אַ נײַער אײַנפֿאַל פֿאַר אײַער קינדס שול־מיטאָג: באַשמירט קליינע פּיטאַס (3 אינטשעס אָדער 7.6 צענטימעטער) מיט צעמאָלענע בעבלעך (בעבלעך גיבן צו פּראָטעיִן) און לייגט אַרײַן אין דער פּיטאַ זײַנע באַליבטסטע גרינסן.
דאָס איבערגעבליבענע "בעבל־פּוטער" קענט איר ניצן שפּעטער ווי אַ טינקעכץ פֿאַר גרינסן, אָדער פּיטאַ־טשיפּקעלעך.
2 טעפּלעך נאַהיט אָדער ווײַסע בעבלעך
2 לעפֿל וואַסער
1/4 טעפּל צעמאָלענער ראָמאַנער קעז
2 לעפֿעלעך לימענע־זאַפֿט
1 לעפֿעלע זאַלץ
1/4 טעפּל איילבערט־בוימל
שוואַרצער פֿעפֿער
רעפֿטלעך פֿון אַ צײַטיקער אַוואָקאַדאָ
רעפֿטלעך פֿון אַן אוגערקע
רעפֿטלעך פֿון אַ רויט פֿעפֿערל
12 קליינע ראַזעווע פּיטאַ־ברויטלעך
גיט אַרײַן דעם נאַהיט, וואַסער, קעז, לימענע־זאַפֿט און זאַלץ אין אַ שפּײַזמאַשין, בערך 5 מינוט, ביז עס ווערט אַ פּוטער דערפֿון. מישט אַרײַן דעם בוימל און שוואַרצן פֿעפֿער. באַשמירט אַלע פּיטאַס אינעווייניק מיט דער בעבל־פּוטער. (שטעלט די איבעריקע "בעבל־פּוטער" אין אײַזקאַסטן.)
שטופּט אַרײַן אין די פּיטאַס די רעפֿטלעך אוגערקע (אָדער פֿעפֿערל). פֿאַרפּאַקט די פּיטאַס אין באַקפּאַפּיר און לייגט עס אַרײַן אין אַ פּלאַסטישער כּלי, כּדי עס זאָל נישט צעקוועטשט ווערן, בעת אײַער קינד טראָגט עס אין שול אַרײַן.