פּאָליטיק

זענען מיר, הייסט עס, דאָס אויך שוין איבערגעקומען. כ’מיין, די מלחמה, וואָס איז פֿאָרמעל נאָך אַלץ נישט געווען קיין מלחמה לויט די קריטעריעס פֿון מלוכישן אָדער מיליטערישן לעקסיקאָן, נאָר בלויז אַן "אָפּעראַציע" באַקרוינט מיטן נאָמען "געגאָסענער בלײַ". זי האָט אויך געדויערט "נישט מער" ווי 22 טעג, אָבער לויטן פֿאַרנעם פֿון דער צאָל קרבנות פֿון דעם אָנגעגריפֿענעם צד, פֿון דער פֿאַרוויסטונג און פֿון דער ברוטאַלקייט, וואָס ווערט שוין דאָ — אין דעם פֿאָלקס־לשון און אין דער פּובליציסטיק — אָנגערופֿן: "בעל הבית השתגע" — "דער באַלעבאָס איז משוגע געוואָרן" — איז דאָס געווען אַ מלחמה אין פֿולן זין פֿון דעם וואָרט.

איצט פֿאַרנעמט מען זיך מיט ציילן, מעסטן און אָפּשאַצן די רעזולטאַטן, די קערפּערלעכע, די מאַטעריעלע און, דער עיקר, די פּאָליטישע — די קורץ־גרייכיקע און די ווײַט־שטרעקיקע, יעדער לויט זײַן פּערזענלעכן שפּאַקטיוו: ווער דורך אַ בלויזן בינאָקל און ווער דורך אַ ווײַטזעענדיקן טעלעסקאָפּ. איינער זעט נאָר די נאָענטע פֿראָנטן, דער אַנדערער — די ווײַטע האָריזאָנטן. דער קאָנקרעטער רעזולטאַט פֿון די שלאַכטן אין דעם עזה־שטרײַף, אין די טרוקענע ציפֿערן, איז געווען: צען דערהרגעטע סאָלדאַטן פֿון צה״ל, פֿון זיי איינער, ווי אַ קרבן פֿון אַן "אייגענער קויל", אַ טעות, ווי עס טרעפֿט אין יעדער מלחמה, פֿון אַן אַנדערער איינהייט פֿון דער זעלבער אַרמיי, ווי אויך דרײַ ציווילע קרבנות און אַרום 40 פֿאַרוווּנדיקטע סאָלדאַטן פֿון צה״ל — קעגנאיבער 1330 פּאַלעסטינער הרוגים, לויט די ציפֿערן פֿון אונר״אַ, צווישן זיי אַרום 400 ביז 500 מיליטאַנטן פֿון כאַמאַס און 460 קינדער, ווי אויך איבער פֿינף טויזנט רויִנירטע הײַזער מיט אַלדאָס פּערזענלעכן און משפּחהדיקן וואָס איז אין זיי געווען — פֿון מעבל ביז זכרונות פֿון צעבראָכענע מענטשלעכע לעבנס. וויפֿל הײַזער עס זענען באַשעדיקט געוואָרן און וויפֿל ישׂראלדיקע קרבנות עס זענען געווען פֿון די ראַקעטעס און פֿון דעם פּאַלעסטינער טעראָר אין די לעצטע אַכט יאָר — פֿון זיי איז קיין גענויער סך־הכּל נישטאָ, אָבער עס רעדט זיך דאָ וועגן די 22 טעג פֿון דער מלחמה (אויך די אָפֿיציעלע ציפֿער פֿון די פּאַלעסטינער קרבנות ווערט דאָ און דאָרט באַצווייפֿלט).

אַ מלחמה, ווי מען זאָגט, ווערט אָבער געשאַצט נישט נאָר ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַ פֿעלערהאַפֿטער פּאָליטיק, נאָר איר אויסגאַנג ווערט אויך געשאַצט לויט אירע אויסווירקונגען אין דער צוקונפֿט. דערווײַל זענען שוין אין דער צווישן־תּקופֿה פֿון דעם קעגנזײַטיק־איינזײַטיק (אָבער נישט איינצײַטיק) אָפּגעשטעלטן פֿײַער ביז דעם נאָך נישט דערגרייכטן הסכּם, שוין געפֿאַלן הײַנטיקע וואָך אין ישׂראל די ערשטע קרבנות פֿון דעם "שטילשטאַנד": איין דערהרגעטער סאָלדאַט און דרײַ פֿאַרוווּנדיקטע, וואַס זענען אַרויף אויף אַן אונטערגעלייגטער מינע לעבן דער גרענעץ פֿון עזה־פּאַס.

די צוריקגעקערטע דעמאָביליזירטע סאָלדאַטן, די געזעלשאַפֿטלעכקייט און די פּאָליטיקער האָבן אָבער נישט קיין צײַט צו ציילן, מעסטן און אָפּשאַצן די מלחמה און אירע נאָכווייענישן, ווײַל גלײַך נאָכן פּראָקלאַמירן דעם פֿײַער־ איבעררײַס אין דער מלחמה אין עזה, האָט פֿאָרמעל זיך אָנגעהויבן אין ישׂראל די וואַל־מלחמה צו דער נײַער כּנסת, וואָס וועט געוויילט ווערן אין צען טעג אַרום, דעם 10טן פֿעברואַר.

עס איז כּדאַי אָנצוּווײַזן, אַז די "אָפּעראַציע געגאָסענער בלײַ" אָדער "געשמעלצטער בלײַ" — רופֿט זי אָן ווי איר ווילט — איז אַרײַנגעפֿאַלן אין דעם געווירבל פֿון איינעם פֿון די סאַמע פאַרפּלאָנטערטסטע קנופּן אויפֿן שיידוועג פֿון דער וועלט־געשיכטע: בײַם סוף פֿון דעם ערשטן יאָרצענדליק פֿונעם ערשטן יאָרהונדערט פֿון דעם דריטן יאָרטויזנט. אין אַ פּעריאָד פֿון קאָלאָסאַלע היסטאָרישע איבערקערענישן פֿון טעכנאָלאָגישן, עקאָנאָמישן, פּאָליטישן און סאָציאַלן סדר, אין די טעג פֿון דעם ערשטן גלאָבאַלן קריזיס אינעם פּראָצעס פֿון דער גלאָבאַליזאַציע, און גענוי צום טאָג פֿון אײַנשווערן און קרוינען דעם קאַפּיטאַן פֿון דער עטנישער רעוואָלוציע אין אַמעריקע — בײַם סוף פֿון דעם דערנער־וועג פֿון די שוואַרצע שקלאַפֿן ביז צו זייער באַפֿרײַונג און גלײַכבאַרעכטיקונג, פֿון לינקאָלן ביז מאַרטין לוטער קינג, און פֿון אַלאַבאַמאַ ביז אָבאַמאַ.

אויב עס גייט אין דעם צײַטפֿאַל, דעם טערמין פֿון עפֿענען די מלחמה אין עזה, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז דער מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, אהוד ברק, וועלכער האָט געגעבן דעם באַפֿעל אַרויסצוגיין אין דער מלחמה און האָט מיט איר פֿאַקטיש אָנגעפֿירט, ווערט דורך זײַנע "נאָענטע", די מענטשן פֿון זײַן נאָענטן קרײַז, באַצייכנט ווי "דער זייגערמאַכער", צוליב זײַן האָבי פֿונאַנדערצונעמען און צוריק צו רעקאָנסטרויִרן זייגערס און זייגערלעך. האָט אפֿשר טאַקע אין דעם זכות די איצטיקע מלחמה "געקלאַפּט ווי אַ זייגער". שטוינט מען דעריבער און מען פֿרעגט: צי איז נישט די דאָזיקע מלחמה געפּלאַנט געוואָרן אָנצוהייבן פֿאַר דעם סאַמען סוף פֿון דער קאַדענץ פֿון פּרעזידענט בוש, און איבערגעריסן צו ווערן צוויי טעג פֿאַרן סוף פֿון זײַן קאַדענץ — און אַז דער לעצטער ישׂראלדיקער סאָלדאַט זאָל פֿאַרלאָזן דעם שטח פֿון דעם עזה־שטרײַף אין דער "לעצטער מינוט", ממש ביז דער רגע פֿאַרן אײַנשווערן דעם נײַעם פּרעזידענט?

איז דאָס געווען נאָר אַ צופֿאַל?

דער גורל און די איראָניע פֿון דער געשיכטע האָבן ליב צו פֿאַרפֿלעכטן אַזעלכע מיסטעריעזע צוזאַמענפֿאַלן, וואָס זייער לייזונג אַנטפּלעקט זיך ערשט אַ צײַט שפּעטער...

אַזוי צי אַזוי — די צוויי גרויסע געווינער פֿון דער איצטיקער מלחמה זענען טאַקע געווען אהוד ברק און אבֿיגדור ליבערמאַן, און ביידנס נצחון איז אונטער אַ ספֿק: ער איז אָפּהענגיק פֿונעם חסד פֿון יענער איראָניע פֿון גורל, דעם האַר פֿון דער געשיכטע. אהוד ברק איז געוואָרן דער "פֿייוואָריט". אַפֿילו פֿון דער ש״ס, ביז איצט אַ שותּף אין דער קאָאַליציע בראָש מיט "קדימה", רעקאָמענדירט אין זײַן וואַל־פּראָפּאַגאַנדע ברקן ווי דעם זיכערהייטס־מיניסטער אין דער קומענדיקער רעגירונג, בראָש פֿון וועלכער עס זאָל שטיין זייער נײַער פּאַרטנער — נתּניהו... אין די פּובליק־טעסטן פֿון די פֿאַרשיידענע פֿאָרש־אינסטיטוטן איז ברק פֿון דעם נידעריקסטן אָרט צווישן די מנהיגים פֿון דער מדינה, אַרויפֿגעשטיגן אויף דעם סאַמען ערשטן אָרט, מיט אַ גאָר הויכן גראַד פֿון פּאָפּולאַריטעט, אויפֿן לייטער פֿון די פּאָטענציעלע קאַנדידאַטן — אָבער נאָר ווי דער זיכערהייטס־מיניסטער אין דער נײַ־געוויילטער רעגירונג.

אויך זײַן פּאַרטיי, די "עבֿודה", האָט אין זײַן זכות פֿאַרגרעסערט די צאָל פֿון אירע פּאָטענציעלע קאַנדידאַטן צו דער כּנסת — אָבער אַ סך ווייניקער ווי זי האָט געהאַט, און זי טאָפּטשעט נאָך אַלץ ווי די דריטע אָדער פֿערטע פּאַרטיי, אין דער צײַט ווען די פּאָפּולאָריטעט פֿון "ליכּוד" מיט נתּניהו בראָש האַלט אין איין שטײַגן און אים דעריאָגט שוין באַלד "ישׂראל ביתנו" בראָש מיט אבֿיגדור ליבערמאַן, דעם אולטראַ־רעכטן שאָוויניסטישן מנהיג, וועלכער איז אַרויפֿגעשוווּמען מיט דער דעמאַגאָגישער כוואַליע פֿון דעם מיליטאַנטישן, אָפֿטמאָל נאַיִוון, נאַציאָנאַלן שאָוויניזם. ער איז אַרויס, נאָך ברקן, דער צווייטער זיגער פֿון דער מלחמה קעגן דעם "כאַמאַס".

אויף דעם רעכט־באַמיסטיקטן באָדן פֿון מלחמה, און אָטעמענדיק מיט דער מיליטאַריסטישער לופֿט, וואַקסן אַרויס די אַגרעסיווע עלעמענטן און נעמען איבער די אויבערהאַנט אין דעם "נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס". אין די מאָדעל־וואַלן אויפֿן דרום, ווי אויך אין אַ מוסטער־שולע אין חיפֿה, וואָס האָט אַמאָל געשמט ווי "דאָס רויטע חיפֿה" פֿון אַבא חושי, האָט די פּאַרטיי פֿון אבֿיגדור ליבערמאַן איבערגעשטיגן אַלע פּאַרטייען צוזאַמען מיטן "ליכּוד". זײַן אַגרעסיווע וואַל־פּראָפּאַגאַנדע ווערט געפֿירט מיט גרויסן שוווּנג און פֿאַרנעם.

האָט אָבער אין די סאַמע הייסע טעג פֿון זײַן וואַל־אָפֿענסיווע זיך אַרײַנגעמישט דער שׂטן — דאָס מאָל דער שומר פֿון געזעץ און גערעכטיקייט. די קרימינאַל־פּאָליציי האָט אַרויסגערופֿן 9 פֿון ליבערמאַנס נאָענסטע מענטשן אויף אַ דרינגענדיקן פֿאַרהער. קעגן אייניקע פֿון זיי — דערונטער זײַן טאָכטער און דעם הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון זײַן פּאַרטיייִשן וואַל־שטאַב, האָט דער ריכטער פֿאַראָרדנט הויז־אַרעסט אונטער דעם שווערן פֿאַרדאַכט פֿון שווינדלערײַען אויף מיליאָנען מיט דער הילף פֿון אַ נעץ פֿון פֿיקטיווע פֿינאַנציעלע פֿונדאַציעס און פֿירמעס, וואָס זײַן טאָכטער האָט אויפֿגעשטעלט און אָנגעפֿירט נאָך פֿון דער צײַט ווען ליבערמאַן איז אַרײַן אין דער כּנסת און דערנאָך אין דער רעגירונג.

דער דאָזיקער אומגליקלעכער "צונויפֿפֿאַל פֿון אומשטענדן" האָט אַרויסגערופֿן אַ שלעכטן בײַגעשמאַק אין דער געזעלשאַפֿט, אַפֿילו בײַ זײַנע שטיצערס. די מדינה־פּראָקוראַטור און דער יורידישער ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג האָבן אָבער קלאָר געמאַכט, אַז נאָך 9 יאָר ווי ליבערמאַן האָט סאַבאָטירט די אויספֿאָרשונג און זײַנע אַדוואָקאַטן האָבן מיט אַלע יורידישע מיטלען אָפּגעשלעפּט כּדי צו דערפֿירן צו דער פֿאַרעלטערונג פֿון די חטאָים, זענען אויפֿגעקומען נײַע קאָנקרעטע באַווײַזן. אויפֿן באַפֿעל פֿון העכסטן געריכט זענען זײַנע אַדוואָקאַטן געצוווּנגען געוואָרן אויפֿצודעקן פֿאַר דער פּראָקוראַטור די דאָקומענטן וואָס אין זייער באַזיץ. אויסער דעם האָט די פּאָליציי, אויפֿן סמך פֿון אירע פֿאָרשונגען אין אויסלאַנד, ערשט אין חודש סעפּטעמבער געבראַכט פֿון ציפּערן 2,500 ווי אויך פֿון עסטרײַך און פֿון אַנדערע לענדער נײַע דאָקומענטן מיט די עיקרדיקע אַנטפּלעקונגען, וואָס מאַכן אים פֿאַרדעכטיק אין שווינדלערײַען פֿון גרויסן פֿאַרנעם.

נאָך מיט אַ לענגערער צײַט צוריק האָבן סײַ דער יורידישער רעגירונגס־ באַראַטער און סײַ דאָס העכסטע געריכט פֿאַראָרדנט ממשיך צו זײַן די אויספֿאָרשונג און די פֿאַרהערן בײַ אַלע אומשטענדן, אומאָפּהענגיק פֿון אַלע דרויסנדיקע אַנטוויקלונגען, אַפֿילו אין פֿאַל פֿון וואַלן, און אַזוי האַנדלט די פּאָליציי אויך איצט. אָבער בנוגע ליבערמאַנען גופֿא האָט דער יורידישער ראַטגעבער פֿאַראָרדנט אָפּצולייגן זײַן פֿאַרהער אויף נאָך די וואַלן.

וואָס־זשע מיינט איר? נעמט זיך ליבערמאַן איבער דערמיט? — חס ושלום, אין זײַנע וואַל־רעדעס אַטאַקירט ער די פּאָליציי, די פּראָקוראַטור און די ריכטער. ער איז זיכער, אַז וואָס מער מען וועט אים באַשולדיקן, אַלץ מער מאַנדאַטן וועט ער אָנציִען אין די וואַלן, אַזוי ווי דער געוועזענער מנהיג פֿון ש״ס, אריה דרעי (לייען: דער’י), וועמען עס האָבן באַגלייט צום תּפֿיסה־טויער טויזנטער אָנהענגערס. דאָס אַמאָליקע "ייִנגל פֿון בעסאַראַביע", וואָס האָט דערגרייכט ביז צום אַמט פֿון אַ וויצע־פּרעמיער פֿון מדינת־ישׂראל — דערשײַנט פֿאַר די "רוסישע" וויילער ווי אַ קרבן פֿון די רדיפֿות קעגן די "רוסישע" עולים. און אַ סך פֿון זיי אידענטיפֿיצירן זיך מיט אים, און צווישן זיי — אַפֿילו די כּנסת־דעפּוטאַטין מאַרינאַ סאָלאָדקין, וועלכע רעפּרעזענטירט אין "קדימה" די געקומענע פֿון רוסלאַנד און פֿון אירע אַמאָליקע סאַטעליטן־לענדער.

מאָרגן, ד״ה צומאָרגנס נאָכן שרײַבן די דאָזיקע שורות, וועט קומען אַהער דזשאָרדזש מיטשעל, דער ספּעציעלער שליח פֿון דעם נאָרוואָס אויסגעוויילטן "באָס" פֿון דער וועלט, פּרעזידענט אָבאַמאַ. מיטשעל האָט שוין איין מאָל פּרובירט, נאָכן אויסברוך פֿון דער "אינטיפֿאַדע על־אַקסאַ" אין יאָר 2000. זײַן באַריכט האָט געדינט דעם פּרעזידענט בוש פֿאַר דער פּלאַנירונג פֿון זײַן "מאַפּע פֿון די וועגן". מיט זײַן באַזוך עפֿנט איצט אָבאַמאַ זײַן "אַגרעסיווע אָפֿענסיווע" פֿאַר אַ שלום אין מיטעלן מזרח. צי וועט די נײַע רעגירונג פֿון ישראל, די 32־סטע רעגירונג, זיך אַרײַנפֿלעכטן אין דעם נײַעם וועלט־סדר און, צי וועט זי זײַן וויליק אויפֿצונעמען די אַרויספֿאָדערונג פֿון דעם נײַעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט?

עס זעט אויס, אַז אין צען טעג אַרום וועלן מיר אפֿשר קענען אָפּשאַצן ווי לאַנג די נײַע רעגירונג וועט זיך האַלטן ביז צו די קומענדיקע וואַלן...

תּל־אבֿיבֿ, 27־סטער יאַנואַר 2009