דעם 27סטן יאַנואַר האָט מען אָפּגעמערקט אין אייראָפּע דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין דעם טאָג האָט די סאָוועטישע אַרמיי באַפֿרײַט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ.
ווי עס פֿירט זיך אין דעם טאָג, הערן זיך פֿון די הויכע רעגירונג־טריבונעס, אײַנגעשלאָסן די “יו־ען", טרויעריקע רעדעס לזכּרון די אומגעבראַכטע 6 מיליאָן ייִדן. אַזוי גייט ער שוין אָן, דער יערלעכער ריטואַל: פֿון איין זײַט, רעדט מען וועגן דער גרויסער ייִדישער טראַגעדיע, וואָס איז אַגבֿ פֿאָרגעקומען נישט ערגעץ וווּ, אויף אַן אַנדער פּלאַנעט, נאָר פֿאַר די אויגן פֿון דער זעלבער אייראָפּע; און פֿון דער אַנדערער זײַט, ממש נאָך מיט אַ וואָך צוריק, איז מען פֿון די הויכע רעגירונג־טריבונעס שוין גרייט געווען צו פֿאַרגלײַכן די אַנטי־טעראָריסטישע אָפּעראַציע פֿון ישׂראל מיט די מעשׂים פֿון די נאַצישע "זאָנדער־קאָמאַנדעס". אייניקע אייראָפּעיִשע גדולים האָבן זיך נישט געשעמט, צו פֿאַרגלײַכן עזה מיט דער וואַרשעווער געטאָ.
אַזאַ אויפֿפֿירונג פֿון די רעגירונגען אין אייראָפּע האָט באַגײַסטערט די ראַדיקאַל־לינקע, צוזאַמען מיט זייערע אָרטיקע אַראַבישע בירגער, אַרויסווײַזן נישט בלויז אַן אָפֿענע אַנטי־ישׂראלדיקע פּאָזיציע, נאָר זיך פֿיזיש קעגנצושטעלן די היגע ייִדישע קהילות — נאָכפֿאָלגן און אָנפֿאַלן אויף ייִדן און ייִדישע אינסטיטוציעס.
אין דײַטשלאַנד, ווי אַ פּראָטעסט צו דער אַנטיסעמיטישער צעיושעטקייט אין לאַנד און דער פּאַסיווער רעאַקציע מצד דער מאַכט, האָט דער צענטראַלער ראָט פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד זיך אָפּגעזאָגט צו באַטייליקן זיך אין דער אָפֿיציעלער טרויער־צערעמאָניע לזכּרון די חורבן־קרבנות.
די השפּעה פֿון די איסלאַמיסטישע אָרגאַניזאַציעס אין די אייראָפּעיִשע לענדער ווערט פֿון יאָר צו יאָר אַלץ שטאַרקער און די פּאָליטיקער מוזן זיך מיט דעם רעכענען; און ווי אַ רעזולטאַט פֿון דעם, רופֿט זיך עס אָפּ אין זייער פּאָליטיק אין מיטעלן מיזרח.
דער חורבן איז געוואָרן אַן "אַטראַקטיווע טעמע", וואָס יעדעס מאָל פֿאַרכאַפּט זי אַן אַנדער שטח. אין משך פֿון די צענדליקער יאָרן זינט ס‘איז באַפֿרײַט געוואָרן דער קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ, איז די חורבן־טעמע אַזוי ווײַט עקספּלואַטירט געוואָרן, אַז מע חידושט זיך שוין נישט, ווען מע זעט עפּעס אַ נײַע קאָמעדיע אין קינאָ, אָדער אַ בוך קאַריקאַטורן אויף דער טעמע "ייִדישער חורבן".
פֿון דער צווייטער זײַט, דערוויסט מען זיך יעדעס מאָל וועגן נײַע פֿאַקטן און געשעענישן, פֿאַרבונדן מיטן חורבן, בפֿרט ווען עס עפֿענען זיך די ביז אַהער געשלאָסענע טירן פֿון די דײַטשישע און סאָוועטישע אַרכיוון. לעצטנס, למשל, איז באַקאַנט געוואָרן, אַז אינעם בוכנוואַלדער קאָנצענטראַציע־לאַגער האָט זיך אײַנגעגעבן די אַסירים צו ראַטעווען פֿון טויט 904 קינדער. צווישן זיי איז אויך געווען דער קומענדיקער נאָבעל־געווינער פֿאַר שלום, דער שרײַבער אלי וויזעל, און דער קומענדיקער הויפּט־רבֿ פֿון ישׂראל, מאיר לאַו.
גענוי וועגן די רעטער פֿון די קינדער קאָן מען הײַנט לייענען אין דער וועלט־פּרעסע, פּונקט ווי מע שטויסט זיך דאָרט אָן אויף די צענדליקער אַרטיקלען פֿון די חורבן־אָפּלייקענער. און יעדעס יאָר אין דעם טאָג קאָן מען הערן פֿון די הויכע טריבונעס אָן אַ צאָל שבֿחים אין אַדרעס פֿון ייִדן. נאָך אַ בײַשפּיל דאַרף מען ווײַט נישט גיין. אינעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג האָט דער רוימישער פּויפּס, בענעדיקט דער 16טער, "אויסגעדריקט זײַן סאָלידאַריטעט מיטן ייִדישן פֿאָלק"; אָבער ממש אַ פּאָר טעג פֿאַרן אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג האָט ער מוחל געווען איינעם פֿון די הויך־ראַנגיקע קאַטוילישע ביסקופּן, באַקאַנט ווי אַ פֿאַרברענטער חורבן־אָפּלייקענער. שטעלט זיך טאַקע אַ פֿראַגע: מיט וועמען סאָלידאַריזירט ער זיך, בענעדיקט דער 16טער, מיטן אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק, צי מיט די לעבעדיקע ייִדן, וואָס די שׂינאה קעגן זיי הערט נישט אויף צו ברענען?
דער גורל פֿון דער ייִדישער עקזיסטענץ איז פֿאַרקניפּט שוין איבער 60 יאָר אויף מדינת־ישׂראל, כאָטש ס‘איז דאָ הײַנט נישט ווייניק פּרוּוון דורכצופֿירן אַ מחיצה צווישן ישׂראל און די תּפֿוצות־ישׂראל. נאָך דעם איז שוין גרינגער צו דערקלערן, אַז די אַנטיסעמיטישע אויפֿברויזן אין אייראָפּע זײַנען אין דער אמתן אַנטי־ציוניסטישע דעמאָנסטראַציעס קעגן דער אַגרעסיווער ישׂראל־רעגירונג, און צו די ייִדן בכלל האָט עס קיין שום שײַכות ניט.
די 6 מיליאָנען ייִדישע קרבנות אין אייראָפּע לאָזן זיך אָבער נישט צעטייל אויף "ישׂראלדיקע" און "תּפֿוצותדיקע".