געשיכטע, פֿאַרשײדנס
אַרכעאָלאָג ראָן טעפּי ווײַזט דעם שטיין וואָס ער האָט געפֿונען אין תּל-זית
אַרכעאָלאָג ראָן טעפּי ווײַזט דעם שטיין וואָס ער האָט געפֿונען אין תּל-זית

מיט פֿיר יאָר צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן, בראָש מיט ראָן טעפּי, אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר פֿונעם פּיטסבורגער טעאָלאָגישן סעמינאַר, אַנטדעקט אין תּל-זית, 35 מײַל פֿון ירושלים, אַ גרויסן שטיין, 38 פֿונט די וואָג, אויף וועלכן עס זענען אויסגעקריצט געוואָרן די אותיות פֿונעם אַלט-העברעיִשן אַלף-בית. אין די אוראַלטע צײַטן פֿלעגן די ייִדן נוצן די אַלטע שריפֿט, וועלכע ווערט אָנגערופֿן אין גמרא "כּתבֿ-עבֿרי", און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וואַריאַנט פֿונעם אַלגעמיינעם סעמיטישן אלף-בית.

אַן אַנדער וואַריאַנט פֿון דער זעלבער שריפֿט איז געווען פֿאַרשפּרייט אין פֿיניקיע — די אוראַלטע צפֿון-כּנענישע ציוויליזאַציע, באַקאַנט מיט זייערע דערגרייכונגען אין ים-נאַוויגאַציע. די פֿיניקישע אויפֿשריפֿטן טרעפֿן זיך אויף אַ גרויסן שטח פֿון אייראָפּע, אַזיע און אַפֿריקע — פֿון עגיפּטן ביז אירלאַנד. די היסטאָריקער האַלטן, אַז כּמעט אַלע מאָדערנע אַלפֿאַבעטן, אַרײַנגערעכנט דעם לאַטײַנישן, שטאַמען פֿון די פֿיניקישע אותיות.

דאָס געפֿינס אין תּל־זית ווערט באַטראַכט ווי די עלטסטע באַקאַנטע אויפֿשריפֿט אויף העברעיִש, אָנגעשריבן בערך מיט 3,000 יאָר צוריק. ס׳זעט אויס, אַז דער מענטש, וועלכער האָט אויסגעקריצט די אותיות, האָט נישט געקאָנט גוט שרײַבן, ווײַל ער האָט געמאַכט עטלעכע גרײַזן אינעם סדר פֿונעם אַלף-בית. ס׳קאָן זײַן, אַז ער האָט אויסגענוצט דעם שטיין, כּדי זיך אויסצולערנען צו שרײַבן. אַחוץ דעם אַלף-בית, זענען אויפֿן שטיין אויך אויסגעקריצט צוויי ווערטער: "עזר" ("הילף" אָדער "קעמפֿער") און "כּס" ("שיסל" אָדער "טראָן").

מיט דרײַסיק יאָר פֿריִער, האָבן די אַרכעאָלאָגן געפֿונען אַ שאַרבל מיט אַן אויסגעקריצטן אַלף-בית און עטלעכע ווערטער, אינעם דאָרף איזבעט-סאַרטאַ, אויף מיזרח פֿון תּל־אָבֿיבֿ. די פֿאָרשער האַלטן, אַז דאָס שאַרבל איז, מעגלעך, עלטער ווי דער שטיין פֿון תּל-זית; ס׳איז אָבער נישט קלאָר, צי די אויפֿשריפֿט איז טאַקע אַ העברעיִשע, ווײַל דער חילוק צווישן דעם אוראַלטן העברעיִש און אַנדערע כּנענישע דיאַלעקטן איז זייער קליין.

די צווייטע אָפּגעהיטע העברעיִשע אויפֿשריפֿט, איז דער אוראַלטער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער קאַלענדאַר, געפֿונען אין תּל־גזר, 30 מײַל אויף צפֿון-מערבֿ פֿון ירושלים, דורכן אירלענדישן אַרכעאָלאָג ראָבערט מאַקאַליסטער, בעת די אויסגראָבונגען אין די יאָרן 1902־1907. די פֿאָרשער האָבן באַשטעטיקט, אַז דער אוראַלטער דאָקומענט, אויסגעקריצט אויף אַ שטיקל קאַלכשטיין, איז אויסגעקריצט געוואָרן מיט אַרום 2,950 יאָר צוריק — אַ ביסל שפּעטער, ווי דער אַלף-בית פֿון תּל-זית:

ירחו אסף, ירחו זרע,
ירחו לקש, ירח עצד פשת,
ירח קצר שערם, ירח קצר וכל,
ירחו זמר, ירח קץ

אבי

ס׳זעט אויס, אַז דאָס לעצטע וואָרט איז דער נאָמען פֿונעם מחבר — אָבֿיה אָדער אָבֿיהו; אַזאַ נאָמען טרעפֿט זיך אין עטלעכע ערטער אין תּנ״ך. אויף ייִדיש, הגם געוויסע פּרטים אינעם טעקסט זענען נישט אינגאַנצן קלאָר, איז דער טײַטש אַזאַ:

צוויי חדשים פֿון זאַמלען גערעטעניש,
צוויי חדשים פֿון פֿאַרזייען,
צוויי חדשים פֿונעם ווינטער-פֿאַרזיי,
אַ חודש פֿון פֿלאַקס-גערעטעניש,
אַ חודש פֿון גערשטן-שניט,
אַ חודש פֿון שניט און סעודה,
אַ חודש פֿון אָפּשנײַדן דעם ווײַנשטאָק,
אַ חודש פֿון זומער-פֿרוכטן

אַ טייל פֿאָרשער האַלטן, אַז דער קאַלענדאַר איז אויסגעקריצט געוואָרן פֿון אַ שול-תּלמיד, וועלכער האָט זיך געלערנט צו שרײַבן. די אַנדערע מיינען, אַז ס׳איז אַמאָל געווען אַ פּאָפּולער פֿאָלקס-ליד; אויב אַזוי, שטעלט דער דאָזיקער טעקסט מיט זיך פֿאָר דעם עלטסטן אָפּגעהיטן מוסטער פֿון אַלט-ייִדישער פֿאָלק-פּאָעזיע.

דער יום-טובֿ סוכּות ווערט אָנגערופֿן אין דער תּורה "חג-האָסיף" — דער יום-טובֿ פֿון זאַמלען גערעטעניש; אין אַ צאָל ספֿרים ווערט דער הײַנטיקער חודש, תּשרי, באַצייכנט ווי "חודש האָסיף", וואָס שטימט מיטן אוראַלטן גזר-לוח, אין וועלכן דער צוויי-חדשימדיקער פּעריאָד בײַם אָנהייב פֿונעם יאָר הייסט אויך "ירחו אָסִף" — "צוויי חודשים פֿון גערעטעניש, הגם ס׳איז נישט קלאָר, פֿון וועלכן חודש עס האָט זיך אָנגעהויבן דער דאָזיקער פּעריאָד, אלול צי תּשרי. תּשרי ווערט אויך באַטראַכט ווי אַ חודש, ווען מע זאַמלט די גײַסטיקע גערעטעניש — די הימלישע השפּעה אויף אַ גאַנץ יאָר.

אַפּנים, וועלן די ווײַטערדיקע אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען אויפֿדעקן אַנדערע 3,000־יעריקע, און נאָך עלטערע, העברעיִשע דאָקומענטן. ס׳איז אָבער סימבאָליש, אַז די עלטסטע אָפּגעהיטע ייִדישע דאָקומענטן, אַנטדעקט ביזן הײַנטיקן טאָג, זענען אַן אַלף-בית און אַ לוח. אַ שריפֿט און אַ קאַלענדאַר זענען, מסתּמא, די בעסטע סימנים פֿון אַן אַנטוויקלטער ציוויליזאַציע, טיף פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן. ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן אַ שריפֿטלאָזיק פֿאָלק מיט אַן עכטן קאַלענדאַר, און אַ פֿאָלק מיט אַ געשריבענער ליטעראַטור אָן אַ סיסטעם פֿון צײַט-רעכענונג.

אין גמרא שטייט, אַז "די ייִדן רעכענען די צײַט לויט דער לבֿנה, און די געצנדינער — לויט דער זון". די קאַלענדאַר-סיסטעמען פֿון די אוראַלטע גריכן, רוימער און פּערסער, צווישן וועלכע עס האָבן געלעבט די ייִדן אין דער תּלמודישער תּקופֿה, זענען טאַקע געווען באַגרינדעט אויפֿן זון-ציקל. דער הײַנטיקער גריגאָריאַנער קאַלענדאַר, פֿאַרשפּרייט אין דער גאַנצער וועלט, איז אַ פֿאַרבעסערטער וואַריאַנט פֿונעם אַלט-רוימישן יוליאַנער קאַלענדאַר, אײַנגעפֿירט דורך יוליוס צעזאַר בערך מיט 2050 יאָר צוריק.

דער אוראַלטער שומערישער, בבֿלישער, גריכישער, אינדישער און כינעזישער קאַלענדאַר איז געווען באַגרינדעט אויף די לבֿנה-חדשים, ענלעך צום ייִדישן לוח. מיט 4,000־3,000 יאָר צוריק פֿלעגן ס׳רובֿ פֿעלקער מיט אַנטוויקלטע קאַלענדאַר-סיסטעמען רעכענען די חדשים לויט די פֿאַזעס פֿון דער לבֿנה. אַ פֿריִיִקער זון-קאַלענדאַר איז געווען אָנגענומען פֿון קדמונים אָן אינעם אוראַלטן מצרים; במשך פֿון דער צײַט, האָט די פּשוטע "זון-שיטה" געוווּנען אין ס׳רובֿ לענדער.

פֿונדעסטוועגן, טראָגן אַלע אייראָפּעיִשע און אַזיאַטישע קאַלענדאַרן אַ קלאָרן סימן פֿון "לבֿנהדיקער" השפּעה — די צוועלף חדשים. די ווערטער, מיט וועלכע אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן אַרום דער וועלט ווערט באַצייכנט דער ענין פֿון חדשים, איז געוויינטלעך היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט דער לבֿנה; פֿאַרגלײַכט, צום בײַשפּיל, די ענגלישע ווערטער "month" און "moon".

דער אוראַלטער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער קאַלענדאַר, געפֿונען אין תּל־גזר
דער אוראַלטער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער קאַלענדאַר, געפֿונען אין תּל־גזר

די סאַמע "שטאַרקע" זון-קאַלענדאַרן זענען אָמאָל געווען פֿאַרשפּרייט צווישן די אוראַלטע מאַיאַ, אַצטעקן, זאַפּאָטעקן, און אַנדערע דרום-אַמעריקאַנער פֿעלקער. הגם די מאַיאַ-אינדיאַנער זענען געווען אויסגעצייכנטע אַסטראָנאָמען, און האָבן איבערגעלאָזט דאָקומענטן, וווּ עס ווערן באַשריבן די פֿאַזעס פֿון דער לבֿנה, פֿלעגן זיי צעטיילן דאָס יאָר, אַנשטאָט חדשים, אויף 18 פּעריאָדן פֿון 20 טעג, וועלכע האָבן זיך קאָמבינירט מיט 13־טעגיקע "וואָכן".

אַחוץ דעם ייִדישן לוח, זענען הײַנט אין דער וועלט פֿאַרשפּרייט נאָך עטלעכע לבֿנה-קאַלענדאַרן: דער איסלאַמישער, דער טראַדיציאָנעלער אינדישער און דער כינעזישער, פֿון וועלכן עס שטאַמען אַ ריי אַנדערע טראַדיציאָנעלע ווײַט-מיזרחדיקע סיסטעמען פֿון צײַט־רעכענונג. דאָס מוסולמענישע רעליגיעזע יאָר באַשטייט תּמיד פֿון צוועלף לבֿנה-חדשים, דערפֿאַר איז ער נישט קאָאָרדינירט מיט די סעזאָן-ציקלען. למשל, דער פֿאַסט-חודש ראַמאַדאַן פֿאַלט צומאָל אויס יעדן סעזאָן. בײַם אָנהייב, האָט דער אַראַבישער קאַלענדאַר אויסגעזען מער "ייִדישלעך"; דער גרינדער פֿון איסלאַם, מוכאַמעד, האָט אָבער געהייסן אויסצומײַדן דעם דרײַצנטן עיבור-חודש.

פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿונעם אינדישן לבֿנה-קאַלענדאַר זענען אָנגענומען בײַ די הינדוס און בודיסטן אין אינדיע, טײַלאַנד, בירמע, לאַאָס, און אַנדערע לענדער פֿונעם זעלבן ראַיאָן.

אין ס׳רובֿ פֿאַלן, פֿאַלט דאָס כינעזישע נײַע יאָר אויס אויף ראָש-חודש שבֿט, אָדער ראָש-חודש אָדר. אין אַ סך אַספּעקטן, איז דער כינעזישער קאַלענדאַר גאַנץ ענלעך צום ייִדישן לוח. פֿאַר דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער מוסולמענישער רעליגיע אין צענטראַל-אַזיע, האָבן אַ צאָל טערקישע פֿעלקער גערעכנט די יאָרן נאָכן כינעזישן שטייגער. אַ צאָל נאַציאָנאַלע קאַלענדאַרן אינעם אַזיאַטישן ווײַטן מיזרח — אין וויעטנאַם, טיבעט, קאָרעע און יאַפּאַן — שטעלן מיט זיך פֿאָר וואַריאַציעס פֿונעם כינעזישער קאַלענדאַר.

אינעם ציווילן לעבן ווערט אין דער הײַנטיקער וועלט, כּמעט איבעראַל, אויסגענוצט דער אַלגעמיינער גריגאָריאַנער קאַלענדאַר, הגם אין עטיאָפּיע, איראַן און טײַלאַנד, זענען אָפֿיציעל אָנגענומען אָרטיקע זון-קאַלענדאַרן. די טראַדיציאָנעלע סיסטעמען, וואָס רעכענען די צײַט נאָך די פֿאַזעס פֿון דער לבֿנה, דינען הײַנט, דער עיקר, פֿאַר רעליגיעזע צוועקן, ווי אויך כּדי צו באַשטימען די דאַטעס פֿון נאַציאָנאַלע פֿײַערטעג.

דער קאַנאַדישער שרײַבער דזשאָרדזש וווּדקאָק, אין זײַן עסיי "די טיראַניע פֿונעם זייגער", האָט שאַרף קריטיקירט די מערבֿדיקע קאָנצעפּציע פֿון צײַט. די אוראַלטע פֿעלקער האָבן באַנומען די צײַט דורך די ציקלישע פּראָצעסן פֿון דער נאַטור — טעג און נעכט, חדשים, סעזאָנען. די צײַט איז געווען אַ טייל פֿון נאַטירלעכע דערשײַנונגען: פֿאַרזיי און שניט, בלעטערפֿאַל, דאָס צעגייענדיקע אײַז אויפֿן טײַך. הײַנט איז אַזאַ פּערצעפּציע פֿון דער צײַט אָפּגעהיט געוואָרן אין פֿאַרשיידענע פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלעך פֿון דער "דריטער וועלט" — בײַ די אַראַבישע פּאַסטעכער אָדער בײַ די מעקסיקאַנער פּויערים.

אין דער הײַנטיקער מערבֿדיקער געזעלשאַפֿט איז די צײַט אָפּגעריסן געוואָרן פֿון דער נאַטור, און האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין סחורה, וואָס מע קאָן קויפֿן אָדער פֿאַרקויפֿן. דער מעכאַנישער גאַנג פֿונעם זייגער רעגולירט דאָס גאַנצע מענטשלעכע לעבן, און דינט ווי אַ יסוד פֿון קאַפּיטאַליסטישע באַציִונגען; ווי עס זאָגט דאָס באַקאַנטע שפּריכוואָרט, "צײַט איז געלט". וווּדקאָק האָט באַטאָנט, אַז די "עבֿודה-זרה" פֿון דער מעכאַנישער רוטין טיראַניזירט דעם הײַנטיקן מערבֿדיקן מענטש ערגער, ווי די עקספּלואַטאַציע מצד די הערשער בשׂר־ודם. צוליב דער אומנאַטירלעכער באַציִונג צו דער צײַט, ווערט די גאַנצע וועלט פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין מאַשין.

אין די תּנ״כישע צײַטן איז דער ייִדישער לוח געווען באַגרינדעט אויף דירעקטער אָבסערווירונג פֿון דער זון און דער לבֿנה, און נישט אויף אַסבטראַקטע מאַטעמאַטישע חשבונות; ער איז געווען טיף פֿאַרבונדן מיט דער נאַטור, ווי עס ווײַזט דאָס אוראַלטע שאַרבל פֿון גזר. להיפּוף, איז דער רוימישער זון-קאַלענדאַר בפֿירוש אַ קינסטלעכער און פּראַגמאַטישער; ס׳קאָן זײַן, אַז דאָס איז איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס די חז״ל האָבן אים אַסאָציִיִרט מיט עבֿודה-זרה.

נאָכן חורבן-בית-המיקדש, האָבן די ייִדישע חכמים פֿאָרמולירט די מאַטעמאַטישע כּללים פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן לוח. די ליטעראַטור אַרום דער ייִדישער קאַלענדאַר-סיסטעם, איז פֿאַרבונדן מיט דער אַלגעמיינער געשיכטע פֿון מאַטעמאַטיק און אַסטראָנאָמיע.

דאָס עלטסטע סיסטעמאַטישע ווערק, אינגאַנצן געווידמעט דעם ייִדישן לוח, "ספֿר העבור", איז אָנגעשריבן געוואָרן אין אָנהייב 12טן יאָרהונדערט דורך הרבֿ אבֿרהם בר-חייא — אַ פּראָמינענטער ייִדישער פֿילאָסאָף, אַסטראָנאָם, מיסטיקער און מאַטעמאַטיקער פֿון באַרסעלאָנע, וועלכער האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע בײַם פֿאַרשפּרייטן אַלגעברע און טריגאָנאָמעטריע אין אייראָפּע; זײַנע מאַטעמאַטישע ווערק האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויפֿן איטאַליענישן מאַטעמאַטיקער לעאָנאַרדאָ פֿיבאָנאַטשי.

בר-חייאס באַרימטער מיטצײַטלער און לאַנדסמאַן, הרבֿ אַבֿרהם אבן-עזרא, האָט אָנגעשריבן אַן אַנדער קאַלענדאַר-ספֿר מיטן זעלבן נאָמען. אבן-עזרא איז אויך געווען אַ פּראָמינענטער פֿילאָסאָף, אַסטראָנאָם און מאַטעמאַטיקער, וועלכער האָט צום ערשטן מאָל געבראַכט אין אייראָפּע די אַראַביש-אינדישע דעצימאַלע רעכן-סיסטעם.

דער ייִדישער לוח האָט אויך צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון אַ צאָל ניט-ייִדישע מאַטעמאַטיקער. אינעם נײַנטן יאָרהונדערט האָט דער גרויסער פּערסישער מאַטעמאַטיקער מוכאַמאַד אַל-כאַריזמי, דער "פֿאָטער" פֿון אַלגעברע, אָנגעשריבן דעם טראַקטאַט "חשבון פֿון דער ייִדישער תּקופֿה", אין וועלכן עס ווערן דערמאָנט ס׳רובֿ כּללים פֿונעם ייִדישן לוח. דער גרויסער דײַטשישער מאַטעמאַטיקער יאָהאַן פֿרידריך גאַוס האָט אַנטדעקט אַ פֿאָרמולע, וואָס דערמעגלעכט אויסצורעכענען די גריגאָריאַנער דאַטע פֿונעם פּסח.

מע וואָלט געקאָנט זאָגן, אַז צוליב זײַן פּינקטלעכער מאַטעמאַטישער נאַטור, איז דער ייִדישער לוח אויך אַ "מעכאַנישער", ווי דער אַלגעמיינער גריגאָריאַנער קאַלענדאַר. אָבער, צוליב די קאָמפּליצירטע כּללים און טאָפּלטער פֿאַרבינדונג צו די נאַטור-ציקלען, זעט דער לבֿנה-קאַלענדאַר אויס תּמיד דינאַמיש און לעבעדיק. מסתּמא דערפֿאַר איז דער כינעזישער קאַלענדאַר, מיט זײַנע "חיות", "מענלעכע און ווײַבלעכע יאָרן" און אַנדערע חכמות, זייער פּאָפּולער צווישן די מערבֿדיקע "ניו-איידזשערס".

אין די קבלה-ספֿרים פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט מיסטישע פֿאָרשונגען פֿונעם ייִדישן לוח, ווי אויך די תּקופֿות פֿונעם זון-קאַלענדאַר. די עזאָטערישע ספֿרים באַהאַנדלען דעם לוח אָפֿט אין שײַכות מיט די אַנדערע יסודות פֿון דער מענטשלעכער קולטור — אותיות און צאָלן. פֿאַר אַ מקובל, רעפּרעזענטירט דער לוח דעם באַהאַלטענעם גאַנג פֿון קאָסמישע ציקלען. יעדעס יאָר, יעדער חודש, טאָג, שעה, און אַפֿילו יעדע רגע, איז פֿאַרבונדן מיט נײַע קאָמבינאַציעס פֿון קאָסמישע עלעמענטן און ג-טלעכע אַנטפּלעקונגען. די מקובלים באַטראַכטן די מאַטעמאַטיק פֿונעם לוח גופֿא ווי אַ לעבעדיקן ג-טלעכן כּוח.

אַזאַ צוגאַנג צו דער צײַט איז אַ מעכטיק מיטל קעגן דער טויטער רוטינע פֿון דער הײַנטיקער ציוויליזאַציע. אַנשטאָט צו באַטראַכטן די צײַט ווי אַ מין מאַשין, וואָס דרייט זיך ווי אַ מעכאַנישער זייגער, קאָן מען זי זען ווי אַ לעבעדיק "געוועב" פֿון נאַטור-ציקלען און פּערזענלעכע גײַסטיקע דערפֿאַרונגען; און דער הײַנטיקער חודש פֿון תּשובֿה, שׂמחה און דעם יערלעכן חידוש איז זיכער מסוגל צו ברענגען דאָס געפֿיל פֿון "לעבעדיקער צײַט".