקטער, דעריבער פֿאַרלירט די קאָנצעפּציע איר שאַרפֿן פֿאָקוס.

דער היסטאָרישער טייל, בפֿרט די אַרטיקלען וועגן דער תּקופֿה צווישן דער רעוואָלוציע און דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז דער סאַמע באַלערעוודיקער אינעם בוך. דאָ געפֿינט מען רעפֿעראַטן וועגן דעם פּרוּוו צו אָרגאַניזירן ספּעציעלע "ייִדישע באַטאַליאָנען" אין דער רויטער אַרמיי (אָלעג בודניצקי), וועגן דער ציוניסטישער אַקטיוויטעט אין די ערשטע יאָרן פֿון דער סאָוועטישער מלוכה (זיווה גלילי), וועגן ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע ייִשובֿים (יונתן דקל־חן), וועגן ייִדן אין די ווײַסרוסישע שטעטלעך (אַרקאַדי זעלצער) און אין לענינגראַד (מיכאל בייזער).

אַנדערע רעפֿעראַטן אַנאַליזירן דעם דעמאָגראַפֿישן מצבֿ פֿונעם רוסישן ייִדנטום (מאַרק טאָלץ און סערדזשיאָ דעלאַ פּערגאָלאַ), ווי אויך די סאָציאַלע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין דער סאָוועטישער (שמואל ברני, זאבֿ כאַנין) און פּאָסט-סאָוועטישער תּקופֿה (מאַרשאַל גאָלדמאַן, טעאָדאָר פֿרידגוט). אין די דאָזיקע אַרטיקלען קומט אַרויס אַ געוויסע פּאָליטישע דאָגמאַטישקייט, אַ נטיה צו באַטראַכטן די ייִדן, קודם־כּל, דורך זייער באַציִונג צו דער מאַכט. דער פֿאָקוס פֿון אַזעלכע שטודיעס איז כּסדר אָנגעשטעלט אויף דער "סמעטענע" — די פּאָליטישע, עקאָנאָמישע און קולטורעלע עליט, וואָס וווינט אין די גרויסע שטעט. דער עמך פֿון דער סאָוועטישער פּראָווינץ, די ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר מיט זייערע טאָג־טעגלעכע דאגות, האָבן עד־היום ניט קיין פּלאַץ אין דער דאָזיקער געשיכטע.

ווען מען קוקט אויף דער ייִדישער געשיכטע דורך סאָציאַל־פּאָליטישע ברילן, זעט מען ניט אַ סך קלייניקייטן, פֿון וועלכע עס באַשטייט דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון פּשוטע מענטשן. די "ייִדישע אידענטיטעט", וואָס מען זוכט מיט אַ ליכט, דריקט זיך אויס ניט אומבאַדינגט אין דעם, וויפֿל מאָל אַ יאָר מע באַזוכט אַ שיל אָדער אַ ייִדישן קהילה־צענטער. אַ סך וויכטיקער דאָ זײַנען געוויסע השׂגות, ווערטן און אַפֿילו זאַבאָבאָנעס, וואָס באַשטימען דעם וועלטבאַנעם פֿון אַ יחיד און פֿון אַ כּלל. פֿאַר דעם איז די סאָציאַלע סטאַטיסטיק מיט אירע אַנקעטעס ניט זייער ניצלעך, ווײַל פֿון די ענטפֿערס "יאָ" אָדער "ניין" באַקומט מען ניט קיין רעאַלן פּאָרטרעט פֿון די סאָוועטישע ייִדן.

סאָציאָלאָגן אַליין באַמערקן, אַז זיי זײַנען ניט בכּוח צו דערקלערן די פּראָצעסן, וואָס זיי פֿיקסירן בײַ זייערע אויספֿרעגן. פֿון איין זײַט, מערקט אָפּ ראָזאַלינע ריווקינאַ, די פֿירנדיקע רוסישע קענערין אין דער ייִדישער סאָציאָלאָגיע, זעט מען אַ קלאָרע טענדענץ צו אַ פֿולקומער אַסימילאַציע. די רוסישע ייִדן פֿאַרמאָגן שוין לאַנג ניט קיין "עטנישע" סימנים, אַזעלכע ווי שפּראַך, טראַדיציעס, וכדומה. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, באַמערקט מען אַ בולטע טענדענץ צו ווערן מער "ייִדיש", בפֿרט צווישן דעם ייִנגערן דור. ייִדן פֿילן זיך סײַ מער רוסיש און סײַ מער ייִדיש.

אַזאַ מין "היברידישע" אידענטיטעט איז ניט קיין חידוש פֿאַר די מאָדערנע קולטור־שטודיעס. די פֿאָרמעלע אויסערלעכע פֿאַקטאָרן שפּילן דערבײַ ניט קיין מכריעדיקע ראָלע. כּדי צו פֿאַרשטיין און באַשרײַבן אָט דעם מין אידענטיטעט, דאַרף מען זיך אָפּזאָגן פֿון גרייטע סכעמעס און מיט אויפֿמערק זיך צוקוקן צו דעם, וואָס עס קומט פֿאָר מיט די מענטשן "אויף אַן אמת". אַנשטאָט צו שטעלן פֿראַגעס, וואָס מען קאָן אויף זיי ענטפֿערן נאָר מיט אַ "יאָ" אָדער "ניין", דאַרף מען זיך צוהערן צו דעם, וואָס מען דערציילט וועגן דעם אייגענעם לעבן. נאָר דעמאָלט וועט מען קאָנען אויפֿבויען אַ קאָנצעפּציע פֿון רוסיש־ייִדישן לעבן מיט אַן אייגענער לאָגיק, און ניט לויט דער לאָגיק פֿון די אַמעריקאַנער אָדער ישׂראלדיקע פֿאָרשער.

די קולטורעלע "היברידישקייט" פֿונעם רוסישן ייִדנטום דריקט זיך אויס אויף ביז גאָר מאָדנע אופֿנים, ווי למשל, די אייגנטימלעכע פֿאַרשמעלצונג פֿון ייִדישקייט און קריסטנטום, וואָס מען געפֿינט בײַ אַ סך רוסישע ייִדן. אין דער רוסישער פּראַוואָסלאַוונער קירך פֿאַרנעמען אַזעלכע "ייִדן" אַן אָנזיכטיק אָרט, בפֿרט אין דעם ליבעראַלן פֿליגל. זייערע שטימען ווערן אַלץ בולטער אין דער מאָדערנער רוסישער קולטור, און זיי פֿאַרמאָגן אַ קלאָרן "ייִדישן" אַקצענט, ווי למשל, אין די לידער פֿון דעם אָדעסער דיכטער באָריס כערסאָנסקי. אַזאַ מין פֿענאָמען קאָן מען ניט באַגרײַפֿן פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון דער "נאָרמאַטיווער" ייִדישקייט. מען קאָן זיך אַמפּערן, צי כערסאָנסקי און אַנדערע קריסטלעך־ייִדישע ליטעראַטן האָבן עפּעס צו טאָן מיט דער "רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור" (און צי אַזאַ מין זאַך עקזיסטירט בכלל), אָבער דאָס איז בלי־ספֿק אַ וויכטיקער קולטורעלער פֿענאָמען פֿונעם רוסיש־ייִדישן קיום, וואָס נייטיקט זיך אין אַ געהעריקן אַנאַליז.