משפּחה, װיסנשאַפֿט
אַ באַטאַריי, געמאַכט פֿון קיך־מעסערס און אַ זויערער אוגערקע, צינדט אָן אַ קאַלקולאַטאָר
אַ באַטאַריי, געמאַכט פֿון קיך־מעסערס און אַ זויערער אוגערקע, צינדט אָן אַ קאַלקולאַטאָר

אין ס׳רובֿ אַמעריקאַנער שולן באַקענען זיך די תּלמידים מיט די יסודות פֿון וויסנשאַפֿט בלויז אויף אַ זייער אויבערפֿלאַכיקן אופֿן. מע פֿירט דורך ווייניק פּראַקטישע עקספּערימענטן, און מע טראַכט זיך ווייניק אַרײַן אין דעם, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע נאַטור-פֿענאָמענען "אַרבעטן". אין די אייראָפּעיִשע לענדער איז דער מצבֿ, בדרך־כּלל, אַ ביסל בעסער, אָבער אויך נישט אַזוי "אײַ־אײַ־אײַ".

צום באַדויערן, איז אַזאַ אויבערפֿלאַכיקער צוגאַנג צו דער בילדונג אָפֿט אומעפֿעקטיוו, און צומאָל אַפֿילו דעסטרוקטיוו. ווען די וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס ווערן אַסאָציִיִרט בײַ אַ שול־תּלמיד, פֿון קינדווײַז אָן, בלויז מיט נודנע אומפּראַקטישע לימודים, קאָן עס שאַטן זײַן נאַטירלעכן נײַגער און אַנאַליטישע פֿעיִקייטן.

די פּסיכאָלאָגן און דערציִער באַטאָנען, אַז ערודיציע, פּראַקטישע עקספּערימענטן און ערנסטע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער טעאָרעטישער וויסנשאַפֿט זענען גאָר וויכטיק פֿאַר דער אינטעלעקטועלער אַנטוויקלונג פֿון די קינדער. אַפֿילו ווען אַ קינד ווײַזט נישט אַרויס קיין אינטערעס צו ווערן אַן אינזשעניר אָדער אַ פּראָפֿעסאָר, קאָן דאָס שפּילן מיט עלעקטרישע מכשירים אָדער אַן אויפֿמערקזאַמער שפּאַציר אין אַ וואַלד, נאָך אַ שטודיע פֿון פֿיזיק אָדער ביאָלאָגיע, שטאַרק משפּיע זײַן אויף דער אַלגעמיינער אַנטוויקלונג פֿונעם קינדס מוח.

בלויז אין אַ קליינער צאָל שולן איז פֿאַראַן ערנסטע אויסשטאַטונג פֿאַר וויסנשאַפֿטלעכע עקספּערימענטן; נישט יעדע משפּחה קאָן אָנשליסן די קינדער אין ספּעציעלע קרײַזלעך און קלובן, צוליב הויכע פּרײַזן אָדער אַ ווײַטן מהלך פֿון דער היים.

אין דער אמתן, אָבער, קאָן מען הײַנט קריגן אויף דער אינטערנעץ גאַנץ ביליק כּלערליי זאַכן, וואָס טויגן פֿאַר גאָר אינטערעסאַנטע, ערנסטע און באַלערנדיקע עקספּערימענטן. אַ טייל מכשירים קאָן מען אויך קאָנסטרויִרן אַליין — צומאָל פֿון די טאָג־טעגלעכע שטוב־זאַכן. אין דעם דאָזיקן אַרטיקל ווערן באַשריבן אַ ריי עקספּערימענטן אינעם געביט פֿון עלעקראָמאַגנעטיזם, וואָס דער מחבר פֿון די שורות האָט פּראַקטיש דורכגעפֿירט מיט די קינדער אין דער היים.

דאָס איז בלויז אַ בײַשפּיל פֿון וויסנשאַפֿטלעכער היים־בילדונג; בלי־שום־ספֿק, קאָנען די לייענער צוטראַכטן אָן אַ שיִער אַנדערע טשיקאַווע און באַלערנדיקע עקספּערימענטן, אויסנוצנדיק די פֿאַרשפּרייטע מאַטעריאַלן און ביליקע מכשירים.

אַחוץ דעם נידעריקן פּרײַז, העלפֿט אַזאַ צוגאַנג צו אַנטוויקלען דעם נײַגער און לאָגיק בײַ די קינדער, וועלכע געפֿינען אויס, אַז בײַ די סאַמע געוויינטלעכע קיך־געפֿעס און אַנדערע שטוב־זאַכן ווײַזן זיך צומאָל אַרויס וווּנדערלעכע אייגנשאַפֿטן.

אַחוץ דער טעאָריע און עקספּערימענטן, איז כּדאַי צו באַקענען די קינדער מיט דער געשיכטע, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע וויכטיקע עלעקטראָמאַגנעטישע פֿענאָמענען זענען אַנטדעקט געוואָרן. צום בײַשפּיל, אין דעצעמבער 1819, כּמעט 190 יאָר צוריק, האָט דער דענישער וויסנשאַפֿטלער און פֿילאָסאָף האַנס קריסטיאַן ערסטעד באַמערקט, אַז ווען מע פֿירט דורך אַן עלעקטרישן שטראָם דורך אַ דראָט, ווערן אַרום דעם דראָט געשאַפֿן אַ מאַגנעטיש פֿעלד, וואָס נייגט אָפּ דעם ווײַזער פֿון אַ קאָמפּאַס.

עלעקטראָפֿאָר־עפֿעקט: אַ שטיקל פּלאַסטיק לאָזט אַרויס אַ פֿונק פֿון איבער 50 טויזנט וואָלט
עלעקטראָפֿאָר־עפֿעקט: אַ שטיקל פּלאַסטיק לאָזט אַרויס אַ פֿונק פֿון איבער 50 טויזנט וואָלט

פֿון ערסטעדס אַנטדעקונג האָט זיך אָנגעהויבן אַ לאַנגע ריי וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען, וועלכע האָבן געהאָלפֿן צו דערווײַזן, אַז עלעקטרע און מאַגנעטיזם זענען פֿאַרשיידענע אַנטפּלעקונגען פֿון דער זעלבער עלעקטראָמאַגנעטישער כּוח. די דאָזיקע פֿאָרשונגען האָבן געביטן דאָס פּנים פֿון דער גאַנצער מענטשלעכער ציוויליזאַציע, און דערמעגלעכט צו שאַפֿן אומצאָליקע מכשירים, וואָס רינגלען אונדז אַרום פֿון אַלע זײַטן — פֿון אויטאָס ביז קאָמפּיוטערס.

יעדער קאָן איבערחזרן ערסטעדס היסטאָרישן עקספּערימענט מיט אַ קאָמפּאַס, אַ שטיק דראָט און אַ באַטאַריי. מע קאָן אויך פּרוּוון צו שאַפֿן אַן אייגענעם קאָמפּאַס: אויפֿהענגען אַ מאַגנעט מיט אַ פֿאָדעם איבערן דראָט.

פֿונוואַנען נעמט זיך, אָבער, דער עלעקטרישער שטראָם אין דער באַטאַריי? קלעפּט צו אַ שטיקל לימענע אָדער זויערע אוגערקע צווישן אַ מעטאַלענעם מעסער און אַ שטיקל זילבערפּאַפּיר. פֿון צוויי אַזעלכע פּרימיטיווע גאַלוואַנישע באַטאַרייען קאָן מען אָנצינדן אַ קאַלקולאַטאָר.

אַ באַטאַריי באַשטייט פֿון צוויי עלעקטראָדן, אָפּגעטיילט מיט אַן עלעקטראָליט. אַנשטאָט צו פּראָדוצירן די עלעקטרע, קאָן מען גרינג דורכפֿירן אַ פֿאַרקערטן פּראָצעס: אויסצונוצן דעם עלעקטרישן כּוח פֿאַר כעמישע רעאַקציעס.

נעמט אַ גראַפֿיט־עלעקטראָד, וואָס מע קאָן קויפֿן אויף דער אינטערנעץ אָדער אַרויסברעכן פֿון אַ געוויינטלעכער אָנדערהאַלבן־וואָלטיקער באַטאַריי (AA). בינדט דעם גראַפֿיט מיט אַ דראָט צום "פּלוס" פֿון אַ נײַן־וואָלטיקער באַטאַריי, און אַ טשוואָק — צום "מינוס". שטעקט אַרײַן ביידע עלעקטראָדן אין אַ שיסל מיט זאַלצוואַסער — וועט איר זען, ווי זיי לאָזן אַרויס צוויי מינים גאַז. אין אַ ווײַל אַרום וועט זיך אַרום דעם שיסל דערהערן דער שאַרפֿער גערוך פֿון כלאָר. אַ פֿאַרבעסערטע ווערסיע פֿון אַזאַ מכשיר, מיט אַן אַדאַפּטער פֿון 12—30 וואָלט אַנשטאָט אַ באַטאַריי, קאָן פּראָדוצירן גענוג וואַסערשטאָף, כלאָר און זויערשטאָף און אַנדערע שטאָפֿן פֿאַר פֿאַרשיידענע כעמישע עקספּערימענטן.

מיט געוויסע "סטאַטישע" מינים פּלאַסטיק און אַ פֿלאַכן אַלומיניום־טעצל קאָן מען גרינג שאַפֿן אַן אַנדער קוואַל פֿון עלעקטרישן כּוח — אַן עלעקטראָפֿאָר. ווען מע הייבט אויף דעם אָנגעריבענעם עלעקטריזירטן פּלאַסטיק, צוזאַמען מיטן טעצל, ווערט געשאַפֿן אַן עלעקטרישער פּאָטענציאַל פֿון איבער 50 טויזנט וואָלט. אויב מע דערנענטערט צום טעצל אַ פֿינגער אָדער די נאָז (דאָס איז באַזונדערס טשיקאַווע), שפּרינגט אַרויס אַ רוישיקער בלויער פֿונק. אין פֿינצטערניש, קאָן מען דערזען, ווי אַזאַ מכשיר צינדט אָן אויף אַ רגע אַ נעאָן־ אָדער אַ פֿלואָרעסצענט ("עקאָנאָמיש") לעמפּל.

צוליב דעם ווייכן שטראָם, איז אַזאַ הויכער וואָלטאַזש אין דעם פֿאַל נישט סכּנותדיק, הגם דער פֿונק גיט אַ קליינעם שאָק, ווי אַ שטאָך פֿון אַ נאָדל, און מע דאַרף אַכטונג געבן, אַז אויפֿן אָרט, וווּ מע פֿירט דורך דעם עקספּערימענט, איז נישטאָ קיין עלעקטראָנישע מכשירים, וואָס קאָנען צעבראָכן ווערן.

דער עלעקטרישער פֿונק וועט זיכער צוציִען דעם אויפֿמערק פֿון די קינדער. מע קאָן גרינג שאַפֿן פֿאַרשיידענע מכשירים וואָס דעמאָנסטרירן גענוג שטאַרקע בליצן. אָבער, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע אַרײַנפֿיר־עקספּערימענטן, מוזן די קינדער קוקן אויף אַזאַ דעמאָנסטראַציע פֿון אַ בכּבֿודיקן מהלך. די עלטערן מוזן מאַכן זיכער, אַז די קינדער וועלן בשום־אופֿן נישט צוקומען צו נאָענט צו אַזאַ אַפּאַראַט, בפֿרט ווען די טאַטע־מאַמע זענען נישט אין דער היים. די עלטערן אַליין מוז אויך וויסן די יסודות פֿון עלעקטרישער זיכערהייט, כּדי נישט באַקומען אַ גאָר סכּנותדיקן שאָק, און נישט קאַליע מאַכן די עלעקטראָנישע דראָטן און מכשירים אין שטוב.

צום בײַשפּיל, קאָן מען שאַפֿן אַ פּשוטע "בליץ"-מאַשין פֿון אַ "שורות"־טראַנספֿאָרמאַטאָר, וואָס מע קאָן אַרויסנעמען פֿון אַן אַלטן טעלעוויזאָר אָדער אַ קאָמפּיוטער־מאָניטאָר. גרעסערע פֿונקען, עטלעכע אינטשעס די לענג, באַקומען זיך מיט דער הילף פֿון צוויי אָנצינד-שפּולן פֿאַר אויטאָס (ignition coils), צוגעלאָנטשט צו אַ קאָנדענסאַטאָר און אַ העלקייט־רעגולאַטאָר (dimmer). אַלע נייטיקע טיילן פֿאַר אַזעלכע מכשירים קאָן מען קריגן פֿאַר אַ שיבוש אין אַ אויטאָ־וואַרשטאַט און אַ ראַדיאָ־קראָם, אָדער אויף דער אינטערנעץ.

עס זענען אויך דאָ אַ סך אַנדערע גענוג־פּשוטע עלעקטרישע סכעמעס, וואָס צינדן אָן די אָנצינד־שפּולן און אַנדערע טראַנספֿאָרמאַטאָרס פֿון אַ הויכן וואָלטאַשז. אַזעלכע מכשירים ווערן כּסדר דעמאָנסטרירט בעת די "וויסנשאַפֿט־ירידן" אין מיטלשולן, און ווערן פּרטימדיק באַשריבן אויף אַ ריי וועבזײַטן, למשל

http://members.shaw.ca/forcelabs/IgnitionCoil.htm

http://www.powerlabs.org/igncoildrivers.htm

דער מחבר פֿון דער צווייטער וועבזײַט דערמאָנט זיך, ווי ער האָט געשאַפֿן זײַן ערשטן פֿונק־אַפּאַראַט בײַ 11 יאָר אַלט. אַ צאָל יונגע וויסנשאַפֿט־ליבהאָבער אַרום דער וועלט האָבן אויך קאָנסטרויִרט מער עקסטרעמע גענעראַטאָרס, וואָס פּראָדוצירן ביז 2 מיליאָן וואָלט; אַ פֿונק פֿון אַזאַ גענעראַטאָר זעט אויס ווי אַן עכטער בליץ. די קאָנסטרוקציע פֿון אַזעלכע מכשירים איז אויך גאַנץ פּשוט און ביליק — הגם זיי זענען זייער סכּנותדיק — סײַדן די משפּחה ווייסט זייער גוט דעם טאָלק אין עלעקטרישער אינזשענירײַ און זיכערקייט.

אַ פּשוטער מכשיר פֿאַרוואַנדלט 9 וואָלט פֿון אַ באַטאַריי אין 30 טויזנט וואָלט
אַ פּשוטער מכשיר פֿאַרוואַנדלט 9 וואָלט פֿון אַ באַטאַריי אין 30 טויזנט וואָלט

אַזאַ הויכן וואָלטאַזש, אָבער מיט אַ שוואַכן, נישט־סכּנותדיקן שטראָם, קאָן מען דערגרייכן מיט דער הילף פֿון אַ "וואַן־דע־גראַף"־גענעראַטאָר — אַן עלעקטראָ־סטאַטישע מאַשין, אין וועלכער עס ווערט אויסגענוצט אַ זיך־דרייענדיקע עלעקטריזירטע טאַשמע. אַזעלכע מכשירים זענען זייער פּאָפּולער אין שול־לאַבאָראַטאָריעס און וויסנשאַפֿט־אויסשטעלונגען, און ווערן פֿאַרקויפֿט אויף דער אינטערנעץ פֿאַר גאַנץ טײַערע פּרײַזן. אין דער אמתן, אָבער, שטעקט אין אַזאַ טאַשמע־מאַשין גאָר אַ פּשוטער מעכאַניזם, וואָס מע קאָן צונויפֿשטעלן אַליין פֿון פּשוטע מאַטעריאַלן.

אַ אַנדער ביליקער און זייער באַלערנדיקער אָביעקט פֿון וויסנשאַפֿטלעכע עקספּערימענטן זענען די סופּער־שטאַרקע נעאָדימיום־מאַגנעטן, וועלכע מע קאָן קריגן אויף דער אינטערנעץ:

http://www.magnet4less.com

בלויז די גרויסע עלעקטראָ־מאַגנעטן אין לאַבאָראַטאָריעס זענען שטאַרקער, ווי די דאָזיקע "סופּער־מאַגנעטן". זיי דערמעגלעכן צו דעמאָנסטרירטן אַ סך וויכטיקע פֿיזישע עפֿעקטן אויך אַ קלאָרן און טשיקאַוון אופֿן. מע מוז אָבער אַכטונג געבן, אַז מע פֿירט די עקספּערימענטן אויף אַ גענוג־ווײַטן מהלך פֿון אַלע מעגנאַטישע זאַכן. בפֿרט טאָר מען נישט צונויפֿברענגען צוויי אַזעלכע מאַגנעטן נאָענט איינער צום צווייטן. אויב מע טוט עס אומאחריותדיק, קאָנען די מאַגנעטן צעבראָכן ווערן, צוליב דעם שטאַרקן צוצי־כּוח, אַרויסשיסנדיק שאַרפֿע שפּליטערס.

די נעאָדימיום־מאַגנעטן דערמעגלעכן צו זען, אַז אַזעלכע מאַטעריאַלן, ווי וואַסער, קופּער אָדער גראַפֿיט ווערן אויך געווירקט דורכן מאַגנעטישן פֿעלד. אַ סך פֿאַרשפּרייטע מאַטעריאַלן זענען דיאָמאַגנעטיקער, און ווערן אַ ביסל אָפּגעשטויסן פֿונעם מאַגנעט; אַ טייל אַנדערע ווערן צוגעצויגן, הגם ווײַט נישט אַזוי שטאַרק, ווי דאָס אײַזן.

בקיצור, אויב מע טוט עס מיט חכמה, קאָן מען מיט אַ ביסל געלט און ווייניק מי שאַפֿן אין דער היים אַן ערנסטע לאַבאָראַטאָריע, וווּ מע קאָן פֿירן כּלערליי עקספּערימענטן — הגם, אויב מע איז נישט באַקאַנט מיט די זיכערקייט־כּללים, דאַרף מען אויסמײַדן די פּאָטענציעל סכּנותדיקע אַפּאַראַטור. די דערמאָנטע בײַשפּילן פֿאָקוסירן זיך בלויז אויף פֿיזיק און כעמיע. מע וואָלט געקאָנט צוטראַכטן אַזעלכע באַלערנדיקע פּראָיעקטן אויך אין אַנדערע געביטן, אַבי מע זאָל וועלן — למשל, אין אַסטראָנאָמיע און ביאָלאָגיע.

(פֿאָטאָס פֿונעם מחבר)