שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין אַ נישט־חתונה געהאַטע פֿרוי און ס‘איז מיר שוין נימאס געוואָרן, וואָס אַלע פֿרעגן בײַ מיר צי איך האָב "עמעצן". איך בין אַלט 34 יאָר און האָב אַ פֿײַנע קאַריערע ווי אַן אַדוואָקאַטקע. איך האָב אַ סך חבֿרים און האָב הנאה פֿון פֿאַרשיידענע אינטערעסן. געוויינטלעך, האָב איך אַ סך צוטרוי צו זיך. ווען איך באַקען זיך מיט אַ מאַן און מיר ווערן אַ פּאָרל, געדויערט די באַציִונג עטלעכע חדשים; אָבער איך האָב נאָך נישט געפֿונען דעם ספּעציעלן "עמעצן". איך בין נישט איבערצײַגט, אַז איך וועל אַמאָל געפֿינען אַזאַ "עמעצן", און אויב נישט — נעם איך זיך נישט איבער.

ווען איך פֿאָר אַהיים אויף יום־טובֿ, אָבער, האַלטן מײַנע קרובֿים, אַז אַלע מײַנע פֿאַרדינסטן זענען גאָרנישט ווערט, אויב איך בין אַליין. ווי בלײַב איך גוט געשטימט מיט אַזאַ קריטיק?

אַליין און שטאָלץ


טײַערע אַליין און שטאָלץ,

עס זעט מיר אויס, אַז איר פֿאַרמאָגט אַ גוטע באַציִונג לגבי זיך אַליין און דעם ווערט פֿון לעבן. אויב עס זענען פֿאַראַן ספּעציפֿישע קרובֿים וואָס זענען שולדיק אין דער קריטיק, וואָלט איך זיי איידל, אָבער ערנסט, געזאָגט, אַז ס‘וואָלט בעסער געווען, ווען זיי פֿרעגן נישט וועגן דער זײַט פֿון אײַער פּערזענלעכן לעבן. אויב עס וועט זיך עפּעס אַנטוויקלען, און דער ספּעציעלער "עמעצער" וועט זיך באַווײַזן, וועט איר זיי זיכער דערציילן. איר דאַרפֿט ווײַטער שמייכלען, און, אַזוי אַרום, וועט איר זיך פֿילן גוט.


טײַערע חזנטע,

מײַן חבֿרטע געפֿינט כּסדר נײַע וועגן ווי מיך אַראָפּצורײַסן. זי איז שענער און קליגער פֿון מיר, און פֿאַרדינט מער געלט אויך. מסתּמא, וואָלט איך געדאַרפֿט עפּעס אָפּלערנען פֿון איר, אָבער איך בין שוין מיד פֿון איר קריטיק. קודם־כּל, האָט זי מיר געזאָגט, אַז עס פֿילט זיך פֿון מיר נאָך דער אַרבעט — האָב איך אָנגעהויבן עפּעס אָנצושמירן מיטאָג־צײַט און כ‘טראָג איצט אונטערלײַבלעך. דערנאָך האָט זי מיר געזאָגט, אַז לײַט טרינקען נישט מאַראַנצן־זאַפֿט און מילך פֿון די קאַרטאָנען, האָב איך דאָס אויפֿגעהערט צו טאָן, און איך טרינק פֿון אַ גלאָז. האָב איך געטראַכט, אַז אַלץ איז איצט אין אָרדענונג, האָט זי מיר געזאָגט בײַם עסן אין אַ רעסטאָראַן, איך זאָל לייגן די סערוועטקע אויף מײַן שויס, און עס נישט לאָזן אויפֿן טיש. וויפֿל קריטיק דאַרף איך אויסהאַלטן, נאָר דערפֿאַר וואָס מײַן חבֿרטע איז בעסער פֿון מיר?

אַ חבֿר מיט פֿראַגעס


טײַערער חבֿר מיט פֿראַגעס,

דעם אמת געזאָגט, דאַכט זיך מיר, אַז די דאָזיקע "אַראָפּרײַסערײַ" פֿון אײַער חבֿרטע זענען נאָר קליינע עצות, וואָס קענען העלפֿן, איר זאָלט ווערן אַ ריינערער, העפֿלעכער מיטגליד פֿון דער געזעלשאַפֿט. זי האָט אײַך נישט געבעטן צו בײַטן אײַער פּערזענלעכקייט, נאָר געוויסע פּרטים ווי זיך צו פֿאַרבעסערן. אָבער אויב איר פֿילט זיך נישט ווי קיין גלײַכער שותּף אין דער באַציִונג, טויג עס נישט. יעדער האָט מעלות און איך בין זיכער, אַז איר האָט אויך. אויב איר פֿילט טאַקע, אַז אײַער חבֿרטע איז "בעסער פֿון אײַך", איז אַ סימן, אַז זי ברענגט נישט אַרויס דאָס בעסטע אין אײַך.


טײַערע חזנטע,

איך האָב נישט געהאַט קיין סך איבערלעבונגען מיט ייִנגלעך. וויפֿל מאָל דאַרף מען זיך זען מיט אַ מאַן, איידער מע צעקושט זיך? איך בין שוין 6 מאָל אַרויס מיט אַ מאַן און דערווײַל איז גאָרנישט געשען. איז ער פֿאַראינטערעסירט אין מיר?

אָן אַ קוש


טײַערע אָן אַ קוש,

קיין איין ריכטיקער ענטפֿער איז נישט פֿאַראַן אויף דער פֿראַגע. אין דער וועלטלעכער וועלט קען ער זײַן אָדער שעמעוודיק, אָדער נישט אינטערעסירט אין אײַך. אויב ער קומט פֿון דער פֿרומער וועלט אָבער, קען זײַן, אַז ער איז שומר נגיעה, אָדער וויל אײַך נישט אָנרירן צו גיך. מיטן רעכטן פֿוס!

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024