" שענקט אַ נדבֿה! מיר זענען נישט אַזוי רײַך ווי אונדזערע טאַטע־מאַמעס זענען געווען אין אונדזער עלטער" — דיינאַ פֿראַדאָן, 1992 |
די "מאָרגאַן־ביבליאָטעק" וואָס דער פֿינאַנציר־מאַגנאַט פּירפּאַנט מאָרגאַן (1837—1913) האָט געגרידנעט מיט הונדערט יאָר צוריק האָט זיך אָנגעהויבן ווי זײַן פּריוואַטע ביבליאָטעק, און איז געוואָרן אַ וויכטיקער פּריוואַטער מוזיי און אומאָפּהענגיקע פֿאָרש־ביבליאָטעק אין צענטער ניו־יאָרק. אין 1924 האָט זײַן זון דזשאַק איבערגעמאַכט די ביבליאָטעק, און זי געמאַכט פֿאַר אַן עפֿנטלעכער אינסטיטוציע. אין 2006 האָט די "מאָרגאַן־ביבליאָטעק" פֿאַרענדיקט אַ רעמאָנט, וואָס דער אַרכיטעקט רענזאָ פּיאַנאָ האָט דורכגעפֿירט, און דאָס האָט געהאָלפֿן, אַז דער בנין זאָל הײַנט זײַן "פֿרײַנדלעכער" צו די טויזנטער באַזוכער. כאָטש פּירפּאַנט מאָרגאַן האָט געזאַמלט, דער עיקר, גאָר אַלטע זאַכן — מיצרישע קונסט, רענעסאַנס־בילדער, כינעזישע פּאָרצעלײַ און זעלטענע ביכער — האָבן אַ צאָל שטיצערס פֿון דער ביבליאָטעק במשך פֿון דער צײַט געשאָנקען וויכטיקע, מער מאָדערנע מאַטעריאַלן, און די וואָך ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט דרײַ פֿאַרשיידענע אויסשטעלונגען פֿון צוויי שטיצערס און זאַמלערס.
" אַ לחיים צום דאָלאַר... ווי מיר האָבן אים אַמאָל געקענט" ,דזשאָ מיראַטשי, 1980 |
די ביבליאָטעק איז ביז אַהער נישט באַקאַנט געווען פֿאַר אירע פּאָפּולערע קולטור־זאַמלונגען, אָבער איין אויסשטעלונג באַשטייט פֿון קאַריקאַטורן פֿונעם וועכנטלעכן זשורנאַל "דער ניו־יאָרקער", אַ פּובליקאַציע וואָס דרוקט אין יעדן נומער אַן ערך 10 קאַריקאַרטורן, אָפֿט מכּוח הײַנטיקע געשעענישן. די אויסשטעלונג נעמט אַרײַן אָריגינעלע צייכענונגען פֿון די קאַריקאַטורן אויף איין טעמע — געלט און פֿינאַנצן, במשך פֿונעם זשרונאַלס 84־יאָריקער געשיכטע. דער זאַמלער מעלווין סײַדען האָט יאָרן לאַנג אָנגעזאַמלט די קאָלעקציע פֿון סײַ אַלטע, סײַ נײַע ווערק פֿון די "ניו־יאָרקער"־קאַריקאַטוריסטן.
עס איז אינטערעסאַנט צו קוקן אויף די קאַריקאַטורן וועגן געלט אין דער געזעלשאַפֿט און זען ווי רעלעוואַנט ס‘איז געבליבן דער הומאָר ביזן הײַנטיקן טאָג. אויפֿן קאַריקאַטור פֿון צוויי מענער וואָס באַרעדן אַ דריטן שטייט דאָס אונטערקעפּל — "ער פֿאַרמאָגט 96 פּראָצענט פֿון אַ מאַרק אין עפּעס וואָס קיינער וויל נישט מער" (דער קינסטלער איז סטאַן האָנט). טייל פֿון די קאַריקאַטוריסטן, ווי קאַרל ראָוז, לעבן שוין נישט הײַנט, אָבער זענען געוואָרן לעגענדאַרע פֿיגורן אין דעם דאָזיקן זשאַנער קונסט. אָבער ס‘רובֿ פֿון די אויסגעשטעלטע קינסטלער לעבן, שאַפֿן און דרוקן עד־היום אינעם "ניו־יאָרקער", צווישן זיי די גאָר ייִדישלעכע ראָז טשאַסט און דזשאַק זיגלער. טייל קינסטלער, ווי דאַנאַ פֿראַדאָן, דרוקן זייערע קאַריקאַטורן אינעם "ניו־יאָרקער" שוין 60 יאָר! אַזאַ לאַנגע באַציִונג צווישן קינסטלער און איין זשורנאַל טרעפֿט זיך זעלטן. לעבן טייל בילדער האָט מען אויך אויסגעשטעלט פּרעלימינאַרע צייכענוגנען און קאָרעספּאָנדענץ מיטן קאַריקאַטור־רעדאַקטאָר, וואָס גיט די מעגלעכקייט צו פֿאַרשטיין ווי אַזאַ רעדאַקטאָר קען בײַטן דעם הומאָר פֿונעם ווערק.
" לעצטנס, דאַכט זיך מיר, אַז מײַן זיווג־לעבן איז פֿאַרבונדן מיטן אויפֿשטײַג און פֿאַלן פֿונעם דאָלאַר" |
אַ צווייטע אויסשטעלונג האָט זיך געעפֿנט אין דער "מאָרגאַן־ביבליאָטעק", וואָס הייבט אַרויס נאָך אַ וויכטיקע קאָלעקציע פֿון דער אינסטיטוציע — צייכענונגען. מער ווי אַכציק צייכענונגען פֿון דער רענעסאַנס־צײַט ביז הײַנט האָט מען נישט לאַנג צוריק באַקומען פֿונעם זאַמלער יודזשין טאָו. דאָס איז די פֿיפֿטע אויסשטעלונג פֿון טאָוס בײַשטײַערונגען צום "מאָרגאַן". מע זעט אַז דער זאַמלער האָט ברייטע אינטערעסן אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות. די עלטסטע צייכענונג פֿון אַ רענעסאַנס־טעמפּל פֿון פֿראַנטשעסקאָ דע דזשירדזשיאָ מאַרטיני (1439—1501) שטאַמט פֿון 1470 און די נײַסטע צייכענונג פֿונעם ייִדישן קינסטלער דזשים דײַן (1935— ) האָט ער געשאַפֿן אינעם יאָר 2000.
די צייכענונגען דעקן הונדערטער יאָרן און גאַנץ אייראָפּע — איטאַליע, האָלאַנד, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך. מע קען אַפֿילו זען אַ צייכענונג פֿונעם דײַטשן שרײַבער וואָלפֿגאַנג וואָן געטע (1749—1832) — אַן עכט ראָמאַנטיש אימאַזש פֿון אַ רײַזנדיקער, אַליין אונטער אַ בוים, וואָס באַטראַכט דעם שיינעם פּייסאַזש. געוויסע קינסטלער ווי דער דײַטש קורט שוויטערס (1887—1948) און דער אַמעריקאַנער דזשאָסעף קאָרנעל (1903—1972) האָבן פֿאַרברייטערט דעם זשאַנער פֿון צייכענונג מיט זייערע קאָלאַזשן.
פֿרעדעריקאָ באַראָטשי, " קאָפּ פֿון אַ מאַן מיט אַ באָרד" , 1588 |
עס איז אינטערעסאַנט, וואָס אין עטלעכע פֿאַלן באַמערקט מען ווי די קינסטלער האָבן פֿרײַער און ווייניקער רעאַליסטיש באַטראַכט דעם קינסטלערישן סוביעקט ווען מע האָט עס געצייכנט, אויב מע פֿאַרגלײַכט דעם זעלביקן סוביעקט מיטן פֿאַרטיקן מאָלערײַ. דעריבער, באַקענט מען זיך מיט אַן אַנדער זײַט פֿונעם קינסטלערס שאַפֿונג.
די דריטע אויסשטעלונג-עפֿענונג בײַ דער "מאָרגאַן ביבליאָטעק" די וואָך הייסט — "דאָס שטודירן די נאַטור: אייל־סקיצעס פֿון דער טאָו זאַמלונג". די בילדער אין דער זאַמלונג רופֿט מען אויף פֿראַנצייזיש "פּלען אייר" — אויף דער פֿרישער לופֿט, און זיי זענען אייל־שטודיעס געמאָלן אין דרויסן אויף פּאַפּיר, נישט קאַנווע, אָבער דערנאָך צוגעטשעפּעט צו דער קאַנווע. נאָך אַ טערמין פֿאַר דעם זשאַנער איז די "אייל־סקיצע" און די טראַדיציע פֿון אַזאַ מין מאָלערײַ האָט זיך אַנטוויקלט צום סוף פֿונעם 18טן יאָרהונדערט און געבליבן אַ טייל פֿון קינסטלערישער אַקאַדעמישער בילדונג ביזן אָנהייב פֿונעם אימפּרעסיאָניזם צום סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט.
יאָהאַן וואָלפֿגאַנג וואָן געטע " דער האַוון פֿון נעאַפּאָל" 1810 |
די דאָזיקע בילדער האָבן אַ פֿרישע קוואַליטעט, און מע האַלט זיי ווי נישט קיין צייכענונגען און נישט קיין מאָלערײַען — נאָר ערגעץ אין מיטן. די בילדער נעמען אַרײַן שטודיעס פֿון כמאַרעס, פּייסאַזשן, און עקספּערימענטירונגען מיט טעכניק און פֿאַרב. די ערשטע מאָלערס פֿון דעם סטיל אינעם 18טן יאָרהונדערט קען מען זען אין דער אויסשטעלונג, ווי פּיער־ענרי וואַלענסיען (1750—1819), סימאָן דעני (1755—1813) און פֿראַנסאַו־מאַריוס גראַניי (1775—1849), ווי אויך שפּעטערדיקע מער באַקאַנטע נעמען ווי דזשאַן קאַנסטאַביל (1776—1837) און דזשאָן־באַפּטיסט קאַמיל קאָראָט (1796—1837), איינער פֿון די וויכטיקסטע לאַנדשאַפֿט־מאָלערס אינעם 19טן יאָרהונדערט.
לעבן די בילדער בײַם "מאָרגאַן" האָט מען אויך אויסגעשטעלט דאָס געצײַג וואָס מאָלערס פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָבן מיט זיך מיטגעבראַכט צו די וועלדער און פֿעלדער, ווען זיי האָבן געמאָלן די נאַטור אויף דער פֿרישער לופֿט און נישט אינעם סטודיאָ. די מאָלערײַען האָבן געגעבן דעם קינסלטער אַ מעגלעכקייט אויסצופּרוּוון נײַע געדאַנקען, און בײַ עטלעכע ווערק זעט מען פֿינעף אָדער זעקס אייל־סקיצעס אָפּגעגעבן איין כמאַרע אָדער שטיין, אָדער אַ וואַסערפֿאַל. מע זעט ווי דער קינסטלער האָט געוואָלט נאָך אַמאָל און נאָך אַמאָל מאָלן די סצענע ביז ער האָט געפֿילט, אַז ער האָט זי ריכטיק אויפֿגעכאַפּט.
אַנטואַן־קסייוויער־גאַבריעל דע גאַזאָו, " פּייסאַזש מיט וואָרצל פֿון אַ בוים" , 1833 |
איין מעלה פֿון די אויסשטעלונגען אין דער "מאָרגאַן־ביבליאָטעק" איז וואָס די געדרוקטע באַשרײַבונגען אונטער די ווערק געבן דעם לייענער אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם ווערק, דעם זשאַנער קונסט, דעם קינסטלער און זײַן צײַט, וואָס העלפֿט דעם באַזוכער פֿאַרשטיין דאָס ווערק וואָס הענגט אויף דער וואַנט פֿאַר זײַנע אויגן. די דרײַ נײַע אויסשטעלונגען זענען אַ גוטער "תּירוץ" צו באַזוכן די ביבליאָטעק און זיך באַקענען מיט איינער פֿון ניו־יאָרקס וויכטיקסטע קונסט־אינסטיטוציעס.
דער אַדרעס פֿון דער "מאָרגאַן־ביבליאָטעק" איז 225 מאַדיסאָן־עוועניו, ראָג 36סטע גאַס.