קינאָ
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "אַ מיליאָנער פֿון אַ דלות-געגנט"
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "אַ מיליאָנער פֿון אַ דלות-געגנט"

די טעג האָב איך געקוקט, מיט גרויס הנאה, דעם פֿילם Slumdog Millionaire, "אַ מיליאָנער פֿון אַ דלות-געגנט", וואָס וועט, אַ פּנים, צונויפֿקלײַבן אין דעם סעזאָן אַ היפּש ביסל באַלוינונגען. ס'איז אַן אינטערעסאַנטע קינאָ-אַרבעט — ניט קיין אינדישע, נאָר וועגן אינדיע, וועגן אַ לאַנד וואָס שליסט זיך אײַן אין דער מאָדערנער וועלט. מע ווײַזט די שרעקלעכע בלאָטע, אין וועלכער עס לעבן מיליאָנען לײַט, אַ בלאָטע וואָס מאַכט אָפֿט מאָל קראַנק אַן אייראָפּעיִשן באַזוכער. מײַן זון האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע חדשים אין אינדיע און, ווען ער האָט זיך צוריקגעקערט, האָט זײַן אָרגאַניזם עטלעכע טעג זיך כּמעט אָפּגעזאָגט אויפֿצונעמען שפּײַז. אונדזערע אָקספֿאָרדער שכנים האָבן זיך לעצטנס אומגעקערט פֿון אַ נסיעה קיין אינדיע, און — ביזן הײַנטיקן טאָג האָבן זיי מאָגן-פּראָבלעמען.

אָבער גלײַכצײַטיק רײַסן זיך אַרײַן אין יענער וועלט עלעמענטן פֿון מערבֿדיקער קולטור, אַרײַנגערעכנט די מאַסן-קולטור. דער סיפּור-המעשׂה פֿונעם פֿילם דרייט זיך אַרום דער טעלעוויזיע-שפּיל "ווער וויל ווערן אַ מיליאָנער?", וואָס איז תּחילת געשאַפֿן געוואָרן אין ענגלאַנד. מע פֿאַרגעסט אויך ניט וועגן די טעלעפֿאָן-צענטערס פֿאַר דער גאַנצער ענגליש-רעדנדיקער וועלט, די מיטאַרבעטער פֿון וועלכע מאַכן אַן אָנשטעל אַז זיי זיצן ערגעץ אין ענגלאַנד צי אַמעריקע. און אָן אַ קאָמפּיוטער האָט זיך די גאַנצע מעשׂה אויך ניט באַגאַנגען. אַזוי אַז דעם פֿילם קען מען אויפֿנעמען ווי אַ ראָמאַנטישע געשיכטע (מיט אַן אומגלויבלעך שיין מיידל, פֿאַרשטייט זיך) מכּוח גלאָבאַליזאַציע, מיט קאָמפּיוטער-עלעקטראָניק ווי אַ יסוד פֿון אָט דער תּקופֿה אין מענטשלעכער ציוויליזאַציע.

הגם לויט מײַן ערשטן פֿאַך בין איך אַן עלעקטראָניק-אינזשעניר און אַ קאָמפּיוטער-פּראָגראַמיסט, האָב איך מיט פּערסאָנעלע קאָמפּיוטערס אָנגעהויבן אַרבעטן נאָר אין יאָר 1992. דאָס איז געווען אַ "מאַקינטאָש" — פֿון די ערשטע מאָדעלן, וואָס זײַנען שרעקלעך ווײַט פֿון די איצטיקע עלעקטראָנישע צאַצקעס. אין עטלעכע יאָר אַרום האָב איך דערפֿילט דעם טעם פֿון עלעקטראָנישער פּאָסט. בײַם אָנהייב איז עס געגאַנגען זייער פּאָוואָלינקע, ווײַל ווייניק פֿרײַנד און קאָלעגן מײַנע האָבן עס גענוצט. אָבער איך האָב זיך ניט באַוויזן אַרומצוקוקן, ווי די עלעקטראָנישע מאַנקאָליע איז פֿעסט אַרײַן אין מײַן לעבן. דער חלאַת פֿילט זיך באַזונדערס שטאַרק בײַם אַרומרײַזן. וואָס הייסט דורכלאָזן אַ טאָג אָן קאָנטראָלירן די עלעקטראָנישע פּאָסט! גאָט צו דאַנקען זײַנען אומעטום דאָ די אינטערנעץ-קאַפֿעען צי די האָטעלן גיבן אַזאַ מעגלעכקייט. דוד מיליבאַנד, דער בריטישער אויסערן-מיניסטער, איז אָנהייב יאַנואַר געפֿאָרן ערגעץ אין אַן אינדישער אויסרײַסעניש — עס האָט אים אַהין אַרײַנגעשלעפּט ראַהול גאַנדי, אינדיראַ גאַנדיס אייניקל. האָבן זיי דאָרטן גענעכטיקט אין אַ שטאַל, צוזאַמען מיט קי, אָבער אינטערנעץ איז אין יענער געגנט פֿונדעסטוועגן געווען.

דאָס איז אַלץ ווויל און גוט. איך וועל זיך ניט אַרײַנלאָזן אין דער פֿראַגע פֿון פּראָדוקטיווקייט פֿון אַקאַדעמישער און זשורנאַליסטישער אַרבעט, וועלכע איז גוואַלדיק אויסגעוואַקסן אַ דאַנק דער עלעקטראָנישער גלאָבאַליזאַציע. ס'איז זייער גוט צו האָבן אַ שטענדיקן קאָנטאַקט מיט דער משפּחה, פֿרײַנד, קאָלעגן און סטודענטן. אָבער אַלץ האָט אַ פּרײַז, און דאָס אינטערנעץ-לעבן פֿאָדערט אויך, מע זאָל פֿאַר דעם צאָלן. קודם-כּל צאָלט מען מיט פֿאַרלירן רויִקייט. די זאַך איז אַז טאָמער דו אַרבעטסט אין אַן אוניווערסיטעט, מיינט עס אַז דײַן עלעקטראָנישער אַדרעס געפֿינט זיך אין אינטערנעץ, ער איז צוטרירטלעך פֿאַר דער גאָרער וועלט צוזאַמען מיט אַ היפּש ביסל אינפֿאָרמאַציע וועגן דיר. געפֿינט מען דיך. אָפֿט מאָל סתּם נודניקעס. לעצטנס האָט מיר עמעצער — אַ זשורנאַליסט — געדרייט לאַנג דעם קאָפּ מיט קלאָץ-קשיות וועגן ייִדישע ווערטער, וואָס באַשרײַבן געניטאַלן. ער האָט געטענהט אַז דאָס איז "נייטיק" געווען פֿאַר זײַן אַרטיקל וועגן בייסבאָל צי אַמעריקאַנער פֿוטבאָל.

אין דעם גאַנצן ענין האָב איך באַזונדערס פֿײַנט צו באַקומען כּלערליי צירקולאַר-בריוו. ס'איז ממש אַן אָנשיקעניש, אָט די דאָזיקע צירקולאַר-בשׂורות. אַ גרויסער חלק פֿון זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר חכמות, קוריאָזן, קאַריקאַטורן וכ', וואָס עמעצער פֿוילט זיך ניט צונויפֿקלײַבן צי גענערירן, און דערנאָך מבולט מען עס אַלץ אין אינטערנעץ. צומאָל בין איך פּשוט מקנא אַזעלכע מאַניקאַלע "צעשיקער" — מענטשן האָבן צײַט און געדולד.

בײַ מיר איז אַ מאָל געווען אַ סטודענטקע, וועלכע האָט אין עפּעס אַ קאָנטעקסט דערציילט אין קלאַס, אַז איר מוטער און דער מוטערס ברודער האָבן זיך מיט יאָרן צוריק געהאַט צעקריגט און אויפֿגעהערט רעדן צווישן זיך. די איינציקע ברודער-שוועסטערישע פֿאַרבינדונג איז פֿאַרבליבן דורך שיקן חכמות. איך האָב עטלעכע קאָרעספּאָנדענטן, מיט וועלכע איך האָב זיך, דאַכט זיך, ניט געקריגט, אָבער זיי האַלטן פֿאַר נייטיק פֿאַרשיטן מיך מיט נאַרישקייטן. אַ סבֿרא, אַז איך דאַרף עס אויפֿנעמען ווי אַ סימן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט.

אידעאָלאָגישע צירקולאַרן זײַנען אַ סך ערגער פֿון חכמות. זיי קומען אָן באַזונדערס אינטענסיוו אין די צײַטן פֿון פּאָליטישע און מיליטערישע קריזיסן. ממש אַ שטראָם צירקולאַרן, אָפֿט מאָל אין עטלעכע קאָפּיעס פֿון פֿאַרשיידענע אַדרעסן, האָבן זיך אַרויפֿגעוואָרן אויף מיר אין די לעצטע וואָכן, בעת דער עזה-אָפּעראַציע. איך פֿאַרשטיי עס ווי אַ מין גרופּן-טעראַפּיע. וואָס קען עס זײַן נאָך? אַנדערש איז עס פּשוט אַ נאַרישקייט. גלײַך ווי מע וויל מיך נאָך שטאַרקער איבערצײַגן, אַז "כאַמאַס" איז אַ גזלנישע אָרגאַניזאַציע.

יעדן טאָג — למשל, דורך אַ נײַעם פֿילם — באַקומען מיר אַ דערמאָנונג וועגן דעם אַז די וועלט איז אין גאַנצן פֿאַראינטערנעצט געוואָרן. טראַכט איך אַז ס׳איז שוין געקומען די צײַט צו לערנען מענטשן ווי אַזוי זיך אויפֿפֿירן ציוויליזירט מיט אָט דעם וויכטיקן אינסטרומענט, וואָס מע קען גרינג פֿאַרוואַנדלען אין אַן אָנשיקעניש.