געשיכטע, װיסנשאַפֿט
ד״ר דזשאָן מאַק׳קאַרטי, 1967
ד״ר דזשאָן מאַק׳קאַרטי, 1967

לאָגיק, סתּירות און כאַאָס

אין דער געשיכטע זענען פֿאַראַן נישט ווייניק גרויסע אַנטדעקונגען און דערפֿינדונגען, וועלכע האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף דער גאַנצער וועלט, אָבער בלײַבן רעלאַטיוו אומבאַקאַנט דעם אַלגעמיינעם עולם, אַחוץ אַ באַגרענעצטער צאָל ספּעציאַליסטן. אַ וויכטיקן מוסטער פֿון אַזאַ "באַשיידענער" דערפֿינדונג איז די קאָמפּיוטער-שפּראַך "Lisp" מיט אַ לאַנגן און אינטערעסאַנטן ייִחוס, וועלכע פּראַוועט הײַיאָר איר 50־יעריקן יוביליי.

אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, האָבן אַ ריי מאַטעמאַטיקער און פֿילאָסאָפֿן אָנגעהויבן פֿאָרשן די סאַמע יסודות פֿון מאַטעמאַטישער לאָגיק, און באַקומען גאָר וויכטיקע רעזולטאַטן, וועלכע האָבן געביטן דאָס גאַנצע "פּנים" פֿון מאַטעמאַטיק. די עצם־"שפּילערײַ" מיט די מאַטעמאַטישע סימבאָלן, דער פּראָצעס פֿונעם פֿאַרשרײַבן די פֿאָרמולעס און טעאָרעמעס, איז געוואָרן אַ וויכטיקער אָביעקט פֿון פֿאָרשונגען. פּאַראַדאָקסיש, האָט אַזאַ אַבסטראַקטיזאַציע, אין אַ געוויסער מאָס, דערמעגלעכט צו מעכאַניזירן מאַטעמאַטיק און "אַרײַנצולייגן" די אַבסטראַקטע קאָנצעפּציעס אין קאָמפּיוטערס.

דער גרויסער דײַטשישער פֿילאָסאָף און מאַטעמאַטיקער גאָטפֿריד לײַבניץ האָט פֿאַרלייגט די יסודות פֿון מאַטעמאַטישער לאָגיק מיט 300 יאָר צוריק. די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון אַזאַ אַבסטראַקט-סימבאָלישן צוגאַנג איז פֿאַרבונדן מיט די פֿאָרשונגען פֿון אַזעלכע גרויסע מאַטעמאַטיקער, ווי קורט געדעל, סטיווען קליני, אַלאָנזאָ טשערטש און אַלאַן טיורינג.

לײַבניץ האָט אויך געשאַפֿן דעם ערשטן מעכאַנישן קאַלקולאַטאָר מיט אַלע פֿיר אַריטמעטישע אָפּעראַציעס, דערפֿונדן די בינאַרע רעכענונג-סיסטעם, וועלכע ווערט אויסגענוצט אין די הײַנטיקע קאָמפּיוטערס, און באַטראַכט ווי אַן אוניווערסאַלע שפּראַך, וועלכע וואָלט דערלויבט צו לייזן לאָגישע פּראָבלעמען דורך מעכאַנישע מאַניפּולאַציעס פֿון סימבאָלן. אין זײַנע ווערק איז ער צוגעקומען זייער נאָענט צו די אידעען פֿון קאָמפּיוטערײַ.

די פֿאָרמעלע לאָגיק ברענגט צומאָל צו וווּנדערלעכע פּאַראַדאָקסן. נאָך מיט איבער 3,300 יאָר צוריק האָט דער גריכישער פֿילאָסאָף עוובוליד באַטראַכט דעם אַזוי-גערופֿענעם "ליגנער-פּאַראַדאָקס" אָדער "פּאַראַדאָקס פֿון עפּימעניד". שטעלט זיך פֿאָר, אַז עמעצער באַטאָנט: "דעם אמת געזאָגט, זאָג איך אַ ליגן". הגם אַזאַ פֿראַזע איז גראַמאַטיש קאָרעקט, טראָגט זי אין זיך אַן אינערלעכע סתּירה.

אינעם יאָר 1931 האָט דער עסטרײַכישער מאַטעמאַטיקער קורט געדעל (1906—1978) פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן "טעאָרעמע פֿון אומגאַנצקייט". אומפֿאָרמעל געזאָגט, האָט ער דערוויזן, אַז אין יעדער גענוג קאָמפּליצירטער לאָגישער סיסטעם זענען דאָ אַזעלכע "ליגנער-פּאַראַדאָקסן"; דערפֿאַר זענען אין מאַטעמאַטיק פֿאַראַן השערות, וואָס ס׳איז אוממעגלעך צו דערווײַזן, צי זיי זענען אמתע אָדער פֿאַלשע. אין זײַן דערווײַז, האָט געדעל אויסגעאַרבעט אַ ספּעציעלע סיסטעם, וועלכע דערמעגלעכט צו מאַניפּולירן מיט מאַטעמאַטישע אַרויסזאָגונגען און טעאָרעמעס אויף אַ מעכאַנישן אופֿן, ווי מיט געוויינטלעכע צאָלן.

געדעלס "טעאָרעמע פֿון אומגאַנצקייט" האָט שטאַרק משפּיע געווען נישט בלויז אויף מאַטעמאַטיק, נאָר אויך אויף אַנדערע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, אויף פֿילאָסאָפֿיע, און, אין אַ געוויסער מאָס, אַפֿילו אויף דער אַלגעמיינער קולטור. זײַנע ווערק האָבן אונטערגעריסן די יסודות פֿון דער "אויפֿקלערונג"-תּקופֿה, און געבראַכט אין וויסנשאַפֿט דעם טעם פֿון רעטעניש, אומבאַשטימטקייט און כאַאָס.

געדעל איז אויך געווען אַן אָריגינעלער פֿילאָסאָף און אַ שטיקל מיסטיקער. ער האָט באַזונדערס ליב געהאַט די פֿילאָסאָפֿיע פֿון לײַבניצן; שפּעטער האָט ער זיך אויך פֿאַראינטערעסירט מיט עדמונד הוסערלס פֿענאָמענאָלאָגיע. אין זײַנע פֿילאָסאָפֿישע נאָטיצן, האָט געדעל באַמערקט, אַז ער גלייבט אין גילגולים, אַנדערע וועלטן מיט שׂכלדיקע באַשעפֿענישן, און אין אַן אוניווערסאַלער רעליגיע, באַגרינדעט אויף אַ שטרענג-פֿאָרמעלער לאָגיק.

אינעם יאָר 1936 האָט דער אַמעריקאַנער מאַטעמאַטיקער אַלאָנזאָ טשערטש דערוויזן, אַז ס׳איז אוממעגלעך צו שאַפֿן אַן אַלגעמיינע פּראָצעדור, וואָס וואָלט געקאָנט ענטפֿערן אויף געוויסע מאַטעמאַטישע פּראָבלעמען; מע קאָן נישט תּמיד פֿאָרויסזאָגן, צי אַ געוויסע השערה לאָזט זיך דערוויזן צו ווערן. נישט נאָר, אַז אין מאַטעמאַטיק שטעקן פּאַראַדאָקסן, אָבער מע קען אויך נישט וויסן, וווּ זיי "באַהאַלטן זיך".

מיט אַ יאָר שפּעטער האָט דער ענגלישער מאַטעמאַטיקער אַלאַן טיורינג פֿאַרענפֿטלעכט אַן אַנדער טעאָרעמע, אַז נישט אַלעמאָל קאָן מען וויסן פֿון פֿאָרויס, צי אַ קאָמפּיוטער-פּראָגראַם וועט זיך אָפּשטעלן מיט אַ קאָנקרעטן רעזולטאַט.

פֿאַר אַ טייל לייענער קלינגען די דערמאָנטע מאַטעמאַטישע פּאַראַדאָקסן, אַפּנים, אַ ביסל נודנע און אומפּראַקטיש. אין דער אמתן, אָבער, טרעפֿן מענטשן אָן אויף זיי כּסדר אינעם טאָג-טעגלעכן לעבן. יעדער הײַנטיקער קאָמפּיוטער-באַנוצער ווייסט, אַז אַ קאָמפּליצירטע פּראָגראַם "הענגט" צומאָל אויף, פּרוּוונדיק צו לייזן עפּעס אַן אויפֿגאַבע, וועלכע זעט נישט אויס, אויפֿן ערשטן בליק, צו שווער.

אַזאַ כאַאָטישע אויפֿפֿירונג פֿון קאָמפּיוטערס האָט צו טאָן מיט די טעאָרעמעס פֿון געדעלן, טשערטשן און טיורינגען. די מאַטעמאַטיקער גיבן צומאָל אָפּ גאַנצע יאָרן פֿון זייער לעבן, פּרוּוונדיק צו לייזן אַ געוויסע פּראָבלעם, וואָס זעט אויס פּשוט. פּונקט אַזוי, פּרוּווט אַ קאָמפּיוטער צומאָל לייזן אַ "פּראָבלעם", וועלכע פֿאַרנעמט זײַן גאַנצע צײַט און "מוח".

"שטומפּיקע" און "קלוגע" מאַשינען

אין די 1940ער יאָרן, ווען די ערשטע קאָמפּיוטערס זענען געשאַפֿן געוואָרן, האָבן די פּראָגראַמיסטן, דער עיקר, געפּרוּווט שאַפֿן שטרענג פֿאַרזיכערטע, גיכע פּראָגראַמען. ס׳רובֿ פֿאַרשפּרייטע קאָמפּיוטער-שפּראַכן פֿאָלגן נאָך אַלץ דעם זעלבן מוסטער.

זינט די ערשטע יאָרן פֿון דער קאָמפּיוטער-תּקופֿה, האָבן די וויסנשאַפֿטלער אויך געטרוימט צו שאַפֿן אַ קלוגע מאַשין, וועלכע וואָלט געקאָנט לייזן ערנסטע טעאָרעטישע פּראָבלעמען, און נישט נאָר פֿירן "שטומפּיקע" חשבונות.

אינעם יאָר 1958 האָט ד״ר דזשאָן מאַק׳קאַרטי, אַ פֿאָרשער פֿונעם "מאַסאַטשוסעטסער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט", פֿאָרגעלייגט אַ מאַטעמאַטישע שפּראַך צו באַשרײַבן קאָמפּיוטער-אַלגאָריטמען, באַגרינדעט אויף "לאַמבדאַ-רעכענונג" — די פֿאָרמעלע סיסטעם, וועלכע דערמעגלעכט צו פֿאַרוואַנדלען מאַטעמאַטישע פֿונקציעס אין זייער אַ פּשוטער פֿאָרמע, וועלכע קאָן באַאַרבעט ווערן דורך אַ מאַשין. די "לאַמבדאַ-רעכענונג" איז געשאַפֿן געוואָרן דורך אַלאָנזאָ טשערטש און סטיווען קליני, און שפּילט אַ שליסל-ראָלע אין טשערטשעס טעאָרעמע וועגן אומבאַשטימלעכע פּראָבלעמען.

די נײַע קאָמפּיוטער-שפּראַך, "LISP", האָט דערמעגלעכט צו פֿאַרקערפּערן אין אַ קאָמפּיוטער די יסודות פֿון מאַטעמאַטישער לאָגיק, מיט אירע מעלות און פּאַראַדאָקסן. אין פּרינציפּ, קאָן מען זי אויסדריקן אויך אין די אַנדערע פּראָגראַמיר-שפּראַכן, אָבער "ליספּ" העלפֿט צו טאָן דאָס אַ סך גרינגער. אַנשטאָט צו געבן דעם קאָמפּיוטער פּרטימדיקע קאָמאַנדעס וואָס צו טאָן, פֿאָקוסירן זיך "ליספּ"-פּראָגראַמען מער אויפֿן דערקלערן די צוועקן. אַזאַ צוגאַנג איז שפּעטער אויסגענוצט געוואָרן אין אַ ריי אַנדערע "דעקלאַראַטיווע" קאָמפּיוטער-שפּראַכן.

מאַק׳קאַרטי, אַ פּראָמינענטער פּיאָנער-פֿאָרשער פֿונעם קינסטלעכן אינטעלעקט, וועלכער האָט געשאַפֿן דעם דאָזיקן טערמין, איז געבוירן געוואָרן אין באָסטאָן, 1927, אין אַ קאָמוניסטישער משפּחה. זײַן טאַטע, אַן אירלענדישער אימיגראַנט, האָט געאַרבעט ווי אַ טעסלער, און איז געווען אַקטיוו אין דער אַרבעטער-באַוועגונג. זײַן מאַמע, אַ ייִדישע אימיגראַנטקע פֿון ליטע, איז געווען אַ זשורנאַליסטקע און אַ סאָציאַלע אַקטיוויסטקע. מאַק׳קאַרטי האָט דערציילט, אַז די פּאָליטישע איבערצײַגונגען פֿון די עלטערן האָבן אַרויסגערופֿן אין זײַן יוגנט אַן אינטערעס צו וויסנשאַפֿט, ווײַל די מאַרקסיסטן פֿלעגן באַטאָנען, אַז זייער שיטה איז אַ "וויסנשאַפֿטלעכע".

דער נאָמען "Lisp" איז אַן אַברעוויאַטור פֿון דער פֿראַזע "List Processing Language" "אַ שפּראַך, וואָס באַאַרבעט רשימות". אין ענגליש, מיינט דאָס דאָזיקע וואָרט אויך "קינדער־שפּראַך". מאַק׳קאַרטי האָט טאַקע געהאָפֿט אויסצולערנען די קאָמפּיוטערס צו פֿאַרשטיין נאַטירלעכע מענטשלעכע שפּראַכן.

במשך פֿון 50 יאָר, האָבן פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן, פֿאַרבונדן מיט "ליספּ", שטאַרק משפּיע געווען אויף אַלע געביטן פֿון קאָמפּיוטערײַ, הגם ס׳רובֿ דורכשניטלעכע קאָמפּיוטער-באַנוצער האָבן, אַפּנים, קיינמאָל נישט געהערט וועגן דעם. אָפֿטמאָל, ווען עפּעס אַ פּראָגראַם פֿירט זיך אויף אויסערגעוויינטלעך קלוג, דינאַמיש און בייגעוודיק, איז עס אַ סימן, אַז זי האָט אַ שײַכות צו "ליספּ", אָדער אַן אַנדער דעקלאַראַטיווער שפּראַך. אַזעלכע פּראָגראַמען זענען באַזונדערס אָפֿט אויסגענוצט פֿאַר טעאָרעטישע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען, ראָבאָטן און אַנדערע קאָמפּליצירטע אויפֿגאַבעס.

כּמעט אַלע קאָמפּיוטערײַ-פֿאַקולטעטן לייגן הײַנט פֿאָר אַ קורס פֿון "ליספּ", ווײַל די דאָזיקע שפּראַך העלפֿט צו פֿאַרשטיין די טעאָריע. אין אַ סך מיטלשולן אַרום דער וועלט באַקענט מען די תּלמידים מיט די יסודות פֿון פּראָגראַמירן מיט דער הילף פֿון אַ פֿאַרלײַכטערטער אַדאַפּטאַציע פֿון "ליספּ" — "Logo".

לאַנגע גילגולים פֿון "ליספּ"

די ערשטע "ליספּ"-מומחים אין "MIT" האָבן אויסגעאַרבעט אַן אומפֿאָרמעלע, אַנטי-קאָמערציעלע באַציִונג צו קאָמפּיוטערײַ. ריטשאַרד סטאָלמאַן, אַ באַקאַנטער "ליספּ"-פּראָגראַמיסט און אַ שאַרפֿער קענגער פֿון די "קאָפּירײַט"־געזעצן, האָט דערציילט, אַז אין דער "לאַבאָראַטאָריע פֿונעם קינסטלעכן אינטעלעקט" ("AI Lab"), האָט במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט געהערשט אַן אַטמאָספֿער פֿון פֿרײַוויליקער, שעפֿערישער קאָאָפּעראַציע. די פֿאָרשער פֿון דער "MIT"-לאַבאָראַטאָריע האָבן אַמאָל, ווי אַ שפּאַס, אָפּגעטײַטשט די אַברעוויאַטור "AI" ווי "אַנאַרכיסטישער אינטערנאַציאָנאַל".

אינעם יאָר 1979 האָבן ריטשאַרד גרינבלאַט, אַ פּראָמינענטער פֿאָרשער, און ראַסעל נאָפֿצקער, אַ געוועזענער אַדמיניסטראַטאָר פֿון דער לאַבאָראַטאָריע, באַשלאָסן צו פֿאַרוואַנדלען די "ליספּ"־טעכנאָלאָגיעס אין אַ קאָמערציעל געשעפֿט. די קאָמערציאַליזאַציע האָט אַרויסגערופֿן אַ לאַנגן סיכסוך צווישן גרינבלאַטס "ליספּ-מאַשינען", נאָפֿצקערס פֿירמע "סימבאָליקס", און די "ליספּ"-פּראָגראַמיסטן. דער סיכסוך האָט אָבער גורם געווען אַ ברייטע פֿאַרשפּרייטונג פֿון די טעכנאָלאָגיעס צווישן אַ צאָל קאָנקורירנדיקע קאָמפּאַניעס. די הײַנטיקע קאָמפּיוטער-סיסטעמען מיט באַקוועמע "פֿענצטערלעך", קאָמפּיוטער-"מײַז" און שיינער גראַפֿיק זענען צוערשט געשאַפֿן געוואָרן אויף ספּעציעלע "ליספּ"-קאָמפּיוטערס פֿון יענער תּקופֿה.

אין די 1990ער יאָרן האָבן אַ סך פֿירמעס און פּראָגראַמיסטן זיך אַנטוישט אין דער האָפֿענונג צו שאַפֿן אַן עכטן קינסטלעכן אינטעלעקט, און האָבן זיך אָפּגעבען מיט די ביליקע היים-קאָמפּיוטערס און אַנדערע פּראַגמאַטישע צוועקן; "ליספּ" האָט דעמאָלט פֿאַרלוירן זײַן אַמאָליקע פּאָפּולאַריטעט. אין די לעצטע יאָרן, אָבער, איז ער ווידער געוואָרן פּאָפּולער, בפֿרט צווישן די ענטוזיאַסטן פֿון דער "קאָפּילעפֿט"-באַוועגונג, וועלכע שטרעבן אויפֿצולעבן די פֿריִיִקע קאָאָפּעראַציע-אַטמאָספֿער פֿון דער "MIT"-לאַבאָראַטאָריע. די הצלחהדיקע אַנטוויקלונג פֿון ראָבאָטן און פֿאַרשיידענע קלוגע פּראָגראַמען האָט אויך געהאָלפֿן אויפֿצולעבן דעם אינטערעס צו דער שפּראַך.

די געשיכטע פֿון "ליספּ" איז פֿאַרבונדן, אין אַ געוויסער מאָס, מיט קורט געדעלס אימיגראַציע קיין אַמעריקע. אינעם יאָר 1938 זענען די נאַציס געקומען צו דער מאַכט אין עסטרײַך. הגם געדעל איז געווען אַ דײַטש, האָט מען אים באַשולדיקט אין "פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע וויסנשאַפֿט", און פֿאַרווערט צו פֿירן לעקציעס. אַ גרופּע אַנטיסעמיטישע יוגנטלעכע זענען אויף אים אַמאָל אָנגעפֿאַלן צוליב זײַנע שוואַרצע בגדים, מיינענדיק, אַז ער איז אַ ייִד. געדעל האָט געהאַט אַ סך ייִדישע חבֿרים, דערפֿאַר האָבן אַ טייל נאַציס געגלייבט, אַז ער מוז שטאַמען פֿון ייִדן. צוליב די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, האָט ער אימיגרירט קיין אַמעריקע, און באַקומען אַ פּראָפֿעסאָר-שטעלע אינעם פּרינסטאָן-אוניווערסיטעט. געדעל האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף דער אַנטוויקלונג פֿון מאַטעמאַטישע פֿאָרשונגען, וועלכע האָבן זיך שפּעטער אָפּגעשפּיגלט אין "ליספּ".

אַ ריי ייִדן האָבן געשפּילט אַ שליסל-ראָלע אין דער געשיכטע פֿון "ליספּ"-פֿאָרשונגען. טיילווײַז, איז עס אויך היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט אַנטיסעמיטיזם — אין דעם פֿאַל, אין אַמעריקע אַליין. ביז די 1950ער יאָרן פֿלעגן אַ סך אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן דיסקרימינירן די ייִדן. איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס "MIT", בײַם אָנהייב אַ ווייניק-באַקאַנטער אינסטיטוט, האָט דערגרייכט אַזאַ דערפֿאָלג, איז פֿאַרבונדן מיט זײַן אָפֿנקייט; צוליב דעם, האָבן זיך אין "MIT" קאָנצענטרירט אַ סך טאַלאַנטירטע "ייִדישע קעפּ", וועלכע האָבן נישט געקאָנט גיין אין האַרוואַרד און אַנדערע באַרימטע אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן.

ס׳איז אינטערסאַנט, אַז לײַבניץ, וועלכער האָט פֿאַרבונדן דעם שׂכל מיט סימבאָל-מאַניפּולאַציעס נאָך מיט 300 יאָר צוריק, און האָט שוין דעמאָלט באַטראַכט די אידעען פֿון קינסטלעכן אינטעלעקט, האָט אַרויסגעוויזן אַן ערנסטן אינטערעס צו קבלה. אין די קבלה-ספֿרים ווערט דער פּראָצעס פֿון וועלט-באַשאַפֿונג, די מענטשלעכע מחשבֿות, און אַפֿילו די אַנטפּלעקונג פֿון ג-טלעכקייט אַליין, באַטראַכט ווי "טעכנישע" מאַניפּולאַציעס מיט הייליקע שמות און אותיות פֿונעם ייִדישן אַלף-בית. ס׳איז מעגלעך, אַז לײַבניץ האָט געטרוימט צו שאַפֿן דורך סיבמאָל-מאַניפּולאַציעס אַ מין "מעכאַנישן גולם".

געדעל האָט זיך אויך אינטערעסירט מיט די קבלהדיקע סימבאָל-מאַניפּולאַציעס. דער פֿראַנצויזישער מאַטעמאַטיקער זשאַן-איוו זשעראַר האָט אָנגערופֿן געדעלס מאַטעמאַטישע פֿאָרשונגען "אַ נײַע קבלה". פֿאַרשיידענע לאָגישע פּאַראַדאָקסן טרעפֿן זיך אָפֿט אין גמרא, און האָבן טאַקע אַ "ייִדישן טעם".

אַ טייל פּראָגראַמיסטן קריטיקירן "ליספּ" פֿאַר איר "עזאָטערישן" סינטאַקס, וואָס זעט אויס ווי ליסטעס פֿון סימבאָלן, אַרומגערינגלט מיט אַ סך קלאַמערן. אַזאַ סינטאַקס דערמעגלעכט אָבער אויסצודריקן בעסער דעם מאַטעמאַטישן עצם פֿון דער שפּראַך. למשל, אַ "ליספּ"-פּראָגראַם קאָן גרינג מאַניפּולירן מיט איר אייגענעם טעקסט, און פּראָגראַמירן זיך אַליין, אָדער פּראָדוצירן אַנדערע פּראָגראַמען.

די ענטוזיאַסטן פֿון "ליספּ" באַטאָנען, האַלב שפּאַסיק, האַלב ערנסט, אַז דאָס פּראָגראַמירן אין זייער באַליבטער שפּראַך "איז אַזוי ווי צו שפּילן מיט די יסודותדיקע כּוחות פֿונעם אוניווערס", "באַלויכט דעם מוח" און "דערמעגלעכט צו פֿאַרווירקלעכן דאָס אוממעגלעכע".

דער קאָמפּיוטערײַ-פֿאָרשער און פּאָעט־פּאַראָדיסט באָב קאַנעפֿסקי האָט אָנגעשריבן דאָס שפּאַסיק ליד "ג-ט האָט געשריבן אויף ליספּ", וואָס ווערט געזונגען אין זײַן אַלבאָם "Roundworm" דורך דזשוליאַ עקלאַר, אַ זינגערין און שרײַבערין-פֿאַנטאַסטקע. אינעם ליד רעדט זיך, אַז דער באַשעפֿער האָט געמוזט פּראָגראַמירן די וועלט אויף "ליספּ", ווײַל אַנדערש וואָלט מען זי ניט געקאָנט באַשאַפֿן אַזוי שיין און גיך, און אַז אינעם נאָמען פֿון דער שפּראַך, וואָס באַשטייט פֿון פֿיר אותיות, שטעקט דער הייליקער שם-השם. דאַכט זיך, דאָס איז די איינציקע קאָמפּיוטער־שפּראַך, וואָס האָט אינספּירירט אַזאַ לויב-געזאַנג. קאַנעפֿסקי אַרבעט בײַ "נאַסאַ", און האָט געשריבן "ליספּ"-פּראָגראַמען פֿאַר קאָסמאָס-אַפּאַראַטן.

צום באַדויערן, האָט דער 81־יעריקער מאַק׳קאַרטי, צוליב זײַן שווערן געזונט-מצבֿ, נישט געקאָנט קומען אויף דער יוביליי-קאָנפֿערענץ, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 20סטן אָקטאָבער אין נאַשוויל, שטאַט טענעסי. די באַטייליקטע זענען אויפֿגעטראָטן מיט לעקציעס וועגן דער געשיכטע, השפּעה און דער צוקונפֿט פֿון "ליספּ", און האָבן ענטוזיאַסטיש געמאָלדן, אַז אין 50 יאָר אַרום וועט די שפּראַך פּראַווען אַ נײַעם יוביליי.