פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער באַשעפֿער האָט געזאָגט משה רבינו: "קום צו פּרעה, ווײַל איך האָב האַרט געמאַכט זײַן האַרץ און דאָס האַרץ פֿון זײַנע באַדינער". צו ווײַזן די ייִדן זײַן גרויסקייט, זיי זאָלן דערציילן זייערע קינדער און אייניקלעך וועגן די ניסים פֿון יציאת־מצרים, האָט דער אייבערשטער אַרײַנגעלייגט אין פּרעהס האַרץ די אומוויליקייט אַרויסצולאָזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, כּדי צו באַשטראָפֿן דאָס לאַנד מיט די לעצטע דרײַ מכּות: אַרבה (היישעריקן), חושך און מכת־בכורות.

צום סוף, ווען אַזויפֿיל משונהדיקע צרות האָבן צעשאָקלט זײַן לאַנד, האָט פּרעה געהייסן די ייִדן צו פֿאַרלאָזן מצרים. הגם אינעם חומש "בראשית" זענען שוין געגעבן געוואָרן עטלעכע מיצוות — למשל, צו האָבן קינדער און צו מל זײַן די ייִנגלעך — זענען זיי געגעבן געוואָרן, בײַם אָנהייב, בלויז צו די אָבֿות, וועלכע האָבן זיי איבערגעגעבן בירושה צו זייערע אייניקלעך. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערקלערט די ערשטע מיצווה, וואָס איז געגעבן געוואָרן פֿאַרן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק: אָנצוהייבן דעם ייִדישן לוח פֿונעם חודש, ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים.

"דער דאָזיקער חודש זאָל זײַן פֿאַר אײַך דער ערשטער חודש אינעם יאָר". רש״י און אַנדערע מפֿרשים פֿרעגן אַפֿילו אַ קשיא: פֿאַרוואָס הייבט אָן די תּורה פֿון בריאת־העולם, און נישט פֿון דער הײַנטיקער פּרשה? יציאת־מצרים, די געשיכטע פֿון דער ייִדישער באַפֿרײַונג פֿון שקלאַפֿערײַ, ווען די ייִדן זענען צום ערשטן מאָל געוואָרן אַ פֿרײַ פֿאָלק, כּדי זיך אָפּצוגעבן מיט די ענינים פֿון רוחניות, ווערט פֿאַרגליכן צו מעשׂה־בראשית, די באַשאַפֿונג פֿון דער גאַנצער וועלט.

די הײַנטיקע סדרה, אין וועלכער עס ווערט דערציילט וועגן די לעצטע דרײַ מכות־מצרים, איז וווּנדערלעך פֿאַרבונדן מיט מעשׂה־בראשית. אין די ערשטע פּסוקים פֿון דער תּורה שטייט, אַז די ערד איז געווען "תּוהו ובֿוהו וחושך על־פּני־תּהום ורוח אלקים מרחפֿת על־פּני המים". בעת די מכּות, האָבן אין מצרים זיך "אָפּגעשטעלט" די יסודות פֿון דער וועלט. די מכּה פֿון אַרבה, היישעריקן, האָט רעפּרעזענטירט "תּוהו" — דעם כאַאָס; דערנאָך איז געקומען די מכּה פֿון חושך; צום סוף, האָט ג־טלעכקייט איבערגעהיפּט די הײַזער פֿון די ייִדן, און באַשטראָפֿט די בכורים פֿון די מיצרישע רשעים.

ס׳איז דאָ אַ מחלוקת־חז״ל, ווען די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן: אין תּשרי, צי אין ניסן. אַ טייל מפֿרשים האַלטן, אַז אין תּשרי, אין אָדם־הראשונס צײַטן, איז די וועלט באַשאַפֿן געוואָרן בלויז "במחשבֿה", ווי אַ געדאַנק; אין ניסן, בײַ יציאת־מצרים, איז זי געקומען צו דער אמתער עקזיסטענץ.

ווי ס׳איז באַקאַנט, פֿאָקוסירט זיך די תּורה אויפֿן מענטש. די הײַנטיקע וויסנשאַפֿטלער האָבן אויפֿגעוויזן — ווי עס ווערט שוין פֿון קדמונים אָן דערקלערט אין די קבלה־ספֿרים — אַז די פֿיזישע וועלט עקזיסטירט שוין מיליאַרדן יאָר. די ייִדישע צײַט־רעכענונג, וועלכע הייבט זיך אָן פֿון תּשרי, איז אָבער פֿאַרבונדן מיט דער באַשאַפֿונג פֿון אָדם־הראשון — דער פֿאָטער פֿון דער הײַנטיקער מענטשלעכער ציוויליזאַציע. אַן אַקטועלע, אמתע וועלט האָט זיך אָנגעהויבן מיטן באַשאַף פֿון באַשעפֿענישן, וואָס פֿאַרמאָגן אַן אמתן שׂכל, בחירה־חפֿשית און פֿעיִקייט צו באַנעמען רוחניות.

אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער באַשעפֿער געהייסן משה גיין צו פּרעה, "ווײַל ער האָט געמאַכט זײַן האַרץ האַרט". די מפֿרשים זענען מסביר, אַז פּרעה האָט פֿאַרלוירן זײַן פֿרײַען ווילן — דערפֿאַר האָט ער זיך אָפּגעזאָגט צו באַפֿרײַען די ייִדן, הגם זײַן לאַנד האָט געליטן פֿון משונהדיקע ג-טלעכע שטראָפֿן.

עס פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא: אויב אַפֿילו פּרעה איז געווען דער גרעסטער רשע אין דער וועלט, ווי אַזוי האָט ער געקאָנט פֿאַרלירן די עצם־מענטשלעכע עקזיסטענץ — זײַן בחירה־חפֿשית? און אויך, אויב דער אייבערשטער האָט בײַ אים טאַקע צוגענומען די פֿעיִקייט אָנצונעמען זײַנע אייגענע באַשלוסן, פֿאַרוואָס איז ער באַשטראָפֿן געוואָרן? אַ שוטה, וואָס האָט נישט קיין קלאָרן שׂכל, איז דאָך נישט שולדיק אין זײַנע אַקציעס.

די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז פּרעה האָט זיך אַליין אַרײַנגעבראַכט אין אַזאַ "פּאַסטקע". ווי אַ מעכטיקער קיניג, האָט ער געגלייבט, אַז ער איז דער סאַמע אומאָפּהענגיקער און פֿרײַער מענטש אין דער וועלט, וועלכער קאָן טאָן וואָס ער וויל. אין דער אמתן, אָבער, איז ער געוואָרן אַ שקלאַף פֿון זײַן אייגענעם עגאָיִזם.

אַלע זאַכן אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט דעם מענטשלעכן פֿרײַען ווילן, זענען מאַניפֿעסטאַציעס פֿון ג-טלעכקייט. דער ערשטער טשערנאָבילער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר "מאור עינים", אַז הגם די פּערזענלעכע פֿרײַהייט און די ג-טלעכע השגחה זעען אויס, אויפֿן ערשטן בליק, ווי היפּוכדיקע זאַכן, זענען זיי, אין דער אמתן, איינס און דאָס זעלבע, ווײַל אַלע מענטשלעכע באַשלוסן זענען גופֿא אַ טייל פֿון ג-טלעכער אַנטפּלעקונג.

ווען די ג-טלעכע אייניקייט פֿון אַלע זאַכן וואָלט אַנטפּלעקט געוואָרן אויף אַ דירעקן אופֿן, וואָלט די וועלט נישט געקאָנט עקזיסטירן בכלל. דעריבער, ווי עס שטייט אין די ספֿרי־חסידות, הייבט זיך די מעשׂה־בראשית אָן דווקא מיטן צווייטן אות פֿונעם אַלף־בית. די אילוזיע פֿון "צווייטקייט", פֿון באַזונדערער עקזיסטענץ, דערמעגלעכט דעם מענטש צו פֿילן זיך ווי אַן אומאָפּהענגיקע באַשעפֿעניש. דעמאָלט, אָבער, פֿרעגט זיך אַן אַנדער קשיא: ווי אַזוי קאָן מען רעדן וועגן פֿרײַהייט, ווען אונדזער אומאָפּהענגיקייט איז בלויז אַן אילוזיע?

ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿאָריקע פּרשיות, זענען די נעמען פֿון די סדרות מרמז אויף זייער טיפֿן תּוכן. די חסידישע ספֿרים זענען מסביר, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו צו טרעפֿן זיך מיט פּרעה, כּדי "זיך אַרײַנצוקוקן" אין זײַן פֿינצטערער נשמה און פֿאַרשטיין, ווי אַזוי צו לייזן די סתּירה צווישן דער מענטשלעכער פֿרײַהייט און דער אַבסאָלוטער ג-טלעכער השגחה.

צוליב זײַן עקסטרעמען עגאָיִזם, האָט פּרעה פֿאַרלוירן זײַן פֿרײַען ווילן, הגם אין זײַן האַרץ האָט ער זיך געפֿילט ווי אַ הערשער איבער דער גאָרער וועלט. משה רבינו האָט אָפּגעלערנט פֿון אים אַ פֿאַרקערטן לימוד: ווען אַ צדיק ווערט בטל אינעם ג-טלעכן ליכט, און ווערט אינגאַנצן פּטור פֿון עגאָיִזם, ווערט ער אינגאַנצן פֿרײַ. רבי מענדעלע וויטעבסקער דערקלערט אין זײַן ספֿר "פּרי האָרץ", בײַ דער הײַנטיקער פּרשה, אַז אַנשטאָט צו ווערן געפֿירט דורך דער ג-טלעכער השגחה, ווערט דער צדיק אַליין "אַ שטיק ג-טלעכקייט".

צוליב דער דאָזיקער באַגעגעניש מיט פּרעה, האָט משה רבינו פֿאַרשטאַנען, ווי אַזוי די מענטשלעכע באַזונדערקייט, אויסגעדריקט אינעם אות "בית", פּאָרט זיך צונויף מיט דער ג־טלעכער אייניקייט, "אַלף". דערפֿאַר הייסט די הײַנטיקע פּרשה "בא" — "בית־אַלף". ניסן, דער חודש פֿון יציאת־מצרים, ווערט באַטראַכט ווי אַן אָנהייב פֿון אַ נײַער וועלט, ווײַל דעמאָלט האָט זיך אויף אַ טיפֿערער, עצמדיקער מדריגה אַנטפּלעקט דעם ענין פֿון פֿרײַהייט, בחירה־חפֿשית און די באַציִונגען צווישן דעם מענטש און ג־ט.