‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
יעקבֿ לעשצינסקי (צווייטער פֿון רעכטס), דער היסטאָריקער — שמעון דובנאָוו (אין מיטן), מאיר־אַבֿרהם הלוי פֿון בוקאַרעשט (לינקס) און אַנדערע דעלעגאַטן בײַ דער ייִוו״אָ־קאָנפֿערענץ שטייען בײַם קבֿר פֿון צמח שאַבאַד, דער פֿירער פֿון דער פֿאָלקספּאַרטיי און אַ גרינדער פֿון ייִוו״אָ, אין ווילנע
יעקבֿ לעשצינסקי (צווייטער פֿון רעכטס), דער היסטאָריקער — שמעון דובנאָוו (אין מיטן), מאיר־אַבֿרהם הלוי פֿון בוקאַרעשט (לינקס) און אַנדערע דעלעגאַטן בײַ דער ייִוו״אָ־קאָנפֿערענץ שטייען בײַם קבֿר פֿון צמח שאַבאַד, דער פֿירער פֿון דער פֿאָלקספּאַרטיי און אַ גרינדער פֿון ייִוו״אָ, אין ווילנע
YIVO

נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה איז בערלין געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿאַר ייִדישער טעטיקייט. אין דײַטשלאַנד בכלל און אין בערלין בפֿרט האָבן זיך באַזעצט טויזנטער פּלטים פֿון מיזרח-אייראָפּע. צווישן זיי זײַנען געווען אויך ניט ווייניק טוער פֿון ייִדישער קולטור. די היפּער-אינפֿלאַציע, וועלכע האָט געפּלאָגט די עקאָנאָמיע פֿון דײַטשלאַנד, האָט גלײַכצײַטיק געבראַכט רווח פֿאַר ייִדישע פֿאַרלעגער. זיי האָט געלוינט צו דרוקן אין דײַטשלאַנד ביכער און עקספּאָרטירן זיי קיין אַנדערע לענדער. אַזוי האָט בערלין אויף אַ קורצער צײַט פֿאַרנומען דאָס צווייטע אָרט אין דער וועלט (אויפֿן ערשטן אָרט איז געווען וואַרשע), לויט דער צאָל פֿאַרעפֿנטלעכע ייִדישע ביכער.

צווישן די מערבֿ-אייראָפּעיִשע כּרכן איז בערלין געווען אַ יוצא-מן-הכּלל אויך צוליב זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט סאָוועט-רוסלאַנד. דיפּלאָמאַטן, שרײַבער, קינסטלער, געשעפֿטלײַט און שפּיאָנען פֿלעגן רעלאַטיוו פֿרײַ קומען פֿון דער קאָמוניסטישער מדינה קיין דײַטשלאַנד. נײַע סאָוועטישע פֿילמען האָט מען געוויזן אין די בערלינער קינאָס. סאָוועטישע אַקטיאָרן און גאַנצע טעאַטער-טרופּעס זײַנען אויך געווען אָפֿטע געסט. אַ בערלינער תּושבֿ האָט געהאַט אַ צוטריט צו פֿרישע סאָוועטישע צײַטשריפֿטן.

קיין חידוש ניט, אַז דווקא בערלין איז געוואָרן דער צענטראַלער אייראָפּעיִשער פֿאָרפּאָסט אויך פֿאַר דער צײַטונג "פֿאָרווערטס". אַב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר, פֿלעגט נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה רעגולער באַזוכן אייראָפּע, און בעת די דאָזיקע נסיעות האָט ער אויך רעקרוטירט פּען-מענטשן ווי שטענדיקע אויסלענדישע קאָרעספּאָנדענטן פֿון דער צײַטונג. קיין אַנדער ייִדישע צײַטונג האָט ניט געהאַט — און ניט געקענט זיך דערלויבן — צו האָבן אַזוי פֿיל הויכקוואַליפֿיצירטע אויסלענדישע קאָרעספּאָנדענטן. בראָש דער גרופּע ליטעראַטן, וואָס האָבן מיטגעאַרבעט מיט דעם "פֿאָרווערטס", איז געשטעלט געוואָרן דער געלערנטער און זשורנאַליסט יעקבֿ לעשצינסקי, אָדער לעשטשינסקי (1876—1966), וואָס האָט זיך באַזעצט אין בערלין און האָט געוווּסט ווי אַזוי אויסנוצן די פֿאַרבינדונגען מיט מערבֿ און מיט מיזרח.

צווישן די ייִדישע פּען-מענטשן, די "שטאַמגעסט" (ד״ה. אָפֿטע אַרײַנגייער) אין בערלינער ליטעראַרישע קאַפֿעען, האָט לעשצינסקי זיך אויסגעטיילט ווי אַ מענטש, וואָס האָט זיך גוט אַבסאָרבירט אינעם היגן לעבן. אין די קרײַזן פֿון דײַטשישע דעמאָגראַפֿן און עקאָנאָמיסטן איז זײַן נאָמען געווען באַקאַנט אַ דאַנק זײַנע פּובליקאַציעס אין דײַטשישע זשורנאַלן. קיין צרות מיט דײַטש האָט ער ניט געהאַט, ווײַל די שפּראַך האָט ער גוט געקענט נאָך פֿון די סטודענטישע יאָרן זײַנע אין דער שווייץ. ער — ווי אַנדערע טויזנטער רוסישע ייִדן פֿון זײַן דור — האָט געקענט פֿרײַ פֿונקציאָנירן אויף אַ צאָל שפּראַכן. ייִדיש איז געווען זײַן מאַמע-לשון. העברעיִש האָט ער אויך געקענט זייער גוט. אין זײַן יונגט האָט ער אַ געוויסע צײַט גערעדט רק העברעיִש, מחמת די שפּראַך האָט אָפּגעשפּיגלט זײַן ערשטע אידעאָלאָגישע ליבע — ציוניזם.

אין די שפּעטערדיקע יאָרן האָט לעשצינסקי געהאַט אַ שם פֿון אַ טעאָרעטיקער פֿון טעריטאָריאַליזם. ווי אַ מאַרקסיסט, האָט ער געגלייבט, אַז אָן אַ שטאַרקן פּראָלעטאַריאַט זײַנען פֿאַר ייִדן פֿאַרמאַכט אַלע וועגן אינעם סאָציאַליסטישן עתיד. לעשצינסקי האָט ניט מסכּים געווען מיט די "בונד"-טעאָרעטיקער, ווען יענע האָבן געטענהט וועגן "דאָיִקייט" — צו לייזן די פּראָבלעמען פֿון ייִדישן לעבן אויפֿן אָרט, אין מיזרח-אייראָפּע. לעשצינסקי אָבער האָט געהאַלטן, אַז נאָר אַן אייגענע טעריטאָריע האָט געקענט שאַפֿן אַ גינציקע סבֿיבֿה פֿאַר אַ פֿולבלוטיקער סאָציאַליסטישער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער נאַציע. גלײַכצײַטיק האָט ער ניט געגלייבט אין רעאַלקייט פֿון אויפצוֿבויען אַ ייִדישע מדינה דווקא אין ארץ-ישׂראל. אַ ראָמאַנטיקער לויט זײַן נאַטור, האָט לעשצינסקי פֿון דעסטוועגן באַזירט זײַנע סיטואַציע-אַנאַליזן אויף סטאַטיסטישע און אַנדערע קוואַנטיטאַטיווע דאַטן. אין די ציפֿערן האָט ער זיך געפֿילט ווי אַ פֿיש אין וואַסער.

אָבער קיין נייטראַלער געלערנטער האָט זיך פֿון אים ניט באַקומען. צוריק גערעדט, האָט זיך עס פֿון אים אַפֿילו ניט געפֿאָדערט, ווײַל קיין ריכטיקע אַקאַדעמישע שטעלע איז אים ניט געווען צוטריטלעך — זײַנע אוניווערסיטעטישע שטודיעס האָט ער דאָך ניט פֿאַרענדיקט. איז ער יאָרצענדליקער פֿון זײַן לעבן געווען פֿאַרבונדן מיטן ייִוואָ, וואָס האָט מיט זיך תּמיד פֿאָרגעשטעלט אַן אידעאָלאָגיזירטע אינסטיטוציע, דורכגעזאַפּט מיט גלות-ראָמאַנטיק. די וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן, וואָס לעשצינסקי האָט געשריבן, זײַנען געווען באַפֿאַרבט מיט זײַנע אידעאָלאָגישע סימפּאַטיעס. זײַן זשורנאַליזם איז אָפֿט מאָל געווען אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון זײַנע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען. אַזוי צי אַזוי, האָט ער זײַן גאַנץ לעבן קאָמבינירט ביידע זשאַנרען. אמת, אין בוך-פֿאָרעם פֿלעגן אַרויסגיין ניט די זשורנאַליסטישע, נאָר די עקאָנאָמישע און דעמאָגראַפֿישע פּובליקאַציעס זײַנע. מע קען דעם פֿאַקט פֿאַרטײַטשן ווי אַ סימן, אַז צו דער אַקאַדעמישער טעטיקייט האָט לעשצינסקי זיך באַצויגן ערנסטער.

דעם 11טן מאַרץ 1933, דאָס הייסט, קורץ נאָך היטלערס קומען צו דער מאַכט, האָט די דײַטשישע פּאָליציי אַרעסטירט לעשצינסקין. דאָס איז בכלל געווען דער ערשטער פֿאַל, צי לכל-הפּחות איינער פֿון די ערשטע פֿאַלן, ווען דער נאַציסטישער רעזשים האָט אַרעסטירט אַן אויסלענדישן זשורנאַליסט. דעם דאָזיקן אינצידענט האָט מען ברייט אָפּגעשפּיגלט אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע. אַרײַנגעמישט האָט זיך אין דעם אויך דער אַמעריקאַנער שטאַט-דעפּאַרטאַמענט. דער סוף איז געווען, אַז אין פֿיר טעג אַרום האָט מען לעשצינסקין אַרויסגעלאָזט פֿון דער תּפֿיסה, אָבער מיט אַ תּנאַי, ער זאָל פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד במשך פֿון צוויי וואָכן. אין די שפּעטערדיקע פֿינף יאָר האָט לעשצינסקי געלעבט דער עיקר אין פּוילן.

אין 1938 האָט די פּוילישע רעגירונג איבערגעחזרט (אמת אָן אַרעסטירן לעשצינסקין) דעם קונץ פֿון די דײַטשן. זײַנע קריטישע פּובליקאַציעס וועגן פּוילן האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ ניט-אָנגעלייגטן גאַסט אין לאַנד. נאָך אַ קורצער צײַט אין דער שווייץ, איז ער, צוזאַמען מיט דער פֿרוי און דער טאָכטער, געקומען קיין ניו-יאָרק. אין אַמעריקע האָט ער איבערגעלעבט אַ שווערן און ראַדיקאַלן אידעאָלאָגישן קריזיס. דער חורבן און דער מצבֿ פֿון ייִדישן לעבן אין אַמעריקע האָבן אים (און ניט נאָר אים) אַ שטופּ געטאָן צו רעווידירן זײַן באַציִונג צו ציוניזם. די לעצטע זיבן יאָר פֿון זײַן לעבן האָב ער געלעבט אין ישׂראל.

מיך האָט לעשצינסקי באַזונדערס פֿאַראינטערסירט, ווען איך האָב געשריבן דעם אַרטיקל Jacob Lestschinsky: A Yiddish dreamer and social scientist, וואָס איז מיט צוויי יאָר צוריק אַרויס אין דעם קעמברידזשער זשורנאַל Science in Context (באַנד 20, נומ. 2, זז. 215—237). עס פֿרייט מיך, אַז איך בין ניט דער איינציקער, וועמען עס אינטערעסירט לעשצינסקי. אַ ביסל פֿריִער (אָבער איך האָב עס ניט געזען בײַם שרײַבן מײַן אַרטיקל) איז אַרויס אַן אַרטיקל פֿון גור אלרואי (פֿון חיפֿה-אוניווערסיטעט) אין זשורנאַל Jewish History, באַנד 20, נומ. 3—4, זז. 265—282. עס הייסט Demographers in the service of the nation: Liebmann Hersch, Jacob Lestschinsky, and the early study of Jewish migration. ווען איך האָב געשריבן קאַפּיטלען פֿאַר דער נײַער געשיכטע פֿון "אָרט", Educating for Life: New Chapters in ORT History, וואָס דאַרף אָט-אָט אַרויסגיין אין לאָנדאָן, האָב איך זיך באַקענט מיט נײַע (פֿאַר מיר) זײַטלעך פֿון לעשצינסקיס לעבן און שאַפֿן. בכלל, איז ער, בלי-ספֿק, געווען אַ מענטש, וואָס זײַן לעבנס-מסורה פֿאָדערט אַ בוך און ניט קיין אַרטיקל. לעצטנס, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ סוזשעט פֿון זײַן לעבן, מיט וועלכן איך וויל איצט באַקענען די "פֿאָרווערטס"-לייענער.

* * *

דעם 18טן אויגוסט 1933, האָט זיך אין דער וואַרשעווער וואָכנשריפֿט "ליטעראַרישע בלעטער" באַוויזן לעשצינסקיס אַרטיקל "אָפֿענער און ערלעכער!" דער אַרטיקל איז געווען אַ רעאַקציע אויף אַ היפּש ביסל פּובליקאַציעס, וואָס האָבן אַנטפּלעקט דעם שווערן מצבֿ פֿון ייִדיש אין דער וועלט בכלל און אין פּוילן בפֿרט. למשל, אַבֿרהם גאָלאָמב, וואָס האָט געשריבן אונטערן פּסעוודאָנים משה גאָלער, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע "ייִדישיסטישע געדאַנקען" אין "ליטעראַרישע בלעטער", דעם 10טן און 17טן פֿעברואַר. גאָלאָמב-גאָלער האָט געטענהט, אַז ייִדיש האָט ניט קיין פֿעסטע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע באַזע. און דער פּאָליטישער יסוד איז אויך אַ שוואַכער. באַזונדערס שאַרף האָט ער געשריבן וועגן דעם "בונד":

דער "בונד — דאָס איז אַ ייִדישע פּאַרטיי אָן אַ ייִדישער פּראָגראַם, אַ פּאַרטיי, וואָס האַלט זיך אויף פֿאַרגאַנגענהייט [...] עס איז אַ טראַגעדיע פֿון אַ באַוועגונג: אַזוי פֿיל פֿאַרדינסטן אין ייִדישן לעבן, און דאָך פֿעלט דאָ דער קלאָרער באַוווּסטזײַן, צוליב וואָס און אין נאָמען פֿון וואָס איז אָט די פֿאַרדינסטפֿולע ענערגיע פֿאַרווענדט געוואָרן. נישט שוין זשע באמת בלויז צוליב דער אָרגאַניזאַציאָנעלער זעלבסטשטענדיקייט? די טראַגעדיע פֿון "בונד" איז, וואָס ער איז פֿאַקטיש אַ נאַציאָנאַלע פּאַרטיי, וואָס האָט אָבער נישט קיין אייגענעם ייִדישן אידעאַל, קיין אידעאַל פֿאַר דעם ייִדישן פּראָלעטאַריאַט, וואָס ער וויל אָרגאַניזירן...

דער קריטיקער שמואל ניגער (צווייטער פֿון רעכטס), זײַן ברודער — דער שרײַבער דניאל טשאַרני (צווייטער פֿון לינקס), יעקבֿ לעשצינסקי (ערשטער פֿון לינקס) און אַנדערע, בעת אַ נסיעה אין די אַלפּן־בערג
דער קריטיקער שמואל ניגער (צווייטער פֿון רעכטס), זײַן ברודער — דער שרײַבער דניאל טשאַרני (צווייטער פֿון לינקס), יעקבֿ לעשצינסקי (ערשטער פֿון לינקס) און אַנדערע, בעת אַ נסיעה אין די אַלפּן־בערג
YIVO

קאָמוניסטן, ווי אויך אַנדערע פּאַרטייען, האָבן ניט באַפֿרידיקט גאָלאָמבן אין זײַנע זוכענישן פֿון אַן אידעאָלאָגישן אָנשפּאַר פֿאַר ייִדיש. די איינציקע כּוחות, וואָס ער האָט געזען אַרום זיך, האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט:

די כּמעט נישט-אָרגאַניזירטע גרופּעס "ייִדישיסטן", וואָס זענען ייִדישיסטן נישט בלויז צופֿעליק, נישט בלויז נעגאַטיוו, ווײַל זיי זענען נישט עפּעס אַנדערש, נישט בלויז צײַטווײַליק, ביז וואַנען ייִדיש וועט נאָך האָבן אַן אָפּגאַנג אין ייִדישן לעבן. ניין, מיר מיינען דאָ די פּרינציפּיעלע ייִדישיסטן, וואָס זעען [ייִדיש] אין זייער אידעאַל, אַן אידעאַל איבערצובויען דאָס גאַנצע ייִדישע לעבן. אמת, דער נאָמען פּאַסט לחלוטין נישט צום אינהאַלט פֿון דעם אידעאַל. פֿאַרקערט, דאָס וואָרט "ייִדישיזם" פֿאַרטונקלט דעם עצם מהות פֿון געדאַנק, טראָגט אַריבער דעם צענטער אויף אַ טייל אַנשטאָט צום גאַנצן. דער נאָמען איז אויך שולדיק אין דעם, וואָס די גרופּעס זענען שרעקלעך נישט דיפֿערענצירט, וואָס יעדער מענטש, וואָס באַנוצט ייִדיש געזעלשאַפֿטלעך, איז שוין כּלומרשט אַ ייִדישיסט. דאָס וואָרט "ייִדישיזם" איז אויך שולדיק אין דעם, וואָס אין דער ייִדישיסטישער דערציִונג האָט ביז איצט געפֿעלט די פּערספּעקטיוו פֿון ייִדישיסטישן אידעאַל. עס איז בלויז געווען די שול אויף ייִדיש. דערפֿאַר שטעלן די ייִדישיסטישע גרופּעס נישט פֿאָר מיט זיך קיין קאָנסאָלידירטע מאַסן, נאָר אַ קאָנגלאָמעראַט פֿון אַלערליי מיינונגען און אידעען. די ייִדישיסטן גופֿא זענען דאָ די איניציאַטאָרן פֿון "ריינער" קולטור-אַרבעט — שולן, פֿאַרלאַגן, קלובן וכדומה. מען זוכט און מען טראַכט מיט וועמען צו גיין, אויף וועמען זיך אָנצושפּאַרן און מיט וועמען צו פֿאַרבינדן די דאָזיקע קולטור-אַרבעט, בעת אין דער אמתן וואָלטן די ייִדישיסטן געדאַרפֿט נעמען די איניציאַטיוו צו שאַפֿן די סאָציאַלע באַזע פֿאַר דער ייִדישער קולטור.

אַזוי האָט געהאַלטן גאָלאָמב אין זײַן אַרטיקל, האָט לעשצינסקי אויך געשריבן וועגן זייער קלאָרע סימנים פֿון אונטערגאַנג פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור: "מיר ווײַזט אויס, אַז מען גייט פּחדנותדיק צו צו די פֿראַגן: געשטאָרבן דאָס ייִדישע בוך, די פֿאַרלעגערײַ גייט אונטער, דאָס ייִדישע טעאַטער גוססט און מוטשעט זיך אין זײַן גסיסה. די ייִדישע שול איז אין אַ שטענדיקן קריזיס, און קיין אויסוועג זעט מען נישט. אַלע אונדזערע קולטור-אַנשטאַלטן צעוואַלגערן זיך, צעפֿאַלן זיך, האַלטן זיך קוים." לעשצינסקי האָט, ווי גאָלאָמב, ניט געזען קיין פּאָליטישע כּוחות, וועלכע וואָלטן געקענט שאַפֿן אַ פֿעסטן יסוד פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור. אַפֿילו אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וווּ די מלוכה האָט געשטיצט די שפּראַך, איז ייִדיש אונטערגעגאַנגען; און לעשצינסקי שרײַבט:

איך ווייס זייער גוט, ווי גרויס ס׳איז דער באַרג פֿון עבֿירות פֿון די ייִדישע קאָמוניסטן אין רוסלאַנד און ווי שווער ס׳איז זייער שולד, וואָס די ייִדישע קולטור דאָרטן גיט נישט קיין פֿרוכטן און ווײַזט נישט קיין סימנים פֿון אָרגאַנישן וואַקסן און פֿון געזיכערטער צוקונפֿט. אָבער איז דאָס נאָר זייער שולד? זענען דען נאָר זיי שולדיק, וואָס אין די גרויסע שטעט לערנען נאָר 30 פּראָצענט קינדער אין ייִדישע שולן און אַפֿילו אין די ייִדישע נאַציאָנאַלע לאַנד-ווירטשאַפֿטלעכע ראַיאָנען פֿירט מען די אַדמיניסטראַציע אין רוסיש אָדער אוקראַיִניש? זענען נאָר און נאָר די ייִדישע קאָמוניסטן שולדיק, וואָס די נאָך קיין מאָל נישט געוועזענע, נײַ-געשאַפֿענע גינציקע באַדינגונגען פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און פֿאַר דער ייִדישער קולטור האָבן נישט אַרויסגערופֿן בײַ די ייִדישע מאַסן קיין טראָפּן באַגײַסטערונג און בײַ די ייִדישע אַרבעטער אַן אָפֿענעם ווידערשטאַנד, וועלכן מען האָט נאָך ביז איצט נישט בײַגעקומען?

לויט לעשצינסקיס מיינונג, האָט דער קריזיס אַרומגעכאַפּט אַלע ווינקלען פֿון ייִדישן לעבן:

די אַסימילאַציע צעפֿרעסט נישט נאָר די קליינע קיבוצים פֿון פּאַריז, בריסל, אַנטווערפּן, לאָנדאָן און אַנדערע שטעט, וווּהין ייִדן ווערן פֿאַרוואָרפֿן; זי צעפֿרעסט אויך די גרויסע קיבוצים אין אַמעריקע, וווּ מיליאָנען ייִדן זיצן נישט נאָר איינער נעבן אַנדערן, נאָר איינער אויף דעם אַנדערן, און זי מאַכט אָן גאָרנישט קיין קליינע חורבֿות אויך אין פּוילן, אין דער דאָזיקער מעטראָפּאָליע-פֿעסטונג פֿון ייִדישן נאַציאָנאַלן לעבן. פֿאַר די לעצטע צען יאָר האָט זיך דער פּראָצענט ייִדן, וואָס האָבן אָנגעגעבן ייִדיש פֿאַר זייער מוטער-שפּראַך, פֿאַרקלענערט אויף צוואַנציק פּונקטן. און וועמען האָבן מיר עס דאָ פֿאַרלוירן? דעם יונגן דור!

מען קאָן פֿאַלן כּורעים פֿאַר די, וואָס גרינדן שולן אין פּוילן, בריסל, ניו-יאָרק און קובע; מען מוז באַוווּנדערן זייער אידעאַליזם, זייער אָפֿערוויליקייט, זייער איבערמענטשלעכע איבערגעגעבנקייט דער מאָדערנער ייִדישער מאַסן-קולטור. מען מוז אָבער נישט פֿאַרמאַכן די אויגן און מודה זײַן, אַז קיין פֿאָלקס-באַוועגונג איז דער ייִדישיזם נישט געוואָרן; די פֿאָלקס-מאַסן האָבן אים נישט אַרומגערינגלט מיט דער ליבע און באַגײַסטערונג, וועלכע מאַכן שטאַרק די הענט פֿון די קעמפֿער און געבן צו מוט און גלויבן אין אייגענער צוקונפֿט. ריכטיקער געזאָגט, די ייִדישע מאַסן האָבן נישט דערפֿילט אינעם ייִדישיזם יענעם אידעאַל, וואָס גאַראַנטירט דעם קיום פֿון פֿאָלק, וואָס פֿירט אַרויס אויף אַ וועג פֿון אויסלייזונג.

אין די פּאַרטייען, פֿאַר וועלכע ייִדישע קולטור איז די פֿינפֿטע ראָד אין וואָגן, פֿאָרן זיי זיך ווײַטער און טוען זיך זייערס. האָבן מיר אָבער אַ גרויסע אינטעליגענץ, וועלכע לעבט נאָר מיט ייִדישער קולטור, זעט נאָר די ייִדישע שפּראַך און דאָס ייִדישע בוך, האָט זיך אײַנגערעדט, אַז דאָס איז דער אָנהייב און סוף פֿון ייִדישן לעבן — און פּלוצעם דערזעט זי, אַז דער דאַך פֿאַלט אײַן. מאַכט זי אַ געוואַלד; פּלוצעם דערשמעקט זי, אַז ס׳ברענט אין דעם אָדער יענעם ווינקל און זי רײַסט אויף זיך די האָר, וואָס מען לעשט נישט. מען לעשט נישט, ווײַל דאָס פֿאָלק האָט גרעסערע דאגות, האָט טיפֿערע זאָרגן; ווײַל דאָס פֿאָלק שטייט פֿאַר אַ תּהום, וואָס דראָט אים אײַנצושלינגען, ווײַל נאָך קיין מאָל אין דער ייִדישער געשיכטע איז די סכּנה פֿון אונטערגאַנג נישט געווען אַזוי גרויס; ווײַל קיין מאָל איז די אינעווייניקסטע שוואַכקייט, דעזאָרגאַניזירטקייט, פֿאַרלוירנקייט פֿון די ייִדישע מאַסן נישט געווען אַזוי גרויס; ווײַל ס׳איז געשטעלט דעם ייִדישן פֿאָלק דער גרויסער היסטאָרישער אולטימאַטום: אָדער לעבן ווי נאָרמאַלע פֿעלקער אָדער שטאַרבן.

איך מאַך נישט קיין אויספֿירן. איך האָב זיי נישט. איך רוף נישט אין ערגעץ, ווײַל איך ווייס נישט וווּהין. עס זײַנען בײַ אונדז פֿאַראַן צוויי פֿאַרטיקע תּשובֿות — ביידע באַפֿרידיקן מיר נישט: אין איין לאַגער האָט מען פֿאַרלוירן דאָס ייִדישע פֿאָלק; אין צווייטן שאַפֿט מען אַ שבֿט, וואָס דאַרף פֿאַרבײַטן אָדער סימבאָליזירן דאָס ייִדישע פֿאָלק.

דער אַרטיקל "אָפֿענער און ערלעכער!" האָט אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע דיסקוסיע סײַ אין "ליטעראַרישע בלעטער", סײַ אין אַנדערע ייִדישע אויסגאַבעס. כּלערליי מיינונגען, דער עיקר, קריטישע, האָבן אַרויסגעזאָגט אָנהענגער פֿון פֿאַרשיידענע אידעאָלאָגיעס. למשל, משה זילבערפֿאַרב, דער וועטעראַן פֿון ייִדישער פּאָליטיק (זײַן אַרטיקל "נאָר אָן פּאַניק" איז אַרויס אין "ליטעראַרישע בלעטער" דעם 8טן סעפּטעמבער), האָט דערזען אין לעשצינסקיס טענות סימנים פֿון טעריטאָריאַליסטישע אידעען: "דער פֿראַנצויז זאָגט: מ׳קערט זיך שטענדיק אום צו דער ערשטער ליבע. ח[בֿר] לעשצינסקי איז אַ מאָל געווען אַ פֿאַרברענטער טעריטאָריאַליסט, איז אים איצט ווידער דער טעריטאָריאַליזם געקומען צום חלום." אונטער דעם דרוק פֿון קריטיק, האָט לעשצינסקי פֿאַרפּינקטלעכט זײַן פּאָזיציע אין אַ צווייטן, מער פּרטימדיקן אַרטיקל, "מײַן פּעסימיזם", וואָס די "ליטעראַרישע בלעטער" האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 26סטן יאַנואַר 1934. קודם-כּל, האָט ער דערקלערט די גרונט-יסודות פֿון זײַן קאָנצעפּציע פֿון אָפּשאַצן די היסטאָרישע אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק:

1) אין משך פֿון 19טן יאָרהונדערט איז געווען בײַם וועלט-ייִדנטום נישט קיין ירידה אָדער ירידות, נאָר, פֿאַרקערט, אַן אַלגעמיינע עליה, אָדער אַ סך עליות, אַ פֿיזיש-ביאָלאָגישע, אַ מאַטעריעל-עקאָנאָמישע, אַ סאָציאַל-קולטורעלע און אויך אַ נאַציאָנאַלע.

2) דער קאָלאָסאַלער וווּקס פֿונעם ייִדנטום, די פּראָפֿעסיאָנעלע און קלאַסן-דיפֿערענציאַציע פֿון ייִדישן פֿאָלק, די געאָגראַפֿישע און סאָציאַלע קאָנצענטראַציע פֿון די ייִדישע מאַסן האָבן דעם ייִדישן אָרגאַניזם געשטאַרקט, פֿאַרבן-רײַכער און פֿאַרשידנאַרטיקער געמאַכט און געשאַפֿן די באַזע פֿאַר אַ מאָדערנער וועלטלעכער מאַסן-קולטור.

3) דער קאַפּיטאַליזם, וועלכער האָט דורך זײַן אָביעקטיווער ווירקונג פּאָליטיש און קולטורעל אַקטיווירט די מאַסן, זיי אַרויסגעשלעפּט פֿון דער דאָרפֿישער און קליינשטעטלדיקער פֿאַרשלאָפֿנקייט, אָפּגעטרייסלט פֿון זיי די דורות-אײַנגעוואָרצלטע אונטערטעניקייט פֿאַר גאָט, גלח און קייסער און געשאַפֿן די באַזע פֿאַר דער פֿולער סאָציאַלער באַפֿרײַונג פֿון די מאַסן, האָט אויך בײַ ייִדן געווירקט אין דער זעלבער ריכטונג.

4) אַלע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע באַוועגונגען, אויך די ציוניסטישע און טעריטאָריאַליסטישע, אַלע קולטורעלע שטרעמונגען, אויך די העברעיִסטישע, זענען מעגלעך געוואָרן אַ דאַנק די אָנגעוויזינע פּאָזיטיווע פּראָצעסן אין ייִדישן לעבן, אַ דאַנק די אָנגעזאַמלטע כּוחות און פּאָטענצן אין פּראָצעס פֿונעם דאָזיקן סאָציאַל-קולטורעלן שטײַגן, אַ דאַנק דער דיפֿערענציאַציע, וועלכע האָט אויסגעפֿורעמט באַזונדערע פֿיזיאָנאָמיעס בײַ באַזונדערע גרופּעס און קלאַסן און האָט געשטעלט פֿאַר זיי פֿאַרשידענע אויפֿגאַבעס און צילן.

הגם ער האָט ניט פֿאַרמאַכט די אויגן אויף די דערגרייכונגען פֿון "אָפּפֿערגרייטע חלוצים און יונג-קאָמוניסטן", וועלכע האָבן באַוויזן, "אַז מען דאַרף נישט פֿאַרצווייפֿלען, אַז אין די פֿאָלקס-שפּײַכלערס זענען נאָך פֿאַראַן אַ סך אָנגעזאַמלטע ענערגיע און שאַפֿונג-כּוחות", האָט ער פֿון דעסטוועגן ניט געזען קיין ווײַטערדיקע פּערספּעקטיוון פֿאַרן נאַציאָנאַלן לעבן, אויסגעבויטן אויפֿן באַזיס פֿון די היסטאָרישע דערגרייכונגען:

...און איך פֿרעג דאָך טאַקע, ווי שטעלן מיר זיך פֿאָר די צוקונפֿט פֿון ייִדישן פֿאָלק, מיר, די, וואָס דאַווענען נישט אין די בתּי-מדרשים פֿון מאָסקווע און ירושלים?

און זאָל דאָ ... געזאָגט ווערן — ס׳זענען פֿאַראַן גאָר אַ סך ציוניסטן, טאַקע גאָר, גאָר אַ סך, וועלכע שלאָפֿן אויך נישט נעכט, וועלכע ווייטיקן אויך און דאַרן און ברעכן זיך דעם מוח, ווײַל זיי ווייסן צו גוט, אַז פּאַלעסטינע איז קליין און אָרעם, אַז פּאַלעסטינע איז באַזעצט פֿון אַ פֿאָלק, וואָס וואַקסט שנעל אין צאָל און וואַכט גיך אויף נאַציאָנאַל, אַז דאָס דאָזיקע אויפֿוואַכנדיקע פּאַלעסטינע-פֿאָלק שטיצט זיך אויף צענדליקער מיליאָנען ברידער אין די גאָר נאָענטע שכנותדיקע לענדער און איז געשטיצט פֿון די דאָזיקע קרובֿים-שכנים. און ס׳זענען געוויס פֿאַראַן נישט ווייניק ציוניסטן, וועלכע פֿילן זייער גוט, וואָס ס׳באַדײַט דער איבעררײַס מיט דער פֿאָלקס-קולטור און מיט דער פֿאָלקס-שפּראַך און וואָס ווייסן וואָס פֿאַר אַ תּהום-בראָך זיי מאַכן אין דער ייִדישער געשיכטע מיט דעם שפּרונג צוריק מיט מער פֿון אַ פּאָר טויזנט יאָר. און די אַלע זענען ציוניסטן מער פֿון יאוש אין גלות און אין זײַנע שעפֿערישע מעגלעכקייטן, ווי פֿון אמונה אין גאולת-ישׂראל דורך פּאַלעסטינע און אין קולטור-אויפֿלעבונג דורך העברעיִש. און אויב עס זענען נאָך פֿאַראַן ייִדישע קאָמוניסטן, וואָס זענען פֿעיִק זיך צו פֿאַרטראַכטן אויפֿן צוקונפֿט-גורל פֿון זייער פֿאָלק, וואָס זענען נישט אין גאַנצן אויסגעטרוקנט געוואָרן אין דער פּאַרטיי-פּאַפּוגײַערײַ און ס׳בליצט אין זיי אויף אַן אייגענער געפֿיל און אַ זעלבשטענדיקער געדאַנק — אויב ס׳זענען נאָך פֿאַראַן אין סאָוועט-רוסלאַנד אַזעלכע שארית-הפּליטהדיקע צדיקים — ברעכן זיי זיך געוויס אויך די הענט און קרעכצן מסתּמא אויך אין באַהעלטעניש, וואָרעם אויך דאָרטן איז דער אַסימילאַציע-אָפּגרונט נישט פֿאַרשאָטן און האָט נישט פֿאַרשלאָסן זײַן צעפֿרעסנדיקן מויל.

אַ שווערן אײַנדרוק האָט אויף אים געמאַכט דער מצבֿ אין מיזרח-אייראָפּע:

אַרומפֿאָרנדיק די לעצטע חדשים איבער פּוילן, ליטע און לעטלאַנד, בין איך געווען ממש דערדריקט פֿון דעם, וואָס מיר איז אויסגעקומען צו זען. אין פּוילן פֿאַרנעמט פּויליש שוין איצט אַזאַ אָרט אין ייִדישן טאָג-טעגלעכן לעבן, אַלע קלאַסן זענען אַזוי פֿאַרכאַפּט פֿונעם פּוילישן רעדן, אַז ממש דאָס בילד בײַט זיך פֿון יאָר צו יאָר. ווילנע, בריסק — ערטער, וווּ די פּוילישע באַפֿעלקערונג איז נישט זייער גרויס, זענען אַרײַנגעצויגן אין דעם אַסימילאַציע-פּראָצעס און מען זעט, ווי שפּראַך-אַסימילאַציע-כוואַליעס פֿאַרפֿלייצן די ייִדישע גאַס. נאָך טרויעריקער איז די לאַגע אין לעטלאַנד און ליטע — דאָרטן זענען די צוויי הערשנדיקע מלוכה-שפּראַכן נאָך שוואַך אויף אַרײַנציִען די ייִדישע מאַסן; רוסיש איז אָפּגעשטאָרבן — און דאָך קאָן מען זיך נישט באַרימען מיט קיין דערפֿאָלגן אין פּרט פֿון געווינען נײַע טיילן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. די ייִדישע פֿרוי און דער ייִדישער אינטעליגענט — די אַקטיווסטע און פֿלײַסיקסטע אָנשטעק-צעטראָגער פֿונעם אַסימילאַציע באַציל — זענען געבליבן טרײַ דער רוסישער טראַדיציע, כאָטש אַרום הערט מען נישט קיין רוסיש. מען רעדט אַ רוסיש, אַז ס׳שלאָגט צום האַרצן; די דיפּלאָמירטע אינטעליגענץ אַפֿילו איז אָפּגעריסן פֿון דער איצטיקער רוסישער ליטעראַטור און איז איזאָלירט פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג, וועלכע איז נאָר פֿאַראַן אין ריגע אָדער אין קאָוונע — איר רוסיש איז דעריבער אויך אַ בלאַס, בלוטלאָז רוסיש, אָבער דאָך הערשט דאָס דאָזיקע טויט-בלאַסע לשון, און ייִדיש האָט די דאָזיקע באַסטיליע נישט גענומען. דער קולטורעלער ניוואָ פֿון די דאָזיקע טיילן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג איז שטאַרק געפֿאַלן. זײַענדיק דאָרטן, הייבט מען אָן בענקען נאָך דער רוסישער אַסימילאַציע, וועלכע האָט דאָך געטראָגן מיט זיך קולטור און גײַסט. אַלס צוגאָב דאַרף מען אויסזאָגן דעם סוד — אין די לעטישע און ליטווישע גימנאַזיעס זענען שוין פֿאַראַן נישט ווייניק ייִדישע קינדער. און זייער צאָל האַלט אין וואַקסן. די ייִדישע פֿאָלקס-שול האָט געוויס אין לעטלאַנד געמאַכט באַדײַטנדיקע דערפֿאָלגן — בערך אַ העלפֿט פֿון אַלע ייִדישע קינדער לערנען זיך אין שולן מיט ייִדישער אונטערריכט-שפּראַך, אָבער שוין עטלעכע יאָר, אַז דער דאָזיקער פּראָצענט בלײַבט סטאַביל — און ס׳באַקומט זיך ווידער, אַז נאָר די אָרעמע קלאַסן באַזוכן די ייִדישע שול, און די העכערע, אויך אין קולטורעלן זין, בלײַבן אויסער דער ייִדישער שול.

און צום סאַמע סוף האָט לישצינסקי אויסגעזאָגט נאָך איין "סוד" — "אַז פּרינציפּיעל בין איך אַ טעריטאָריאַליסט". ער האָט ניט געגלייבט, אַז ייִדיש קען מען אײַנהאַלטן נאָר "פֿילאָלאָגיש", דאָס הייסט, דורך פֿאַרשיידענע פֿאָרמען פֿון קולטור-אַרבעט. ער האָט געזוכט און ניט געקענט געפֿינען קיין סטאַבילע סאָציאַלע און עקאָנאָמישע יסודות פֿאַר אָפּהיטן די ייִדן פֿון אַסימילאַציע. קיין "פּרינציפּיעלער ייִדישיסט" איז ער, אַ פּנים, ניט געווען. ייִדישע אינטערעסן זײַנען פֿאַר אים געווען וויכטיקער פֿון ריינע שפּראַך-און-קולטור-אינטערעסן. דאָס דערקלערט, פֿאַר וואָס ער איז צום סוף געוואָרן אַן ענטוזיאַסט פֿון ישׂראל און האָט מער ניט גערעדט וועגן דעם, אַז דאָרטן "שאַפֿט מען אַ שבֿט, וואָס דאַרף פֿאַרבײַטן אָדער סימבאָליזירן דאָס ייִדישע פֿאָלק". זײַן געשיכטע פֿון אַריבערגיין אין ציוניסטישן לאַגער קען, אפֿשר, אויך העלפֿן צו פֿאַרשטיין ענלעכע אידעאָלאָגישע מעטאַמאָרפֿאָזן צווישן אַ צאָל אַנדערע לאַנגיאָריקע ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש.