פֿעני און פֿרעדי זײַנען געווען צוויי חבֿרה־לײַט אַרויסגעקומען פֿון אָרעמקייט און געחלומט איין טאָג אָנצוכאַפּן זיך אין די פּאָלעס פֿונעם אַמעריקאַנער חלום. פֿעני האָט גענומען דעם "סאָבוויי" צו דער אַרבעט. זי האָט געאַרבעט אויף דער "לאַוער איסט סײַד," לעבן וואָל־סטריט. דאָרט איז זי געווען אַ טעלעפֿאָניסטקע. גענומען אַ דיקטאַנט פֿונעם בעל־הבית און געקלאַפּט אויף דער שרײַב־מאַשינקע. איר געהאַלט איז געווען נישט מער ווי פֿינף און דרײַסיק שמאַלאַרעס אַ וואָך.
פֿרעדי ווידער, האָט זיך געכאָוועט אויף דער "באַורי," אַ גאַס אין ניו־יאָרק וואָס איז אַמאָל געווען באַקאַנט פֿאַר לויטער שיכּורים, וועלכע האָבן זיך געוואַלגערט אין די גאַסן. ווען זיי האָבן זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון זייער שיכּרות, זײַנען זיי געווען הונגעריק, האָט די שטאָט זיי באַזאָרגט מיט "סופּ־קיכן," וווּ זיי האָבן זיך מחיה געווען. פֿרעדי איז מיט דער צײַט געוואָרן אַ בוכהאַלטער אין אַ קליינער פֿירמע לעבן וואָל־סטריט, וואָס האָט געהייסן "ביג־בען," און גענומען האַלטן ביכער. דאָרט האָט ער זיך אָנגעשטויסן אין ציפֿערן, געלטער וואָס קומען אַרײַן און מזומנים וואָס גייען אַרויס. די סומעס האָבן אים אַזש געשווינדלט פֿאַר די אויגן. ער איז נישט געווען געוווינט צו אַזאַ רחבֿות.
איין מאָל האָט פֿעני באַגעגנט פֿרעדין אין סאָבוויי" און איז געוואָרן נײַגעריק. האָט זי אים געפֿרעגט:
"איר פֿאָרט ‘אַפּ־טאַון’ צי ‘דאַון־טאַון?’ ס’הייסט, אַרײַן אין די הויכע פֿענצטער צי אַראָפּ אין שטאָט."
"וואָס?" האָט פֿרעדי געוואָלט וויסן. "איר זעט דאָך אַז מיר פֿאָרן אין דער זעלביקער באַן אַראָפּ אין שטאָט אַרײַן. טאָ צו וואָס דאַרפֿט איר פֿרעגן?"
"גלאַט אַזוי," האָט זי געענטפֿערט תּמעוואַטע. "איר אַרבעט אפֿשר אין דער קליינער פֿירמע ‘ביג־בען’?"
"וואָס גייט אײַך אָן וווּ איך אַרבעט?" האָט ער זיך צעבריקעוועט, "איר האָט אפֿשר וואַלוטע אין דער פֿירמע?"
"וואָסער וואַלוטע?" האָט זי זיך צעלאַכט, "כ’האָב נאָר געוואָלט וויסן ווער איז דער ‘ביג־בען’. צי איז ער טאַקע אַזוי גרויס ווי מען זאָגט?"
"וואָס גייט אײַך אָן ווי גרויס ער איז. ער מעג הייסן ‘ביג־בען’. איך האָב זײַן געלט נישט געציילט."
"איז וואָס זשע טוט איר בײַ ביג־בענען אויב איר ציילט נישט זײַן געלט? איך האָב געהערט, אַז דער ‘ביג־בען’ האַלט אַ סקלאַד אין קעלער מיט אַסעקוראַציעס, היפּאָטעקעלעך און משכּנטעס. איז דאָס אמת?"
"פֿון וואַנען ווייסט איר דאָס? כ’וואָלט זיך נישט געגלייבט ווי עס דרייען זיך אַרום פּליאָטקעס אין גאַס. וואָס אַן אמת, האָט דער ‘ביג־בען’ אַ סקלאַד. אָבער דאָרט האַלט ער די ביכער און איך בין זײַן בוכהאַלטער."
"מוזט איר דאָך וויסן, אַז בײַ אים דרייען זיך אַרום אַ סך מעקלער, וואָס האַנדלען אויף דער בערזע מיט אַלערליי אַקציעס און אָבליגאַציעס. מ’ברענט אַ וועלט."
"פֿון וואַנען ווייסט איר דאָס? עמעצער האָט אײַך אײַנגערוימט אין אויער? און וווּ אַרבעט איר לאָמיך הערן."
פֿעני האָט זיך פֿאַררויטלט, אַרויסגענומען אַ שפּיגעלע פֿון בײַטל און גענומען זיך אָנפּודערן די נאָז. זי איז נישט געווען קיין מיאוס מיידל. געזען אַז פֿרעדי קוקט אויף איר מיט אויסגעשטאַרטע אויגן, האָט זי זיך גענומען רייטלען און קאָקעטירן.
"איך אַרבעט אין אַ פֿירמע וואָס האַלט אינווענטאַר, וואָס ס’איז אַרײַן און וואָס ס’איז אַרויס. די בענק ווערן די כּפּרה נאָך דער פֿירמע."
"ווי הייסט די פֿירמע?" האָט ער געוואָלט וויסן.
"ס’הייסט ‘ני מײַ, ני בײַ, ני קוקורעקו,’ און זיי האַנדלען מיט דער רעגירונג. מען שרײַבט אַקטן מיט קאָנטראַקטן, טשעקן וואָס שמעקן און נאַשן אין די טאַשן. זיי האָבן אָנגעשטעלט די אָנגעזעענטסטע אַדוואָקאַטן־פֿירמע ‘בולבע, סטראַשידלע און לאַפּוּווקע.’"
דער ראָמאַנס צווישן פֿענין און פֿרעדין האָט גענומען בליִען. ביידע זײַנען זיי אויסגעשטיגן אויף דער זעלבער סטאַנציע, אויף וואָל־סטריט. ביידע האָבן געחלומט פֿון דערגיין צו די גרויסע פֿאַרדינער און אויך געניסן פֿונעם אייבערשטן פֿון שטייסל. ס’איז אַוועק אַ יאָר און נאָך אַ יאָר, און זיי האָבן זיך דערשלאָגן זייערס. איצט פֿאַרנעמט שוין פֿעני אַ ריזיקן פּאָסטן אין "ני מײַ, ני בײַ, ני קוקורעקו." איר געהאַלט ציילט אין די מיליאָנען. זי איז וואָס מען רופֿט דאָס מיטן יום־טובֿדיקן נאָמען אַ "סי־אי־אָו." זיצט אויבן אָן און האָט אונטער זיך אַ גאַנצע גוואַרדיע נאָכבאָמבלער. אַז זי זאָגט:
"חבֿרה! הײַנט פֿאַרהאַנדלט מען מיטן עולם־גולם אַנדערש. זיי קויפֿן און מיר פֿאַרקויפֿן. מיר האָבן שוין אין כינע צענדליקער בענק וואָס באָרגן אונדז געלט, און מיר באָרגן זיי. אין רוסלאַנד דאָס אייגענע. מיר גייען גלאָבאַל. וואָל־סטריט איז צו ענג פֿאַר אונדז!"
פֿרעדי ווידער האָט זיך פּונקט אַזוי אַרויפֿגעאַרבעט. געוואָרן אַ "יאַ־טעבע־דאַם" אין "ביג־בען." ער האָט קיין מאָל נישט געחלומט אַפֿילו פֿון אַזאַ רחבֿות, נאָר אַז ס’גייט, קומט עס גלײַך אין שטוב אַרײַן. ווען פֿעני באַשטעלט איר לימוזין און פֿרעדי זײַן "סטרעטש," וואָס פֿאַרנעמט צוויי גאַסן, באַגריסט מען זיך ווי אַלטע גוטע פֿרײַנד און מ’כאַפּט אַרויס די טאַשן־טעלעפֿאָנדעלעך און מ’שמועסט זיך אַדורך:
"נו פֿעני, ווי גייט עס דיר?"
"ברוך־השם, נישט ערגער."
"וויפֿל ביסטו ווערט הײַנט?"
"אַ טריליאָן מיט זיבן הונדערט ביליאָן."
"דאָס אַלץ? וואָסי, ‘סלעק?’ (אַרבעטסלאָזיקייט). איך קען נישט נאַזשעקיען (באַקלאָגן זיך). הײַנט פֿאַרהאַנדל איך מיט קוּווייט, מאָזאַמביק און בעסאַראַביע..."
"דו מיינסט סאַודיע־אַראַביע..."
"זיכער זיי זײַנען כיטרע פֿוקסן. מען מוז זיי קוקן אויף די פֿינגער, די מעשׂה איז וואָס אונדזער בוכהאַלטעריע שטימט עפּעס נישט."
"צו זאָגן דיר דעם אמת," האָט זיך פֿעני צעלאַכט, "אונדזער בוכהאַלטעריע הינקט אויך אַ ביסל אונטער. נעכטן האָבן מיר אָנגעוווירן אַ טריליאָן און אייערנעכטן אַ פּאָר ביליאָן. דאָס געלט רינט אונדז אויס ווי פּוטער פֿון אַ סלוי. ווער מיינסטו איז שולדיק פֿרעדי?"
"איך מיין אָדער די נאַפֿט־זשוליקעס אָדער מיסטער סוועזשינסקי."
"ווער איז מיסטער סוועזשינסקי, ווער?"
"קענסט נישט דעם חבֿרה־מאַן וואָס פֿאַרקויפֿט צײַטונגען אויף ווינקל גאַס. ער נעמט שוין איבער אַ דאָלאַר פֿופֿציק פֿאַר דער ‘ניו־יאָרק טײַמס.’ האָסטו שוין געהערט פֿון אַזעלכע פּרײַזן?"
"דאָס איז בײַ דיר אַ נײַעס?" האָט זיך צעלאַכט פֿעני. "דאַרפֿסט שוין זען וויפֿל דער ‘פֿאָרווערטס’ קאָסט. ווער קען זיך פֿאַרגינען? כ’זאָג פֿרעדי, די הײַנטיקע פּרײַזן וועלן אונדז לייגן אין דר’ערד אַרײַן. אַ קאַפּוטשינאָ מיט זיסן שמאַד אין ‘סטאַרבאַקס’ קאָסט שוין אַ פֿינפֿערל. שוין אָפּגערעדט פֿון די ‘פֿענסי־שמענסי־דילענטסי’־רעסטאָראַנען ווי ‘סעקאָנד עוועניו דעלי,’ און דער ‘ריווע־דייל דײַנער.’ הײַנט קען מען דאָך די קאָפּעטעס אויסציִען ווען ס’קומט צו די חשבונות, ווער רעדט שוין ווען מ’דאַרף דערלאַנגען די קעלנערקעס מיט די סאָרווערס צוואַנציק פּראָצענט ביר־געלט. שווערע צײַטן מחותּן, שווערע צײַטן."
"וואָס זשע לייגסטו פֿאָר ברודערל, וויל איך וויסן?" האָט זיך שיעור נישט צעוויינט פֿעני, "די פּילימעני."
"לויט מײַן נאַרישן שׂכל, וואָלט איך באַנקראָטירט און דערלעדיקט. זאָלן די חבֿרה בענק און די לאַפּעטוטן וואָס האַלטן אונדז אויף, זיך אַן עצה געבן אָן אונדז."
"פֿרעדי! כ’וויל דיך עפּעס פֿרעגן. וויפֿל הײַזער פֿאַרמאָגסטו?"
"כ’וועל דיר זאָגן דעם אמת, כ’געדענק שוין נישט. כ’האָב אַ הויז אין טרינידאַד און אַ דאַטשע אין באַרצעלאָנאַ. כ’האָב אַ פֿאַרם מיט פֿערד אין אײַאָוואַ. אַ פּיאַצאַ מיט אַ יאַכטע אין ווענעציע. כ’וועל דיר זאָגן דעם אמת, מײַן ווײַב האַלט די בוכהאַלטעריע. און דו פֿעניטשקע, וויפֿל היימען פֿאַרמאָגסטו לאָמיך הערן?"
"איך געדענק אויך נישט. כ’האָב לעצטנס געקויפֿט אַ ווילע אויפֿן באַרג ‘יונגפֿראַו־יאַך’ אין דער שווייץ, און אַ קאָנדאַמיניום לעבן ‘פּלאַס דע־לאַ־קאָנקאָרד’ אין פּאַריז. דאָס הויז לעבן דער ‘שאַנסזעליזיי’ איז מיר נימאס געוואָרן, האָב איך עס פֿאַרקויפֿט דאָנאַלד טראָמפּן."
"דאָס אַלץ טײַערינקע? ביסט דאָך ממש אַן אָרעם קינד."
"זאָרג זיך נישט פֿרעדי. כ’בין גוט פֿאַרזאָרגט. אַ סך מאָל טראַכט איך אַז איך פֿאַרמאָג מסתּמא מער געלט ווי גאַנץ בולגאַריע."
"און איך — ווי גאַנץ אינדאָנעזיע."
"און איך ווי גאַנץ... פֿרעדי לאָמיר זיך נישט פֿאַרמעסטן. מ’איז אַרויס מיט גאָלע גאַטקעס. אָבער די רעגירונג וועט אונדז אויסקויפֿן. די בירגער קענען זיך פֿאַרגינען אונדז אויסצוהאַלטן אינעם סטיל צו וועלכן מיר זײַנען שוין געוווינט. און איצט זאָג מיר וואָס מאַכט עפּעס די מומע סאָסיע? שוין לאַנג נישט געהערט פֿון איר."
"די מומע סאָסיע קרענקט אַ ביסל אונטער. אָבער זאָרג זיך נישט. איך שיק איר צו אַ חודשלעך געהאַלט פֿון אַ פּאָר הונדערט דאָלאַר."
"איך בין אויך גוט צו מײַן משפּחה פֿרעדי. כאָטש זיי שאַצן מיך נישט אָפּ ווי געהעריק. ווען ס’האָט זיך געהאַנדלט אין צאָלן פֿאַר מײַן אייניקלס זומער־קאָלאָניע, האָב איך אַרויפֿגעשאַרצט די אַרבל און זיי דערלאַנגט אַ פּאָר הונדערט דאָלאַר."
"וויפֿל הינט האָסטו פֿעני?"
"בלויז פֿינף און דאַרפֿסט זען דעם נחת וואָס איך שעפּ פֿון זיי. זיי קאָסטן מיך אָפּ אַ מאַיאָנטעק. כ’האָב זיי איבערגעלאָזט איבער צוואַנציק מיליאָן בירושה. זאָלן זיי וויסן פֿון אַ לעבן."
אַ ראָמאַנטיש פּאָרל פֿעני און פֿרעדי האָבן די גאַנצע וועלט אין דר’ערד. דער עיקר מ’קען לעבן, נאָר מ’לאָזט נישט.