פֿאַרשײדנס

וועראַ קנאָרינג, די אָרגאַניזאַטאָרין פֿון דער נײַער אויסשטעלונג פֿון ייִדישע ביכער־סעריעס, מיטן פּעטערבורגער ייִדישן פּאָעט ישׂראל נעקראַסאָוו
וועראַ קנאָרינג, די אָרגאַניזאַטאָרין פֿון דער נײַער אויסשטעלונג פֿון ייִדישע ביכער־סעריעס, מיטן פּעטערבורגער ייִדישן פּאָעט ישׂראל נעקראַסאָוו

אין פּעטערבורג — די שטאָט, וואָס ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי דער קולטורעלער הויפּט־צענטער פֿון רוסלאַנד — געפֿינט זיך די רוסלענדישע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק, אַ ריזיקער אוצר פֿון 33 מיליאָן ביכער און אַנדערע דאָקומענטן. אינעם יאָר 1795, האָט די אימפּעראַטאָרין יעקאַטערינע די צווייטע גוטגעהייסן דעם פּראָיעקט פֿון דער מלוכישער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, פֿאָרגעלייגט דורך דעם אַרכיטעקט יעגאָר סאָקאָלאָוו. אין דער זעלבער צײַט, מיט אַ יאָר פֿאַר איר טויט, האָט די מלכּה געהייסן צו ברענגען פֿון וואַרשע קיין פּעטערבורג די ביכער־קאָלעקציע פֿון די ברידער זאַלוסקי. די דאָזיקע זאַמלונג האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿונעם אויסלענדישן אָפּטייל פֿון דער ביבליאָטעק.
די רוסלענדישע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק איז די עלטסטע עפֿנטלעכע ביבליאָטעק אין רוסלאַנד, וועלכע בלײַבט דער גרעסטער ביכער־אוצר אינעם לאַנד, וועלכע שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם קולטורעלן לעבן און אין דער אַקאַדעמישער וויסנשאַפֿט אין רוסלאַנד. במשך פֿון איר לאַנגער געשיכטע, אינעם פּעריאָד פֿון איבער 200 יאָר, האָט די ביבליאָטעק זיך כּסדר פֿאַרברייטערט; דער ריזיקער אָפּטייל פֿון אויסלענדישער ליטעראַטור ווערט הײַנט אײַנגעטיילט אין אַ ריי פֿאַרשיידענע צווײַגן. מסתּמא צוליב דעם, וואָס דער ייִדישער אַלף־בית ווערט באַטראַכט ווי אַ מיזרחדיקער, געהערן די ביכער אויף ייִדיש צום אָפּטייל געווידמעט דער ליטעראַטור פֿון אַזיאַטישע און אַפֿריקאַנישע לענדער.
דער ייִדישער ביכער־אוצר אין דער רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק איז איינער פֿון די גרעסטע אין דער וועלט — מער ווי 20,000 ביכער. בערך 20 פּראָצענט פֿון זיי געהערן צו פֿאַרשיידענע סעריעס. דאָס מיינט, דער עיקר, נישט אַזעלכע פּעריאָדישע אויסגאַבעס, ווי דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", נאָר באַזונדערע ביכער, וועלכע ווערן פֿאַראייניקט אין איין סעריע, צוליב דער זעלבער טעמאַטיק און אָריענטירט אויפֿן זעלבן קרײַז פֿון לייענער. געוויינטלעך, פֿאָלגן אַזעלכע ביכער דעם זעלבן גראַפֿישן דיזײַן און זעען אויס ווי איין גאַנצהייט, ווען זיי שטייען אויף דער פּאָליצע פֿון אַ לייענער.
אין אַמעריקע און אַנדערע מערבֿדיקע לענדער זענען פֿאַרשפּרייט פֿאַרשיידענע אַקאַדעמישע ביכער־סעריעס, וועלכע ווערן געדרוקט דורך דעם זעלבן אוניווערסיטעט אָדער אַ ספּעציעלן פֿאָרשערישן פֿאַרלאַג. די ענגלישע קיסטלערישע ליטעראַטור ווערט אָבער, געוויינטלעך, געדרוקט דורך באַזונדערע פֿאַרלעגער, אומאָפּהענגיק איינער פֿונעם צווייטן. צום בײַשפּיל, אויב אַן אַמעריקאַנער וויל קריגן אַ זאַמלונג פֿון קלאַסישער וועלט־פּאָעזיע, וועט זי אויסזען, מסתּמא, ווי אַ בונטער מישמאַש פֿון אַלע מינים אויסגאַבעס: קליינע און גרויסע, באַשיידן־גרויע און קאָליריקע, מיט האַרטע און ווייכע טאָוולען.
די פֿאַרלאַג־סיסטעם אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז געווען, בדרך־כּלל, צענטראַליזירט און סיסטעמאַטיש קאָאָרדינירט. אַ סך ביכער אויף אַ געוויסער טעמע זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן אין פּרעכטיקע סעריעס, אילוסטרירט דורך דער זעלבער גרופּע קינסטלער און צונויפֿגעשטעלט אין אַ געוויסן אוניפֿאָרם־פֿאָרמאַט. פֿונדעסטוועגן, האָט יעדעס בוך אין דער סעריע געהאַט אַ געוויסן אוניקאַלן טעם.
אַ גאַנצע ריי אַזעלכע סיסטעמאַטישע אויסגאַבעס אויף רוסיש זענען גוט באַקאַנט יעדן ביכער־ליבהאָבער, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. צום בײַשפּיל, האָט דער פֿאַרלעגער פֿלאָרענטי פּאַוולענקאָוו אָנהייבנדיק פֿונעם יאָר 1890, אַרויסגעגעבן אַ סעריע אינטעלעקטועלע, פּרטימדיקע, און פּינקטלעכע ביאָגראַפֿיעס פֿון באַרימטע מענטשן מיטן נאָמען "דאָס לעבן פֿון אויסגעצייכנטע פּערזענלעכקייטן"; בסך־הכּל, האָט פּאַוולענקאָס פֿאַרלאַג פֿאַרעפֿנטלעכט אַרום 200 ביאָגראַפֿיעס. אינעם יאָר 1933 האָט דער גרויסער סאָוועטישער שרײַבער מאַקסים גאָרקי פֿאָרגעלייגט אויפֿצולעבן דעם ביאָגראַפֿישן פּראָיעקט. זינט 1938 ביז הײַנט ווערט זי אַרויסגעגעבן דורך דעם זעלבן פֿאַרלאַג, "די יונגע גוואַרדיע", און בלײַבט נאָך אַלץ גוט באַקאַנט און פּאָפּולער אין רוסלאַנד.
אַ פֿולע קאָלעקציע פֿון דער דאָזיקער סעריע באַשטייט פֿון 1400 ביכער און שטעלט מיט זיך פֿאָר פֿאַקטיש אַ גאַנצע ביאָגראַפֿישע ביבליאָטעק פֿאַר זיך, וועלכע קאָן זיך נישט אַרײַנפּאַסן אין אַ שטוב פֿון אַ דורכשניטלעכן מענטש. בײַ אַ סך רוסישע לייענער שטייט אויף דער פּאָליצע אַ זאַמלונג פֿון איינצלנע אויסגעקליבענע ביכער פֿון דער דאָזיקער סעריע, וואָס זעט אויס ווי איין גאַנצקייט.
צוליב דעם אומזיכערן מצבֿ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט קיין איין ייִדישע ביכער־סעריע נישט געהאַט קיין מזל צו אַנטוויקלען זיך אַזוי לאַנג. אין אַ טייל פֿאַלן, האָבן די פֿאַרלעגער פּלאַנירט אַרויסצוגעבן אַ גאַנצע ריי ביכער, אָבער למעשׂה פֿאַרעפֿנטלעכט בלויז איין באַנד. פֿונדעסטוועגן, האָבן אַ סך טעמאַטישע ביכער־סעריעס אויף ייִדיש געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַ טייל פֿון זיי האָבן געהאַט טשיקאַווע נעמען, וועלכע די פֿאַרלעגער אין אַנדערע לענדער, מחוץ דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָלט, אַפּנים, קיינמאָל נישט אויסגעקליבן.
צום בײַשפּיל, האָט איין פּאָפּולערע סעריע געהייסן "ביבליאָטעק פֿאַר אַמעראַצים" (עם־הארצים). פֿאַר אַ מערבֿדיקן לייענער, זעט אויס דער סאָוועטישער אויסלייג פֿונעם וואָרט "עם־האָרץ" גופֿא עם־הארציש. די סאָוועטישע פֿאַרלעגער האָבן אָבער אָנגערופֿן מיטן דאָזיקן באַגריף די פּראָסטע אומגעבילדעטע מענטשן. אין די שפּעטערדיקע סאָוועטישע יאָרן האָבן די ייִדן, בפֿרט אין אַזעלכע צענטערס, ווי מאָסקווע און פּעטערבורג, פֿאַרדינט די רעפּוטאַציע פֿון אַ הויך־געבילדעטער אינטעליגענטישער גרופּע. אַ גרויסער פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זענען לערער, דאָקטוירים און אינזשענירן. אַזאַ עולם האָט שטאָלצירט מיט זייער בילדונג, הגם ער איז יאָ געווען, על־פּי־רובֿ, גאַנץ עם־הארציש וואָס שייך ייִדישקייט; ווייניק סאָווועטישע ייִדן אין די 1980ער יאָרן האָבן געקענט דעם ייִדישן אַלף־בית בכלל, און וואָלטן נישט געקאָנט אָפּשאַצן דעם טיטל פֿון דער דערמאָנטער ביכער־סעריע.
אין די 1920—1930, ווען די "ביבליאָטעק פֿאַר עם־הארצים" האָט געבליט, איז דער מצבֿ געווען גאָר אַנדערש. ס׳רובֿ ייִדן אין די קליינע שטעטלעך, זענען געווען גאַנץ גוט באַקאַנט מיט ייִדישקייט, אָבער נישט געהאַט קיין אַלגעמיינע וועלטלעכע בילדונג — דערפֿאַר האָבן זיי זיך נישט געשעמט צו לייענען די "עם־הארצישע" ביכער מיט פֿאַרגעניגן. אַן אַנדער ענלעכע סעריע האָט געטראָגן אַן ענלעכן נאָמען: "ביבליאָטעק פֿאַר ווייניקיוורעדיקע" (ווייניק־עבֿרידיקע). מיינען אָבער האָבן די פֿאַרלעגער אויך געמיינט אין דעם פֿאַל נישט עבֿרי, אינעם בוכשטעבלעכן זין, נאָר די אַלגעמיינע וועלטלעכע בילדונג.
די דערמאָנטע בײַשפּילן ווײַזן, אַז די געשיכטע פֿון פֿאַרשיידענע ביכער־סעריעס איז זייער באַלערנדיק און קאָן דינען ווי אַ טעמע פֿון וויכטיקע היסטאָרישע, סאָציאָלאָגישע און לינגוויסטישע פֿאָרשונגען. דערצו, זענען אַ סך סאָוועטישע אויסגאַבעס געווען גאָר פּראָפֿעסיאָנעל אילוסטרירט, צונויפֿגעשטעלט און אײַנגעבונדן, דערפֿאַר שטעלן זיי פֿאָר אַ גרויסן אינטערעס אויך פֿאַר קינסטלער, גראַפֿישע דיזײַנער און פֿאַרלעגער. שוין אָפּגערעדט, אַז זיי זענען אינטערעסאַנט פֿאַר אַ ייִדיש־רעדער, אַ פֿאָרשער פֿון דער שפּראַך אָדער אַ ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער קולטור, ווי אויך פֿאַר סתּם אַ פּשוטן מענטש, וועלכער קאָן אָפּשאַצן די קוואַליטעט און פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון די ייִדישע ביכער־סעריעס.
דעם 28סטן נאָוועמבער, האָט זיך אינעם אָפּטייל פֿון ליטעראַטור פֿון אַזיאַטישע און אַפֿריקאַנישע לענדער בײַ דער רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, אין פּעטערבורג, געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון ייִדישע ביכער־סעריעס, וועלכע נעמט אַרום סײַ וואַרשעווער און ווילנער ביכלעך פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, סײַ שפּעטערדיקע מערבֿדיקע טעמאַטישע אויסגאַבעס, סײַ אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון פּאָסט־סאָוועטישע ווערק — למשל, משה בערעגאָווקסיס זאַמלונג פֿון פּורים־שפּילן, אַרויסגעגעבן אויף אַ זייער פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ פֿונעם קיִעווער "יודאַיִקאַ־אינסטיטוט", ווי אַ טייל פֿון אַ ספּעציעלער סעריע. דעם גרעסטן טייל אין דער אויסשטעלונג פֿאַרנעמען אָבער די סאָוועטישע ייִדישער ביכער־סעריעס, פֿון די ערשטע נאָכרעוואָלוציאָנערע בראָשורן פֿון קיִעוו, ביז די בײַלאַגעס צום זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", וועלכע מע פֿלעגט אַרויסגעבן אין מאָסקווע אינעם סאַמע סוף פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה, פֿון 1980 ביז 1987.
די אויסשטעלונג האָט צוגעטראַכט און אָרגאַניזירט וועראַ קנאָרינג — אַ פּעטערבורגער ייִדיש־ענטוזיאַסטקע און אַ קענערין פֿון ייִדישע ביכער, וועלכע אַרבעט שוין איבער 20 יאָר ווי אַ קאַטאַלאָגיזאַטאָרין אין דער ביבליאָטעק. דער מחבר פֿון די שורות און אַנדערע אונדזערע שטענדיקע מחברים האָבן שוין עטלעכע מאָל געשריבן וועגן איר אינעם "פֿאָרווערטס" און "ווײַטער"; איר אייגענער אַרטיקל אויף ייִדיש וועגן דעם ייִדישן ביכער־פֿאָנד בײַ דער רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אונדזער צײַטונג דעם 5טן סעפּטעמבער, אין 2010.
קנאָרינג איז אַ קריסטלעכע פֿרוי, וועלכע שטאַמט נישט פֿון אַ ייִדישער משפּחה, נאָר גאָר פֿון אַן אַלטער באַלטיש-סקאַנדינאַווישער אַדל-דינאַסטיע. הײַנט איז זי איינע פֿון די אַקטיווסטע און באַקאַנטסטע ייִדישיסטקעס אין רוסלאַנד. זי האָט דערקלערט, אַז דער צוועק פֿון איר נײַער אויסשטעלונג איז נישט בלויז אַ היסטאָרישער. זי האָפֿט, אַז די טראַדיציע פֿון ייִדישע ביכער־סעריעס איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט. קודם־כּל, קאָן מען אַרויסגעבן פֿון ס׳נײַ די אינטערסאַנטסטע ייִדישע ביכער, אײַנגעטיילט אין אַ צענדליק פֿאַרשיידענע סעריעס, וועלכע וואָלטן געהאָלפֿן צו באַקענען דעם הײַנטיקן לייענער מיט דער ייִדישער ליטעראַטור אויף אַ סיסטעמאַטישן אופֿן.
די אָרגאַניזאַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג איז געשטימט אָפּטימיסטיש וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. זי האָפֿט, אַז עס וועט קומען אַ צײַט, ווען מע וועט אַרויסגעבן אַ סעריע ביכער, געווידמעט דער שאַפֿונג פֿון די הײַנטיקע ייִדישע פּראָזאַיִקער, פּאָעטן און איבערזעצער פֿונעם ייִנגערן דור.
די אויסשטעלונג וועט זײַן אָפֿן ביזן 29סטן יאַנואַר. מער אינפֿאָרמאַציע (אויף רוסיש) קאָן מע געפֿינען אָט־דאָ:
http://www.nlr.ru/exib/books_series/