פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ביסקופּ ריטשאַרד וויליאַמסאָן
ביסקופּ ריטשאַרד וויליאַמסאָן

דער אַמעריקאַנער עולם איז בדרך-כּלל צופֿרידן מיט די ערשטע טריט פֿונעם נײַעם פּרעזידענט. 68 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע לויבן באַראַק אָבאַמאַ — אַ העכערע אָפּשאַצונג, 72 פּראָצענט, האָט באַקומען אין די ערשטע טעג נאָר דזשאָן קענעדי, אין יאָר 1961. דאָך זײַנען 12 פּראָצענט אַמעריקאַנער גאָר ניט צופֿרידן מיט זייער פּרעזידענט, און בײַ אַ טייל פֿון זיי האָט עס, בלי-ספֿק, צו טאָן מיט אָבאַמאַס באַציִונג צו אַבאָרטן. צווישן די ערשטע דעקרעטן, וואָס ער האָט אונטערגעשריבן אין ווײַסן הויז, איז געווען אויך דאָס אָפּשאַפֿן פֿונעם פֿאַרבאָט צו שטיצן די אויסלענדישע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס און פּראָגראַמען, וועלכע מאַכן, צי לכל-הפּחות טאָלערירן, אַבאָרטן. דער ערשטער פּרעזידענט, וואָס האָט אַרויפֿגעלייגט אַזאַ פֿאַרבאָט, איז געווען דער רעפּובליקאַנער ראָנאַלד רייגאַן, אין 1984, אָבער ביל קלינטאָן האָט עס דערנאָך אָפּגעשאַפֿן. בימי דזשאָרדזש בוש איז ווידער אָסור געווען צו שטיצן אָרגאַניזאַציעס אָן אַ "פּראָ-לעבן"-פּאָליטיק. הײַנט איז עס, גאָט צו דאַנקען, נאָך אַ מאָל כּשר.

די קאַטוילישע קירך איז דערמיט ניט צופֿרידן, ווײַל "פּראָ-לעבן" איז אַ טייל פֿון איר גענעראַל-ליניע. דער וואַטיקאַן האָט שוין קלאָר געמאַכט זײַן נעגאַטיווע אָפּשאַצונג פֿון אָבאַמאַס באַשלוס. אין תּוך אַרײַן, איז יעדער קריסטלעכער, מוסולמענישער צי ייִדישער קאָנסערוואַטיווער רעליגיעזער שטראָם קעגן אַזאַ מין משפּחה-פּלאַנירונג. אַזוי אַז די ניט-צופֿרידנקייט פֿון וואַטיקאַן חידושט ניט. אָבער עס חידושט און באַאומרויִקט די אַלגעמיינע נטיה פֿונעם איצטיקן פּויפּסט, בענעדיקט דעם 16טן, אונטערצוהאַלטן דווקא קאָנסערוואַטיווע שטראָמען. די דאָזיקע טענדענץ האָט זיך באַזונדערס בולט אַנטפּלעקט די טעג, ווען דער וואַטיקאַן האָט אַראָפּגענומען די באַשולדיקונגען פֿון דער קאָנסערוואַטיווער קאַטוילישער גרופּע, וועלכע איז אַסאָציִיִרט מיטן נאָמען פֿון מאַרסעל לעפֿעוור (שרײַבט זיך אויף פֿראַנצויזיש Lefebvre).

אין די 1960ער יאָרן, ווען דער וואַטיקאַן האָט אָנגענומען אַ צאָל מאָדערניזירנדיקע באַשלוסן, אויך אין די פֿראַגן פֿון קריסטלעך-ייִדישע באַציִונגען, האָט לעפֿעוור זיך געשטעלט בראָש קאָנסערוואַטאָרן און געשאַפֿן אַ מין סעקטע, וואָס הייסט "געזעלשאַפֿט פֿון דעם הייליקן פּיִוס דעם צענטן". דער צענטער פֿון אָט דער סעקטע געפֿינט זיך אין דער שווייצער שטאָט מענצינגען, אָבער די גרעסטע צאָל פֿון די בערך 150 טויזנט אָנהענגער האָט די סעקטע אין פֿראַנקרײַך און בראַזיל. בסך-הכּל האָבן זיי אַרום פֿינף הונדערט גלחים און אַן אָנדערטהאַלבן הונדערט סעמינאַריסטן, זיי קאָנטראָלירן זעקס סעמינאַריעס, דרײַ אוניווערסיטעטן און זיבעציק אָנפֿאַנג- און מיטל-שולן.

וויל ניט דער וואַטיקאַן, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרלירן אַזאַ עולם. אָבער ביז לעצטנס זײַנען זיי געווען אָפּגעפֿרעמדט. דער סיכסוך איז געוואָרן באַזונדערס שאַרף אין יאָר 1988, ווען לעפֿעוור האָט באַשטימט פֿיר ביסקופּן אָן אַ דערלויבעניש פֿונעם פּויפּסט. האָט זיך פֿאַרקאָכט אַ קאַשע, אין וועלכער דער וואַטיקאַן האָט ניט אָנערקענט די דאָזיקע ביסקופּן. אמת, זיי האָבן זיך אויסגעלאַכט פֿון וואַטיקאַנס חרם און געטראָגן די טיטלען אין זייער סבֿיבֿה.

די גאַנצע מעשׂה מיט מאַרסעל לעפֿעוור און זײַנע חסידים איז אַרויסגעשוווּמען אין דער מעדיאַ מיט פֿינף יאָר צוריק, ווען מעל גיבסאָן האָט געמאַכט דעם פֿילם "קריסטוסעס לײַדנשאַפֿטן" (בשום-אופֿן קען איך ניט אויספּועלן בײַ זיך צו קוקן דעם פֿילם, כאָטש בײַם טראַנסאַטלאַנטישן פֿליִען, ווען ער איז אָפֿט מאָל אין דעם מעניו פֿון עראָפּלאַן-ווידעאָס). דעמאָלט האָט זיך אויסגעקלאָרט, אַז מעל גיבסאָן איז פֿאַרבונדן מיטן לעפֿעוור-שטראָם אין דער קאַטוילישער קירך. און דער פֿאָטער זײַנער, האַטאָן גיבסאָן, איז געווען גאָר אַ הייסער לעפֿעווריסט. ער האָט זיך אַפֿילו ניט געפֿוילט צו שלעפּן זיך פֿון זײַן פּענסילוואַנער שטעטל אין עפּעס אַן אַנדער אָרט, 300 מײַל ווײַט, ווײַל דאָרטן איז געווען אַ פּאַסיקער קלויסטער. מעל גיבסאָן האָט צוליב כּיבוד-אָבֿ שפּעטער געגעבן געלט אויף אויפֿצובויען אַ לעפֿעווריסטישן קלויסטער אינעם טאַטנס שטאָט.

אין 2004 און שפּעטער האָט מען ציטירט די ווערטער פֿון האַטאָן גיבסאָן מכּוח דעם חורבן, פּינקטלעכער וועגן אָפּלייקענען דעם חורבן. ער האָט געטענהט אין אַן אינטערוויו: " זיי [די ייִדן] האָבן זיך פּשוט אויפֿגעהויבן און זײַנען אַוועק! זיי האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אומעטום — אין דער בראָנקס און ברוקלין, און סידני, אויסטראַליע, און לאָס-אַנזשעלעס." מעל גיבסאָן האָט זיך דעמאָלט אָפּגעשאָקלט פֿונעם פֿאָטערס ווערטער, אָבער — וואָס אויף דער לונג, דאָס אויף דער צונג: אין צוויי יאָר אַרום, ווען מע האָט אים פֿאַרהאַלטן שיכּורערהייט, האָט ער אויך געזאָגט עטלעכע "גוטע" זאַכן וועגן ייִדן.

אַנטי-סעמיטישקייט פֿון די גיבסאָנס איז "לאָגיש", מחמת זייער "גורו", מאַרסעל לעפֿעוור, האָט אויך קיין סימפּאַטיעס צו ייִדן ניט אַרויסגעוויזן. ער איז בכלל געווען אַ מין מיטלעלטערלעכער טיפּ, וואָס האָט אָפּגעשאַצט לגנאַי די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע, געלויבט דעם נאַצי-קאָלאַבאָריסטישן ווישי-רעזשים פֿאַר אײַנפֿירן אַ "קאַטוילישע אָרדענונג", און אָפּגעלייקנט דעם חורבן.

איצט באַקומט זיך אַזאַ זאַך: דער וואַטיקאַן האָט מיט עטלעכע טעג צוריק אָפּגעשאַפֿן דעם באַשלוס פֿון 1988 וועגן ניט אָנערקענען די פֿיר ביסקופּן, וואָס מאַרסעל לעפֿעוור האָט געהאַט באַשטימט. אָבער איינער פֿון אָט די פֿיר, דער 68-יאָריקער ריטשאַרד וויליאַמסאָן (ער איז אַ בריטיש-געבוירענער, אָבער וווינט אין אַרגענטינע) איז אַן אויסגעשפּראָכענער חורבן-אָפּלייקענער. אַ שוועדישער טעלעוויזיע-קאַנאַל האָט אַנומלטן איבערגעגעבן אַן אינטערוויו מיט אים, און ער האָט דערקלערט זײַן פּאָזיציע בזה-הלשון:

"איך גלייב אַז עס זײַנען ניט געווען קיין גאַז-קאַמערעס. מיר שײַנט אַז פֿון 200,000 ביז 300,000 ייִדן זײַנען אומגעקומען אין די נאַציסטישע קאָנצענטראַציע-לאַגערן, אָבער קיינער פֿון זיי איז ניט אומגעקומען אין גאַז-קאַמערעס. קיין איין ייִדן האָט מען ניט דערהרגעט אין גאַז-קאַמערעס. דאָס איז אַלץ ליגנס, ליגנס, ליגנס.

מע עקספּלואַטירט זייער שטאַרק די דאָזיקע פֿאַקטן. דײַטשלאַנד האָט אויסגעצאָלט ביליאָנען דײַטשישע מאַרק און איצט צאָלן זיי יוראָס, ווײַל דײַטשן זײַנען קראַנק מיטן קאָמפּלעקס פֿון פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר אָפּסמען מיט גאַז זעקס מיליאָן ייִדן, אָבער איך גלייב ניט אַז זעקס מיליאָן ייִדן זײַנען אומגעקומען אין גאַז-קאַמערעס."

גלײַך ווי דער חורבן איז נאָר וועגן די גאַז-קאַמערעס. און בכלל — אַ קאַרדינאַל, אַ רעקטאָר פֿון סעמינאַריע (אַ לערער!), זאָל זיך ניט שעמען צו זאָגן אַזעלכע זאַכן און — וואָס איז נאָך וויכטיקער — זאָל דער וואַטיקאַן זיך ניט שעמען אַרײַנצונעמען אַזאַ פּאַרשוין אין די רייען פֿון דער קאַטוילישער היעראַרכיע. אַ סבֿרא, אַז דער דאָזיקער עפּיזאָד וועט היפּש אָפּסמען די ייִדיש-קאַטוילישע באַציִונגען, וועלכע זײַנען לעצטנס אַזוי אויך געגאַנגען באַרג-אַראָפּ.